א בקשה פונעם באקאנטן לאנג יעריגער גבאי צדקה פאר מוסדות יטב לב, הרבני הנכבד המפורסם הר''ר מאיר פערל הי''ו
שטיי מיר ב"ה דא ביים ציון הקדוש ווי טויזענטער אידן שטראמען. די תפילות זענען בוקע רקיעים. השי''ת זאל העלפן אז מ'זאל פועל'ן אלעס גוטס, ישועות ורפואות, נחת און געזונט פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.
מיר וועלן אי"ה זיין דא ביים ציון הקדוש דעם גאנצען טאג מזכה זיין אידן מיט די הייליגע צדקה לעשות נחת רוח לנשמת רביה"ק יואל בן חנניה יו''ט זצוק''ל זי"ע ועכ"י
מאיר פערל
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילד
"מסיבת לחיים" נאכן קביעת מזוזה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, הרה"ג רבי יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ומרבני גדר וועלכער באגלייט אלע פעולות פון גדר אינעם דבר ה' זו הלכה, הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו מראשי קהלתינו הק' וחבר הוועד, און הרבני הנגיד ר' שלמה בוים הי"ו חבר הוועד, ביים קובע זיין די מזוזה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
מעמד "פתיחת שערים וקביעת מזוזה" פארן נייע פראכטפולע אפיס פון די בארימטע "גדר פילטער" אין קרית יואל, פארגאנגענעם מאנטאג עקב בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
דער נייער רחבות'דיגער אפיס געפינט זיך אין צענטער פון שטאט, אינעם נייעם בנין אויף 10 מרדכי שעהר בלווד. #014.
גדרים וסייגים שעשו רבותינו זכרונם לברכה, הוא דבר המעמיד דורות עם בני ישראל לעולם. (אוה''ח הק')
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
מודעה
אגרא דבי הילולא מילי
היינט נאכט ליל הילולא קדישא של רבינו הקוה"ט זי"ע וועט פארקומען בקרב קהילתינו הק' קרית יואל די מעמד "חסידים מספרים" עובדות וסיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע דערציילט דורך זקני אנ"ש בשעה 9:30 בבית מדרשינו הגדול, מסיבת לחיים נאכן מעמד.
זכותו יגן עלינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
היינט פארמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, הגה"צ הרב חיים מאיר קאהן שליט"א אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.
ווי געמאלדן האט נעכטן פארנאכטס האט באזוכט בקודש פנימה הגה"צ ר' יצחק אלעזר מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר משאץ.
אזוי אויך האט באזוכט הגה"צ הרב משה טייטלבוים דומ"ץ דקהלתינו ירושלים שליט"א, און הגה"צ ר' יעקב כהנא שליט"א אדמו"ר מספינקא - סוליצא בני ברק.
ביי די באזוכען האבן זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
העפטיגע הכנות ביים ביה"ח דקהלתינו הק' בקרית יואל צום גרויסן יארצייט פון רביה"ק זי"ע כ"ו אב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט נאכט כ"ו מנחם אב געפאלט די 42'טע יומדהל"ק פון מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיעוכי"א. צענדליגער טויזענטער אידן וועלן פוקד זיין דעם ציון הקדוש בבית החיים דקהלתינו הק' אין ק''י און מתפלל זיין בזכותו של אותו צדיק להפקד בדבר ישועה ורחמים.
העפטיגע הכנות קומט פאר בבית החיים דקהלתינו הק' בקרית יואל מקום מנוחת קדשו דורך די געטרייע חברה קדישא, ווי עס איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א ריזן שאטער הארט נעבן ציון הק' פאר אמירת תהילים. אזוי אויך איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע סדר צו ערמעגליכן פאר יעדן צו קענען אריינגיין אינעם אוהל הק' צו לייגן א קוויטל ביים ציון המציונת, כדי צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל.
אנגעהויבן פון היינט נאכט וועלן פארקומען מערערע יארצייט סעודות בבתי מדרשינו איבער די גארער וועלט.
