בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגט"ז מנחם אב תשפ"א7/25/2021

נייעס
ברוך הבא בשם ה'

זונטאג עקב 5:51 נאכמיטאג אין דעי מינוטין איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בביתו נאוה קודש בקרית יואל.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מודעה
זמני כניסה בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א "לקראת הימי הרחמים והרצון" להפקד בדבר ישועה ורחמים
-פרשת עקב ראה בקרית יואל.

הצלחה רבה און פויעלטס אלעס גוטס

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
זונטאג עקב פארמיטאג 11:50 אין דעי מינוטון פארלאזט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביתו נאוה קודש בבעטלעהעם ניו העמפשיר אויפן וועג למעון קדשו בקרית יואל.

ה' ישמור צאתו ובואו מעתה ועד עולם

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

היינט זונטאג עקב פארמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזן מקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר נאכן זיך אויפהאלטן די פארלאפענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש, ווי רבינו שליט"א וועט זיך צוריק קערן למעון קדשו בקרית יואל.

זמני כניסה בקודש פנימה היינט זונטאג פון 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד מנחם אב תשפ"א7/23/2021

מודעה
מזמור שיר חנוכת הבית

דעים שב"ק שבת נחמו קימט פאר די "שבת חנוכת הבית" פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי סאטמאר אינעם נייעם חרדישן יושב אין לינדען ניו דזשערסי וועלעכע איז נתייסד געווארן בברכות הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, פאר אנ"ש חסידי סאטמאר תושבי לינדען .

לרגל דעם "שבת חנוכת הבית" וועט הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א מרבני כוללינו תורה ויראה בוויליאמסבורג ומגי"ש בקהלתינו הק' פירן דעם שבת און מהנה זיין מיט זיינע געוואלדיגע דרשות.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
כשהמלך בשדה

דעי וואך שבת נחמו איז די פערדע פון די 4 שבתים וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וויילט אויף מנוחת הנפש אין בעטלעהם ניו העמפשיר, די תפילות ועריכת השלחנות בבית מדרשינו "מחזיקי הדת" דקהל יראים אין שטאט.

זמנים לשב"ק אין ניו העמפשיר
זמן הדלקה"נ 8:06
זמן מוצאי שב"ק 9:34.

דעי וואך וויילן במחיצת הקודש בחורים המצטיינים תלמידי ישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף ''קדושת יואל".

ליל שב"ק וועט די רבי אריינקומען צום עריכת השלחן הטהור ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט די ציבור אנ"ש אין די תלמידי הישיבה וועלעכע וויילן במחיצת הקודש, שב"ק צופרי וועט די רבי אריינגעקומען ביים סעודה צו די זמירות ודברי תורה, מוצש"ק וועט זיין א הוק אפ פון של"ש פון ארום 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר.

בזמן שהצדיק בעיר

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.

באשמורת הבוקר ארום 6:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם,

און אים 7:20 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם א וועג פון א קארגע שעה צום מילאן רידשענעל עירפארט אין בערלין ניו העמפשיר.

דער פליגער וואס איז געפלויגן אפצונעמען דער רבי'ן, האט זיך געהויבן ארום 7:30 אין סטוארד עירפארט נעבן קרית יואל מיט בלויז געציילטע משמשים בקודש און הגה"צ אב"ד ור"מ קהלתינו מאנסי שליט"א, אויפן וועג קיין ניו העמפשיר, ווי דער רבי איז ארויף אויפן פליגער, און האט זיך געהויבן אום 8:45 אינדערפרי, אויף א 2 מיט א האלב שעה וועג קיין פאסטוויל אייאווע, צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק'.

בערך 10:15 דארטיגע זייגער (וואס איז מיט א שעה פריער) האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אין א קליינעם לופטפעלד אין וויסקאנסן נישט ווייטע פונעם בית השחיטה אין אייאווע ווי עס האבן אפגעווארט צוויי מיט ארבייטער פונעם בית השחיטה.
דער רבי איז מיט זייער קאר צוגעפארן קיין פאסטוויל א וועג פון 25 מינוט צום בית השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק'.

דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 10:45 ארטיגע זייגער, ווי דער רבי האט זיך ווארים באגריסט מיט הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א דער רב המכשיר פונעם גאנצן פלענט ובנו ר' מרדכי וועלכע פארפיגט אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.

דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט ביי די אלע חסידישע מיטארבייטער וועלכע וואוינען אין די דארטיגע אומגעגנט ווי אזוי עס גייט דאס לעבן אין אזא אפגעזונדערט ארט בגשמיות וברוחניות א.א.וו.

נאכן זיך אהנטוהן די נוטיגע בגדים איז דער רבי תיכף אריין אינעם פלענט ביים חלק השחיטה ווי דער רבי האט זיך דארט געטראפן מיט הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א וועלכער איז די יעצטיגע וואך דארט - לויטן סדר - לעמוד על משמרת הכשרות אינעם פלענט פאר די השגחה פון קהלתינו הק', דער רבי האט בודק געווען די חלפים כנהוג, דער מאנסי'ער רב שליט"א האט אנגעוויזן אויף עטליכע נייע הידורים און פראקטיקן וואס מ'האט איינגעפירט ביים סדר השחיטה, און דער רבי האט באוואונדערט די אויסערגעווענדליכע הערליכע חלפים פון די שוחטים. און האט ספעציעל קאמפילמענטירט דעם עקסטערן ממונה וואס שטייט ביי די שחיטה, ע"פ הוראת רבינו, בלויז מסדר צו זיין די חלפים לייכטער צו מאכן פאר די שוחטים.

דער רבי איז דערנאך געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט דעם גאנצן סדר השחיטה, פון ווען די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט דערנאך איבערגעדרייט אין ווערט געשאכטן א שחיטה מונחת, און דערביי האט דער רבי אויסגעשמועסט מיט די רבנים און ארומיגע אלע חומרות וואס מ'האט איינגעפירט, ווען יעדע פאר מינוט טוישן זיך די 4 שוחטים צווישן זיך כסדר, אזוי אז די שחיטה קומט פאר מיט א זעלטענע רואיגקייט און ישוב הדעת, און דער רבי האט מפליא געווען זייער אומנות השחיטה.

דערנאך האט דער רבי ווידער בודק געווען חלפים, און דערביי אויסגעשמועסט אלע ענינים פון בדיקת החלפים סיי בדיקת יבש און סיי בדיקת לח.

פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען מיטצוהאלטן דעם גאנצן סדר אינעם פלענט וואו עס ווערט אפגעשינדן דער עור הבהמה און דערנאך ווי ס'ווערט צוטיילט די חלקים דערביי האט מען אויסגעשמועסט פונקטליך וועלכע חלקים פונעם בהמה איז כשר וראוי לאכילה און וועלכע חלקים עס ווערן נישט באנוצט, דער רבי איז געשטאנען א לענגערע צייט און באטראכט די ארבייט אינעם קאלטן פרידזשידער רום ווי ס'ווערט געמאכט ניקור חם אויף די זייטליך פון די בהמה מיט א געוואלדיגע זהירות.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו די בדיקות הריאות, און באטראכט ווי דער בודק מומחה ר' משה באסול מאכט מיט א זעלטענע פונקטליכקייט די בדיקות פנים, און דער בודק מומחה הרב ר' חיים בצלאל בלום מאכט די בדיקת חוץ, און דערביי איז מען אריבער א לענגערע צייט אויף צענדליגער ריאות ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט ביי יעדע ריאה באזונדער אלע פרטי הסירכות דערויף. דער בודק מומחה הרב ר' חיים בצלאל האט אויך געוויזן נאך עטליכע ריאות פון אינדערפרי ווי ס'האט זיך געמאכט אינטערעסאנטע שאלות אויף וואס דער רבי מיט די רבנים שליט"א האבן דארט אויפן פלאץ אויסגעשמועסט אלע שיטות און חילוקי ההלכה דערוועגן.

דערנאך איז מען אריבער צום מקום הניקור, דער רבי האט באטראכט דעם גאנצע ניקור אפאראט פאר א לענגערע צייט אינאיינעם מיט די רבנים שליט"א, דער מנקר האט געוויזן אלע חלקים וואס ווערט אוועק געשניטן עפ"י הוראת רבינו שליט"א אז חלקים וואס דארף בכלל האבן ניקור ווערט נישט באנוצט און די סאטמארע פלייש געשעפטן, דער רבי האט באוואונדערט זיין זהירות'דיגע ארבייט.
דער רבי האט עקסטערע באטראכט דעם גאנצן הכשרה אפאראט ווי יעדע חלק פון די בהמה ווערט עקסטער געזיגלט און דוקא דורך א איד, און מיט אנדערע קאלירן. כדי עס זאל נישט קומען צו קיין צעמישעניש.