- סדר וזמני ההילולא קדישא בצל הקודש פון ממלא מקומו רבינו שליט"א וועט נאכפאלגן -
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועכי''א ובפרט למ"מ ומ"ד בקודש כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
באריכט
יום ג' פרשת ראה תשפ''א - ערב יומא דהילולא קדישא פון רבינו הקדוש והטהור מרן בעל דברי יואל זיע"א
סאטמארע חסידים איבער די גארער וועלט גרייטן זיך מיט התרגשות צום גרויסן טאג כ''ו אב, ווען עס קומען זיך צוזאם תלמידיו וחסידיו ההולכים לאור קדושתו אין די בתי מדרשים פון אונזערע קהילות און זענען מעלה זכרונו ומשנתו פונעם בעל ההילולא אבינו רועינו רביה"ק זיע"א.
אין ארץ ישראל ווי עס איז שוין באלד כניסת היום קומט פאהר היינט נאכט נאך מעריב בקרב קהלתינו הק' אין שיכון קרית יואל, בני ברק די צענטראלע סעודת הילולא פאר אנשי שלומינו, בראשות רבני קהילתינו הקדושה. און דאס זעלביגע וועט היינט נאכט פארגעקומען די סעודת הילולא בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש ת"ו
די צענטראלע סעודת הילולא אין ירושלים עיה"ק קומט פאהר מארגן מיטוואך בבית מדרשינו 'ברך משה' אויף רח' יונה אינאיינעם מיט'ן סיום מס' סנהדרין שע"י מסגרת תורתך שעשועי, און קאמבאנירט מיט'ן מגבית השנתי לטובת די ארטיגע מוסדות הק'.
אזוי אויך אין נאך פולע קהילות און בתי מדרשים ברחבי ארה"ק קומען זיך צוזאם חסידים ואנשי מעשה מעלה צו זיין זכרונו הבהיר פון צדיק הדורות מרן רביה"ק וגאב"ד ירושלים זצוק"ל, און זיך מחזק זיין אין זיינע הייליגע דיבורים ובפרט בעניני אמונה ודיעות און התבדלות מהרשעים און נישט נהנה זיין מממשלת הכופרים.
תורתו מגן לנו והוא ימליץ טוב בעדינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעהבילד
גרויסע שאטער ווערט אויפגעשטעלט הארט נעבן ציון הק' פאר 'אמירת תהילים' צו קענען אקאמאדירן די רבבות ישראל וועלעכע קומען זיך אויסבעטן און פויעלן ישועות פארן כלל און פארן פרט ביומדהל"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
העפטיגע הכנות ביים ביה"ח דקהלתינו הק' בקרית יואל צום גרויסן יארצייט פון רביה"ק זי"ע כ"ו אב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב''ר יואל וויזעל הי"ו. ב''ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. ב''ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו. ב''ר יחזקאל יחיאל מיכל וויינגארטען הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", מיט דברי מוסר נישט צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט ווען סווערט שווער די קשיא 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי', נאר החכם עיניו בראשו יעצט אנהייב די ימי הרחמים והרצון ר"ח אלול, ווען דער מלך קומט, מקבל פנים זיין, אזוי אז שפעטער זאל נישט נתעורר ווערן די קשיא.
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: הרה"ג ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב''ד חאמעלניק מאנסי - ר' אשר ישעי פייערשטיין הי"ו. ר' יעקב ב"ר שמעי קעסלער הי"ו - ר' יואל בן הר"ר אהרן קויפמאן הי"ו.
ארום 10:40 האט באזוכט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, כ"ק אדמו"ר משאץ בני ברק שליט"א וועלכער וויילט אין די טעג אין קרית יואל לטובת מוסדות "נועם אלימלך" עטה"ק וואס שטייט תחת נשיאתו. רבינו שליט"א האט אים מכבד געווען מיט לחיים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מוסד עטה"ק, און איבער די לעצטערע ביטערע געשעענישן ביי כלל ישראל. צווישן אנדערע האט דער שאצע רבי שליט''א אנגעוויזן אויף אויף הרה"ח שלמה מענדלאוויטש דער יו"ר מפעל "עזר הצלה" איבער זיינע פעולות צו העלפן די מנהלים עטה"ק. דערנאך האט אים רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ד מנחם אב תשפ"א8/2/2021
באריכט
זונטאג ראה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר אברהם שמואל שווארטץ הי''ו. ב''ר קלמן אליעזר גברא הי''ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק ג', ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", רבינו שליט"א האט דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. און ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.
=זעהט די פולע דברות קודש ביי די פריערדיגע באריכטן=
נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאכמיטאג ארום 3:35 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה, ווי דער רבי שליט''א האט זיך באטייליגט ביי די כינוס ידידים פאר די אברכים צעירים לומדי הכולל בקרית יואל, למען החזקת מוסדותינו הק' בקרית יואל. רבינו שליט''א האט זיך באגריסט מיט די הנהלת המוסדות, און דערנאך טועם געווען און געוואונטשן לחיים וברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק. דער רבי שליט''א האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה - א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו" וואס איז סופי תיבות 'תורה', און ארויסגעברענגט פאר אינגעלייט וואס קומען זיך צוזאם פאר א מסיבה להחזקת תורה אפילו זיי האבן נאכנישט קיין קינדער אין ת"ת, איז אבער א'ת הברכ'ה אש'ר תשמע'ו מהאפט אז די "סוף" וועט מען האבן קינדער אין די ת"ת און דאס איז די ברכה. דערנאך האט דער רבי שליט''א ארויסגעברענגט אז שטיצן די תלמוד תורה ווי די אייגענע קינדער גייען לערנען איז קודם פון אלע אנדערע ענינים, און מסיים געווען מיט שטארקע ברכות הקודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' שמואל זאנוויל כהנא הי''ו - ר' אהרן שמואל פוקס הי''ו. ר' ישכר בעריש ברוינער הי''ו - ר' יואל ברש"י לאקס הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ג מנחם אב תשפ"א8/1/2021
באריכט
נעכטן מוצש"ק ארום 12:30 איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש, הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' אין לעיקוואד, וועלעכע האבן געוויילט אויף שבת אין קרית יואל בצל הקודש. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, ובפרט איבער די בליה און וואוקס פונעם רבי'נס הייליגער שטעטל קרית יואל. אזוי אויך האט זיך רבינו שליט"א נאכגעפרעגט איבער די הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו הק' לעיקוואד, ובפרט אויף די פארשריט אין די בוי-ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש דקהלתינו הק' אין לעיקוואד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
היינט ביים טעגליכן תהילים שיעור בהיכל המתיבתא האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דערמאנט די שווערע ימי המגיפה וואס איז אדורך ביי כלל ישראל. רבינו שליט''א האט ערווענט אז דער מצב האט זיך ליידער פארערגערט אין די יעצטיגע טעג, ווי רבינו שליט"א האט אויסגעפירט מיט א בקשה צום בוכ"ע אז די בתי מדרשים זאלן בלייבן אפען צו קענען קומען מתפלל זיין.
דוד המלך זאגט אין תהילים קאפיטל ה' ''הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, כי אליך אתפלל", דאס ענין קען זיין אזוי. מען געדענקט מיר אלע נישט אזוי לאנג צוריק די שווערע זמנים ביי כלל ישראל, מהאט אפגעשלאסן די בתי מדרשים און שוהלן, מען האט נישט געקענט קומען אין ביהמ"ד דאווענען, מען האט נישט געקענט דאווענען מיט קיין מנין נאר אין די הייפער אזוי. 'אידן דאווענען אידן בעטן, איז ב"ה בעסער געווארן דאס ענין'. אבער לעצטענס איז צוריק אביסל שווערער געווארן דער מחלה, מי יודע מה יולד יום. דער אייבערשטער פירט די וועלט, וואס וועט זיך ווייטער דא אפשפילען, קיינער איז נישט קיין יודע עתידות. אידן בעהטן הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי, הער צו מיין געבעט, כי אליך אתפלל, אז מען זאל קענען דאווענען, מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד, מען זאל נישט אפשפארן קיין בתי מדרשים, נישט אפשפארן קיין שוהלן, מזאל קענען דאווענען, מען האט א בקשה צום בוכ"ע הקשיבה לקול שועי מלכי ואלקי כי אליך אתפלל, מען וויל קענען קומען דאווענען אין בתי מדרשים און אין שוהלן די הייליגע טעג און א גאנץ יאר.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
באריכט
=המשך באריכט שב''ק פרשת עקב בצל הקודש=
רעוא דרעוין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 8:50. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי קנאפלער, כהן: הרה"ח ר' זושא רובין - וומסב"ג, לוי: הרה"ח ר' יואל ב"ר מרדכי רייזמאן - לעיקוואד, שלישי: הרה"ח ר' שמואל זיינוואל ווערטהיימער - מאנסי, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: אב"ד סעקעלהעיד ב"ב שליט"א.