דער רבי איז אויך עקסטער איבערגעגאנגן די חלקי הניקור ביי די צונג וואס ווערט געמאכט לויט די הוראות וואס ער האט אויסגעשטעלט.

דערנאך האט דער רבי באטראכט די חלקי המליחה, שרוי' והדחה, וואס ווערט געמאכט מיט א השגחה מדויקת און מיט א שטארקע פונקטליכקייט.

ארום 2:30 ארטיגע זייגער האט זיך דער רבי ווארים געזעגנט מיט די איינגעשטעלטע אינעם פלענט ובפרט מיט הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א ובנו ר' מרדכי, און איז תיכף צוריק געפארן צום לופטפעלד, דער פליגער האט זיך געהויבן בערך 3:15 ארטיגע זייגער, און דער רבי האט געלאנדעט אין מילאן רידזשענעל עירפארט אין בערלין ניו העמפשיר אום 6:45 ניו העמפשיר זייגער, און פון דארט איז דער רבי געפארן א וועג פון א קארגע שעה ביז ווען ער איז אהנגעקומען לביתו נאוה קודש בערך 8:00 פארנאכט'ס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת ואתחנן בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם, ניו העמפשיר


זעהט די עקסטערע באריכט פון זונטאג יום צום תשעה באב ביי די פריערדיגע באריכטן.

=מאנטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

נאכן דאווענען זענען די פולע געסט פון שבת אריבער זיך געזעגענען.

פארנאכטס נאך מעריב האט רבינו שליט"א געמאכט קידוש לבנה אינעם פארקינג לאט פונעם דערנעבענדיגן טשענדלעיר (ארלינגטאן) האטעל, און דערנאך געווינטשן א גוטן חודש.

זעהט עקסטער די באריכט פון דינסטאג - באזיך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין אין פאסטוויל אייאווע.

דינסטאג אויפן וועג אהיים נאך מעריב האט דער רבי ארומגערעדט איבערן באזיך אינעם בית השחיטה המהודרת, און איבער אביו רביה"ק זי"ע זייענדיג אין לאגער ביים ביטערן מלחמה.

=מיטוואך=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים המצטיינים תלמידי ישיבה קטנה "סניף רב טוב" פון מוסדותינו הק' בקרית יואל אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, ווי רבינו שליט"א האט פארהערט די בחורים פאר א לענגערע צייט פון קרוב צו א שעה גאנץ "יורה דעה ח"א", דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגן קורת רוח און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.

ביינאכט נאך מעריב זענען אדורך שלום נעמען א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר.

=דאנערשטאג=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' ראובן גלאנץ הי"ו, נאכן עולה זיין האט זיך דער רבי באדאנקט.

אויפן וועג אהיים האט מען ארומגערעדט צווישן אנדערע איבער זינגען ביי לכה דודו, און איבער מנהגים לגבי לכה דודו בבית סיגוט בעלזא וויזניץ סקווירא.

אין די פארמיטאג שעות ארום 11:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "הארטסייד באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, וואס איז לעצטענס אפגעקויפט געווארן דורך אידישע אייגענטומער, צום ערשט איז רבינו שליט"א אריין אינעם הויז פונעם בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט א לענגערע צייט, דערנאך איז רבינו שליט"א ארומגעגאנגן ארום דעם גאנצן געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, מהאט ארומגערעדט איבער די הרחבת הגבולים און די פלענער פאר ווייטער.
אויך איז רבינו שליט"א אריין אין שטוב פון הגה"צ דומ"ץ מעליץ שליט"א וועלעכע וויילט דארט אויף אפרוה, ווי ער האט געגעבן א קוויטל פארן רבין און דער רבי האט אים געוואונטשן ברכות קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום ארטיגן מקוה, דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די כשרות און הידורים פונעם מקוה.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער צום ארטיגן ביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים, ווי רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער צדיקים ביים פארן אויף מנוחת הנפש, בפרט אין די דריי וואכן אוועקצוגיין פון אינדערהיים, דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע ברכות הקודש.

וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים
דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן כרגיל בנאות דשא, ווי ס'איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים, ובדברים העומדים על הפרק, א שפאציר וואס איז "כמים קרים על נפש עייפה" וואס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי די באטייליגטע.
ציווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט א לענגערע צייט איבערן באזיך פון רבינו שליט"א פארגאנגענעם דינסטאג אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאסטוויל אייאווע, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע אופני ומהלכי השחיטה וניקור אמאל און היינט, און איבער די חומרות וואס איז איינגעפירט געווארן אינעם מהודר'דיגע בית השחיטה, ובפרט האט מען ארומגערעדט איבער "שחיטה מנוחת" די חומרות דערפין און אזוי אויך די מעלות פון עס ביים שחטן.
אויך האט מען ארומגערעדט עובדות וסיפורים פון הרה"ק די מגלה עמוקות זי"ע וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג, און איבער שטעטלעך און די מאפע אין אייראפע בעפארן קריג.
צום סוף פונעם שפאציר איז אנגעקומען הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י -ומנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל ווי מען האט ארומגערעדט איבער מנהגים בבית צאנז - סיגוט.

נאכן שפאציר איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזיך אינעם "פי עם אר באנגעלוי קאלאני" אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, ווי דער רבי האט זיך אומגעקיקט אויף די ניי צוגעבויטע חלק פונעם געגנט, רבינו שליט"א איז ארומגעגאנגן ארום דעם נייעם חלק געגענט און באגלייטונג פון די בעלי בתים און זיך אומגעקיקט אין עטליכע דירות, אויפן וועג האט מען ארומגערעדט איבער די ווייטערדיגע פלענער צו פארברייטערן דעם געגענט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין איינע פון די הייזער, דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו פארן בעה"ב ר' יצחק רודריך און פארן מענעדשער הב' ליפא מאשקאוויטש, און געגעבן שריים פאר די אייגענטומער.
צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די פלענער צו איבערמאכן און פארשענערן די "שערמאן האטעל" ווי די תלמידי הישיבות האלטן זיך אויף איבער שבת.

נאכמיטאג איז אנגעקומען בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א א קבוצה בחורים תלמידי ישיבת בעלזא לעיקוואד אינאיינעם מיט די מרביצי תורה וועלעכע וויילן אין דעי טעג אין ניו העמפשיר, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און איבערגעגעבן א לענגערע שמועס בדברי חיזוק בפרט בלימוד התורה און דערנאך געוואונטשן ברכות קדשו.

=פרייטאג עש"ק=

ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו מחזיקי הדת קהל יראים בעטלעהעם, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים ב"ר יעקב יצחק אבערלענדער, וב"ר דוד ווערטהיימער.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט"א האט געוואונטשן ברכות קדשו פאר די בר מצוה בחורים, און פארציילט סיפורים פון הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע וואס די יארציילט געפאלט היינט פרייטאג.

דערנאך זענען אריבער געגאנגען צענדליגער געסט שלום נעמען, זקנים ונערים, וועלכע זענען זיך געקומען מסתופף זיין במחיצת הקודש און מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת אין ניו העמפשיר.

אויפן וועג אהיים האבן עסקני בעלזא איבער געגעבן א גרוס פארן רבין איבער די הילף וואס זיי האבן גענאסן פאר זייער חבורה "אהבת התורה" דורך די עסקני התאחדות אבריכים דקהלתינו הק' להגדיל תורה ויאדיר.

נאכמיטאג נאך די מקוה זענען אריין בקודש פנימה ביי רבינו שליט"א בחדרו הפרטי תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף קדושת יואל וואס האבן זיך אינטערגענימען קבלות טובות קעגן פגעי טעכנילאגיע ביים מעמד קדוש "ואטהר" -און באגלייטונג פונעם מנהל הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י, דער רבי האט איבערגעקיקט די קבלות און פארטיילט א ספר "יושר דברי אמת" פאר די בחורים.

דערנאך האבן עטליכע תלמידי הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט, דער רבי האט איבערגעקוקט די תירוצים און געשעפט א געוואלדיגן קורת רוח

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
אפדעיטס אינערהאלב די הרחבת גבולי הקדושה בקרב מוסדותינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ווייטערדיגע בוי ארבעט נעבן אוהל הק' אינעם בית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל, צו פארענדיגן די חדר נטילת ידים וביה"כ -אויף כ"ו אב יומדהל"ק מרביה"ק זי"ע- פאר די באקוועמליכקייט פון די טויזענטער אידן וואס קומען פוקד זיין די ציוני מרנן רבותינו הקדושים זי"ע במשך די יאר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ארבעט ביים איבערמאכן די עיר קאנדישן סיסטעם אינעם "היכל התורה - היכל ראזענבערג" בבית מדרשינו הגדול בקרית יואל, להנאות לב פון די טויזענטער לומדי התורה.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון 'מגנזי המלך' גליון ד'

עובדות וסיפורי קודש שזכינו לשמוע מפ"ק של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הילולא קדישא בשבוע הבא של:

רבי צבי הירש מליסקא זצוק"ל.
רבי מאיר נתן הלברשטאם זצוק"ל.
רבי סענדר'ל קאמארנע'ר זצוק"ל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 גליון מגנזי המלך ואתחנן תשפ''א 1227 KB
בילד
משנת מאיר זעליג

ליל שישי אום 3 אזייגער אינמיטן די נאכט, זענען די תלמידי ישיבתינו הקדושה פון קרית יואל עוסק בתורה פינף שעה רצופות, אינעם 'ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל' ביז צום עלות השחר.

די הערליכע פראיעקט להגדיל תורה ולהאדירה איז מנדבת לבם פון די חשובע מרת ריספלער שתחי' - ובנה הרבני הנגיד מוה"ר ר' פישל ריספלער הי''ו לע"נ דער חשובע ראה"ק דקהלתינו הרבני הנגיד רבי מאיר זעליג ריספלער ז''ל.

טעמה כי טוב סחרה, לא יכבה בלילה נרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️

דאנערשטאגי"ג מנחם אב תשפ"א7/22/2021

באריכט
לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

מיט גרויס שמחה און עקסטאז האבן אנ"ש באגריסט די גרינדונג פונעם נייעם פאנד קרן שדכנים דסאטמאר צו לינדערן שידוכים קריזיס בעזרת השי''ת.

די קרן איז געגרינדעט געווארן בעידודו ובברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער נייע פאנד וועט פארטיילן גרויסע באנוסעס פאר שידוכים ביי די עלטערע בחורים אזויפיל ווי $5,000 פאר ביז 25 יאר, $7,500 פאר ביז 28 יאר, און $10,000 פון 28 און העכער!!!

היינט נאכט ליל שישי קומט פאהר די מעמד היסוד פארן נייעם קרן ביי א פריוואטע רייכע באנקעט פאררופן דורך הרבני הנגיד המרומם ר' יחזקאל בראך הי"ו יו"ר הנהלת קרן שדכנים, בביתו נהדרה בגלילות קרית יואל מיט די באטיילונגונג פון געלאדנטע נדיבים בעם ושותפים לדבר מצוה.

עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים, קול ששון וקול שמחה, קול חתן וקול כלה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ואתחנן (נחמו) תשפ"א לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא לשבת נחמו ויום ט"ו באב מהרה''ג שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ושבתי שלום אל בית אבי

בהתרגשות של שמחה וביראה עילאה איז אויפגענומען געווארן די פרייעדיגע נייעס צווישן אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, אז אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטימט געווארן בשעטו"מ אז דעם קומענדיגן שבת פרשת תולדות תשפ"ב הבעל"ט וועט בעז"ה געפראוועט ווערן דער לאנג-געפלאנטן היסטאריש'ן שבת בעיר האבות סיגוט בצילא דמהימנותא קדישא פונעם ממשיך שלשלת הקדושה לבית עצי התמרים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

שיפקדנו ברחמים ויברכונו בבואם לביתי
דעם דערהויבענעם היסטארישן שבת וועט געפראוועט ווערן בהתרגשות עילאה "א שב"ק מעין עולם הבא" מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפן זעלבן מקום שהתפללו בו אבותיו הק' מרנן רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זי"ע, ווי רבינו שליט"א וועט אינטערנעמען דעם דערהויבענעם מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט, לרגל דעם חנוכת הבית פונעם נייעם פראכטפולען "ביהמ"ד עצי התמרים" בנין ישעי זאב לעוו, "ופתיחת המקוה מפוארה" ר' לייב'עלע בערקאוויטש, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן לשם ולתפארת אויפן היסטארישן שוהל-הויף, און אפרעכטן דארט באותו מקום א "שבת חנוכת הבית".

כי לא תשכח מפי זרעו
אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן א היסטארישע רירענדע מעמד "חגיגת הכנסת ספר תורה" צום אמאליגן תורה צענטער "ביהמ"ד עצי תמרים", צום ערשטן מאל נאכן ביטערן חורבן!! א מעמד נורא וואס וועט אויסשרייען דעים "נצח ישראל לא ישקר, כי לא תשכח מפי זרעו"!!!