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין, ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון" און געטייטשט בדברי מוסר אז ווען סקומט די ימי הרחמים והרצון און א איד וויל תשובה טוען פארן הייליגן באשעפער, ווערט אבער נתעורר די טענה 'אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי' דאס איז אבער נאר ביי א עבד לרבו אבער ביי א קינד צו א טאטן נישט, ווייל א טאטע פרעגט נישט. כדי צו ווערן אנגערופן בנים למקום איז נישט געניג צו מקיים זיין מצוות התורה נאר מען דארף אויך מוסיף זיין גדרים וסייגים, און דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו תשובה שלימה, ביים סוף פון די דב"ק האט דער רבי מסיים געווען ביי די ברכות הקודש "השי"ת זאל העלפן, מגייט אריין אין דעי געהויבענע הייליגע זמנים די ימי הרחמים והרצון, טעג וואס איז ימי הרחמים מען קען מעורר זיין מידות הרחמים פאר כלל ישראל, ולא ישמע שוד ושבר בבית ישראל מען זאל נישט הערן קיין ביטערע בשורות מזאל הערן אך טוב וחסד פאר כלל ישראל, מזאל זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
ידיד נפש: הר"ר אלי' כ"ץ - לעיקוואד, קל מסתתר: הרה"ח ר' נח קליין - וומסב"ג. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות. מעריב מוצ"ש האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט 11:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת עקב - שבת לפני ההילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יעקב הערש טייטלבוים - לעיקוואד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות הק' "קרן הצלה". און מען איז אריבערגעגאנגן גוט שבת זאגן.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא.
אשת חיל: די אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ ר' דוד דוב.
פאר קידוש האט רבינו שליט"א געהייסן אריינברענגן בעכערס, און מכבד געווען הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך בן כ"ק פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א און הרה"צ ר' יעקב כהנא אדמו"ר מספינקא ב"ב צו מאכן קידוש. הגבהות הכוס לקידוש: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען ווי פאלגענד, כל מקדש: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בלעיקוואד, מנוחה ושמחה: אדמו"ר מספינקא ב"ב שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "והיה עקב תשמעון " און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון פון גזל עכו"ם. קה אכסוף: הגה"צ ר' משה אהרן דאווידאוויטש שליט"א אב"ד סעקעלהעיד בני ברק. בענטשן: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א.
עובדות וסיפורי קודש די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון דודו רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע וואס די יומדהל"ק געפאלט מיטוואך כ"ו אב. קה רבון עלם: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר מדייני קהלתינו בוויליאמסבורג.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות. עס איז פארגעקומען די שלום זכור ביי בן הנולד לר' פישל פריעד. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' ישראל וועלץ - לעיקוואד, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים אלי ליכטמאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין, פסוקי שמע ישראל: הרב משה ט"ב בן האדמו"ר מסאסוב. עליות. כהן: הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער - וומסב"ג, לוי: החתן ב"ר פישל מאשקאוויטש, שלישי: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט''א, רביעי: החתן ב"ר ישעי קנאפלער, חמישי: החתן ב"ר ירחמיאל זאב פריעד, שישי: רבינו שליט"א. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי: ר' יואל ב"ר עקיבא וויינשטאק. ר' יואל ב"ר יושע פנחס שעהנפעלד. ר' משה ארי ב"ר ברוך עקשטיין. ר' שלמה זלמן ב"ר חיים קליין. ר' מענדל בהר"ר שמואל פריעדמאן.
שביעי: החתן ב"ר חיים זלמן ווייסבערג, הוספה: החתן ב"ר מיכל פריעדמאן, אחרון: הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א, מפטיר: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם שניצלער - מאנטריאל, גלילה: הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש.
מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אלעזר ניסן פרידריך.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן ביי ב"ר אברהם יצחק טייטלבוים, וב"ר יעקב ביטמאן. מען האט געענדיגט 1:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
סעודת מלוה מלכה לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע, היינט מוצ"ש בקרית ויואל משה מאנטיסעלא.
צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש שליט"א -משב"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
בילד
סעודת מלוה מלכה לרגל די יארצייט פון רביה"ק זי"ע, אינאיינעם מיט א סיום מס' סנהדרין בחבורת "תורתך שעשועי" היינט מוצ"ש בבית המדרש בנין יהודה בקרית ברך משה - וואודבוירן.
צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א.