קה זכות אבות יגן עלינו
דורכאויס די קורצע - דערהויבענע מסע הקודש ושבתי וועט אויך פארקומען דערהויבענע התעוררות'דיגע מאמענטן ווען מען וועט אינאיינעם מיט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פוקד זיין מקום מנוחת אבותיו - רבותינו הקדושים זכותם יגן עלינו אינעם אוהל הק' אויפן בית החיים אין סיגוט און מעורר זיין רחמי שמים און פויעלן ישועות פארן כלל און פארן פרט, מיט כל מיני השפעות טובות פאר אחינו בני ישראל.

מה נורא המקום הקדוש הזה
ווי באקאנט האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אונטערגענומען מיט עטליכע יאר צוריק דעם היסטארישן פראיעקט "לחדש אורה" לכבוד בית אבותיו הקדושים, מיטן ציהל צוריקצובויען דעם מקום קדוש -א ביהמ"ד און מקוה- אויף אט דעים הייליגן מקום פון זיינע גרויסע זיידעס רבותינו הקדושים זיעוכי"א, אויספירענדיג דערמיט מכוח אל הפועל משאת נפשו פון אביו מרן רבינו הקוה"ט בעל ברך משה זי"ע וועלעכע פלעגט אלס ארויסקוקן און אויסדריקן האפענונג אז מזאל נאך אמאל קענען אויסלייזן דעם שטח און קענען צוריקשטעלן דעם מקום קדוש.

תהלה לקל יתברך האט רבינו שליט"א זוכה געווען מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויסצופירן זיין אייביגע שטרעבונג צו קענען אויסלייזן דעם היסטארישן שטח, די "שוהל-הויף" וואס איז ליידער געשטאנען פוסט זייט די ביטערע מלחמה, שועלים הלכו בה רח"ל, און בחסדי שמו צו דערלעבן דעם "ואל אחוזת אבותיו ישוב".

ברם זכור לטוב דער שליח נאמן פון רבינו שליט"א העסקן הדגול בנש"ק הרב אשר ישעי הורוויץ פונעם "וועד לחדש אורה" וואס איז געשטאנען בראש פונעם הייליגן פראיעקט לנצח על מלכת בית ה', ובנאמנות יתירה אויסגעפירט שליחות קדשו פון רבינו שליט"א.

ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
יעצט שטייט שוין דער בנין פולקאם גרייט מיטן גאנצן פראכט און באקוועמליכקייט און מיט אלע צוגעהערן!!

אין די יעצטיגע וואכן זיצן א שטאב פון עסקנים בחצרות קדשינו און שפיץ פונעם "וועד לחדש אורה" אויף העפטיגע מינטונגען אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פונעם דערהויבענעם מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית ס'ווערט אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.

להושיבי עם נדיבים
ספעציעלע הזמנות כבוד ווערט ארויסגעשיקט לכבוד די נדיבים החשובים "בוני ומקימי מקום הקדוש הזה" דעי אלע וועלעכע האבן זוכה געווען ארויסצונעמען א חלק שותפות אין דעים הייליגן פראיעקט לעשות רצון צדיק פון רבינו הקוה"ט זי"ע ולהבחט"א בנו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, צו קענען זעהן מיט די אייגענע אויגן די פירות פון זייער נדבה און אינאיינעם פייערן די בשותפות'דיגע שמחה פון "החזרת עטרה ליושנה".

פאלגט נאך די גענויע פרטים פונעם היסטארישן מסע קודש "ושבתי" - שבת חנוכת הבית - בעיר האבות סיגוט די קומענדיגע וואכן דא אויף סאטמאר'ע נייעס.

מקדש מלך עיר מלוכה קומי צאו מתוך ההפיכה, התעוררו התעוררו כי בא אורח, הנה ימים באים

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
שמחת החאלאקע - אפשערן היינט יום ד' פון הילד ני"ו נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג שליט"א, בהשתתפות פונעם עלטער זיידן הגה"צ אב''ד קהלתינו ב"פ שליט"א און הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ב מנחם אב תשפ"א7/21/2021

מודעה
מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדות קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר

אפדעיטס פון די נייע גיגאנטישע בניני המוסדות.

דער ריזן מבצר אדיר והמפואר לתלמיד תורה "בנין קליין"

בנין החדש והמפואר "בנין גאלדשטיין"

בנין ישיבה קטנה החדש והמפואר

בנין האדיר והמפואר לבית רחל "בנין לאה אסתר"

=ופרצת ימה וקדמה=

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג