בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגכ"ז תשרי תשפ"ב10/3/2021

בילדער · 3
רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן ביי די ווייטערדיגע פארשריט פון די בוי ארבייט ביים בנין האדיר פארן ת"ת בבנין ביהמ"ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
רבינו שליט"א ביים זיך אומקוקן אויפן גיגאנטישן שטח ביים "בית רחל קאמפלעקס" אויף טשערי לעין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

היינט נאך שחרית אין פארשעי איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך בקרב מוסדותינו הק' במאנסי, ביי די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט פאר די תלמוד תורה ובית רחל נאכצוקומען די מספר התלמידים והתלמידות פון די אריבער צוויי טויזענט קינדער בליעה"ר.

צום ערשט איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום גיגאנטישן שטח ביים "בית רחל קאמפלעקס" אויף טשערי לעין, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט ביי אלע נייע אפטיילונגען און זיך שטארק פאראינטערסירט ביים מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו אויף אלע פרטים און ווייטערדיגע פלענער.

דערנאך איז רבינו שליט"א אריבערגעגאנגען צום בנין האדיר והחדש פאר די תלמוד תורה בבנין בית מדרשינו הגדול במאנסי וועלכע איז בשעטו"מ היינט באנייט געווארן מיט עטליכע כתות. רבינו שליט"א איז אריין אין יעדע כתה באזונדער און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט שער פונעם בנין און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און געוואונשן ברכות קדשו פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א און פאר אלע כלי קודש און איינגעשטעלטע, ספעציעל פארן מנהל הר"ר אפרים העכט שליט"א צו מצליח זיין בעבודת הקודש.

הרחיבו מקום אהליך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
ברכות מזל טוב לידידנו הבה"ח
כמר דוב אלתר ברוך גפן ני"ו משב"ק כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ב"ר אברהם יהושע הי"ו (קר"י).
לרגל שמחת אירוסיו למז"ט עב"ג הכלה תחי'
ב"ר פנחס פרענקל הי"ו (וומסב"ג).

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת בראשית בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אויף אפרוה בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו בגלילות קרית יואל.

דער רבי שליט"א האט געפראוועט דעם גאנצן שב"ק אויף א פריוואטן פארנעם למנוחת הנפש, ווי בלויז געציילטע מקורבים און געלאדענטע נכבדים האבן מיט געדאווענט ביי די תפילות.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ביהמ"ד בבית האכסניא מעוטף בטליתו. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.

מען האט געענדיגט ארום 8:45, און רבינו שליט"א האט געוואונטשן א גוט שבת פאר די באטייליגטע.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בבית האכסניא ווי עס האבן מיט געגעסן בלויז דער הויז בחור און ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, מנוחה ושמחה: הב' המשב''ק אלתר ברוך גפן הי''ו.

במשך די סעודה האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן בעניני מנהגי ישראל און אמאליגע דורות, און דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי תורה אויף די וואכעדיגע פרשה.

דער רבי שליט''א האט געזונגען קה אכסוף און מכבד געווען ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו מיט'ן בענטשן.

נאך די פירות האט מען געזונגען אז ביום השביעי, מען האט געענדיגט ארום 12:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי האט דער רבי געלערנט עטליכע שעה פארן דאווענען אויף די טאראסע שע"י בית האכסניא.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו שחרית אום 10:00, און געזאגט די ברכות. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם לייב לאנדא הי''ו, שחרית: הרה''ח ר' יעקב יחזקי גאנדל הי''ו. ה' מלך, הלל הגדול, שירה, און הכל יודוך האט מען געזאגט פסוק בפסוק.

הוצאה והכנסה: הרה"ח אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו. בעל קורא: הרה''ח ר' אברהם לייב לאנדא הי''ו.

עליות. כהן: ר' אליעזר דוד הכהן גליק הי''ו, לוי: הב' אהרן מאנדל שלישי: הרה''ח ר' משה מוטצען הי''ו (וומסב"ג), רביעי: הרה''ח ר' גרשון שלעזינגער הי''ו, חמישי: הב' הבר מצוה ישכר דוב ב"ר יודל היימאן הי''ו, שישי: רבינו שליט''א, שביעי: הרה''ח ר' יושע דוד וואלדמאן הי''ו, הוספה: הרה''ח ר' יודל היימאן הי''ו, אחרון: הב' המשב"ק אלטר ברוך גפן הי''ו, מפטיר: הרה"ח אהרן צבי מיטעלמאן הי''ו (ב''פ), הגבה: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

מוסף: הרה''ח ר' יודל היימאן הי''ו, מען האט געענדיגט 12:35.

נאכן דאווענען האט זיך רבינו שליט''א באדאנקט פאר די מתפללים.

רבינו שליט''א האט געהייסן אריינברענגען קידוש צו מאכן פאר די מתפללים וואס וואוינען ווייט.

ביים מיטאג טיש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט די זמירות. ברוך ה': הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, ברוך קל עליון: הב' המשב''ק אלתר ברוך גפן הי''ו. ברהמ''ז: הב' המשב''ק אלתר ברוך גפן הי''ו.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 7:05: מנחה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם מאסרי הי"ו, כהן: ר' אליעזר דוד גליק הי''ו, לוי: הב' אהרן מאנדל, שלישי: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הב' החשוב ב''ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "בראשית ברא אלוקים - בית רבתי" און געטייטשט אז מיט מסירות נפש אין ארץ ישראל דארף מען נישט צוקומען צו די ד' חילוקי כפרה, און די סוכה איז דא קדושת ארץ ישראל דארף מען נישט צוקומען צו יסורים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ), קל מסתתר: הרה''ח ר' גרשון שלעזינגער הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. הגבהות הכוס: ר' ישראל מיטעלמאן הי''ו.

מעריב מוצ"ש: הב' החשוב ב"ר גרשון שלעזינגער הי''ו. נאך מעריב האט רבינו שליט''א געוואונטשן א גוטע וואך און זיך באדאנקט פאר יעדן איינעם. מען האט געענדיגט 9:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ה תשרי תשפ"ב10/1/2021

באריכט
ערב שב''ק בראשית

שינוי מקום!!

אנדערש ווי געפלאנט, וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וויילן דעם שב''ק אויף אפרוה בגלילות קרית יואל, בבית הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו. די תפילות און די טישן וועלן זיין אויף א פריוואטע פארנעם. מוצש''ק וועט זיין א הוק-אפ פון של''ש פון 10 מינוט נאכן זמן אויף קול סאטמאר 845-951-1110 #311.

נאך שבת וועט זיך רבינו שליט''א צוריק קערן קיין פארשעי אויף אפרוה ביז דעם קומענדיגן דאנערשטאג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
ביים מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
וקוי ה' יחלופו כח

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף מנוחת הנפש אין פארשעי מאנסי.

דער רבי ביים תפילין לייגן פאר עטליכע חתני הבר מצוה און ביי תפילת שחרית בביהמ"ד בוטשאטש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום נעילת החג טיש.

ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ, און ממשיך געווען די סעודה, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.

מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.

די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ח ר' דוד ניישטאט הי''ו (מאנסי), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

די תורה איז געווען אויפן פסוק "וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל" שמיני עצרת איז א יו''ט דלעתיד ווייל דעמאלטס וועט זיין יעדן טאג א יו''ט און אסור בעשיית מלאכה.

שמיני עצרת פירט מען זיך במנהג אבות אפילו ס'שטייט נישט אין שו"ע, מיטן גאנצן סדר היום והלילה וואס דער זיידע דער ייטב לב זי"ע האט איינגעפירט, במילא קומט ער אוודאי אראפ און בענטשט אלע אידן וואס פירן זיך אזויווי זיין מנהג, בברכה המשולשת בתורה און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים, און בפרט ארויסגעברענגט די הרגשים פונעם יו''ט בתוך קהל ועדה מיט א שמחה פנמיות אלעס נאר ערליכע אידן חסידים ואנשי מעשה מיט בארד און פיאות.

ביים זיך אויפשטעלן פונעם טיש האט דער רבי געוואונטשן "א גוטע וואך און א געזונטען ווינטער".

מעריב מוצאי יו''ט: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און ארויסגעקומען במעמד אלופי אלפי ישראל צום מעמד ברכות הקודש לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים מען האט געענדיגט ארום 11:45.

ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, מיט ריקודין ומחולות זיך נישט קענענדיג געזעגענען פונעם געהויבענעם יו''ט, יהי''ר מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב.

ביי די הקפות בייטאג האט מען מכבד געווען די אלע וואס זענען זוכה צו זיין מלמד תורה לעמו ישראל די מרביצי תורה, און נאכדעם אלע אייניקליך פון רביה''ק הברך משה זי''ע אינגעלייט און בחורים צו טאנצן מיט די תורה.

ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיטן ספר תורה בהתרוממות ובדביקות, נאך די זיבעטע הקפה אויף די בימה בשעת'ן טאנצן דעם חרוז 'חזק מייחד כאחד' האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און געטאנצען ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.

ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט די אלע תפילות און פארגעזאגט לדוד מזמור.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א.

מפני קוצר הזמן האט רבינו שליט''א נישט קידוש געמאכט, מען איז תיכף אריין אין פאליש צו די חתני התורה.

הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו - משמש מיט ר' יודל ווערצבערגער הי"ו האבן פארגעזאגט די רשות חתן תורה און חתן בראשית און רבינו שליט''א האט עולה געווען. בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, הגבה: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרה''ח ר' משה מנחה שלעזינגער הי''ו.

חתן בראשית האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו, מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה. הגבה: הרב דוד ט"ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אהרן דוב געטטער הי''ו, חתן מפטיר האט רבינו שליט"א מכבד געווען הבחור המשב"ק אלתר ברוך גפן ני"ו, הגבה: הרה''ח ר' יואל ווידער הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל משה גליק הי''ו (ב"ב).

מנחה האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. תיכף נאך קדיש תתקבל האט מען געזאגט קרבנות און אשרי און געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:35.

רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי און דארט געמאכט קידוש און זיך תיכף געוואשן צו די סעודה און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה געבאקן מיט ראזינקעס כנהוג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ובכן צדיקים יראו וישמחן וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו דאווענען מעריב פאר חצות, בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, נאך מעריב איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

1:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטלית שאילה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט"א האט געזאגט פיר מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
די ערשטע: ביים חרוז ידיד נפש אב הרחמן, דורך די ריקודין של מצוה גיין אריין א קדושה אין אלע רמ"ח איברים ושס"ה גידים פונעם מענטש און מען איז מתקן וואס מען האט פוגם געווען, און עס ברענגט מען זאל שפירן די אמתע זיסקייט פון די תורה הק'.
די צווייטע תורה: ביים חרוז ותיק יהמו און געטייטשט וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל אז בזמן שביהמ"ק היה קיים אזוי אויך לעתיד וועט עולם הזה זיין א העכערע בחינה צווישן שמים און שמי השמים און פארדעם איז שמיני עצרת א יו''ט דלעתיד, און די צדיקים קומען אראפ אהער בעולם הזה, דערמאנען'דיג דעם זוה"ק פ' פנחס אויפן פסוק ישמח ישראל בעושיו, און ממשיך געווען בקול חינוק בדמעות מען ליינט "וזאת הברכה אשר ברך משה" דער טאטע ז''ל געפינט זיך דא בתוכינו, זיין ביאה איז נישט קיין ביאה ריקנות, ער בענטשט דעם גאנצן ציבור וואס געפינען זיך דא און פרייען זיך בשמחת התורה.
די דריטע תורה: אויפן חרוז הגלה נא, ביים רבש"ע איז מער חשוב די עבודה פון א בעל גשם ווי פון די מלאכים, אזוי אויך א איד וואס איז טרוד על המחיה און איז עוסק בתורה איז עס חשוב און הימל מער פון א יושב האוהל און ער האט מיט וואס זיך צו פרייען מיט די תורה.
די פערטע תורה: אויפן חרוז בראשית תורתך הקדומה, אויסער וואס מען דארף נזהר זיין פון עובר זיין אויף די מצוות דארף מען זעהן צו אויסניצן די צייט און נישט חלילה מבטל זיין לבטלה.

מען האט געענדיגט די הקדמה 3:45, און די הקפות 5:10.

ביים ליינען האבן עולה געווען. כהן,: הרה''צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אוהעלע רב פון ב''פ, לוי: הרה''ג ר' אפרים משה לעווי שליט''א מו"ץ קהלתינו במאנסי, שלישי: רבינו שליט''א און געזאגט די ברכות בדמעות של שמחה, הגבה: הרה''ח ר' חיים ישראל קלאגסבאלד הי''ו (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' אפרים פישל קיש הי''ו. מען האט געזאגט חצי קדיש, מען האט געענדיגט 5:25.

רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט, ברהמ''ז: הבחור אנשיל אשכנזי בן הגה''צ ר' העניך שליט''א.

שמחת תורה צופרי 11:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד. פסוקי דזמרה און שחרית: הרה''ח ר' יעקב יחזקי גאנדל הי''ו, די כהנים האבן געדוכענט, מען האט געענדיגט 1:20, און דער רבי איז ארויס אויף א קורצע הפסקה.

אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' משה דוד אבערלענדער הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט די הקדמה 4:30.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה דריי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
ערשטע תורה: אויפן חרוז ידיד נפש, אז הקב"ה איז קונה אידישע קינדער בהגבהה און די קנין איז חל לכו"ע ווייל דער אייבערשטער איז משפיע אהבה צו אידישע קינדער און די אידן הייבן זיך צוריק צו הקב"ה.
צווייטע תורה: ביים חרוז פון ותיק יהמו , אויפן פסוק וידבר משה את מועדי ה' דורך די ריקודין של מצוה איז מען מתקן די ה' האחרונה פון די שם הוי"ה, במילא איז דא השראת השכינה ווערט נשפע השפעות טובות ברחמים.
דריטע תורה: אויפן חרוז הגלה נא, מיט בליציגע און הייליגע רמזים אז דורך טאנצן מיט די חמשה חומשי תורה איז דא המתקת הדינים.
די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו: וידבר משה את מועדי ה', וידבר איז א לשון קשה ווען משיח וועט קומען וועט משה רבינו ווייזן אויב חלילה איינער האט נישט עוסק געווען בתורה אז ער האט ח"ו מעכב געווען די גאולה און ווער עס האט יא געלערנט אז ער האט צוגעאיילט די גאולה, און מסיים געווען בדברי מוסר וחיזוק בקבלת טובות בלימוד התורה.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: הקב"ה איז משפיע פאר א מענטש כוח און חיות און מיט דעם קען ער חלילה עובר זיין רצון ה', יעצט איז די זמן זיך מקבל זיין צו האבן שמירת עינים במחשבה ובדיבור כהוגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות. הגבאות הכוס לקידוש: הרב דוד ט"ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

ביי די זיסע מייערן האט דער רבי געטיילט שיריים פאר די געסט פון אויסלאנד.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ח ר' אפרים פישל קיש הי''ו (ב"פ).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק "ביום השמיני עצרת תהיה לכם" און געטייטשט אז דורך די עבודה פון שמיני עצרת ווערט נתעלה די תפילות פון א גאנץ יאר צו משפיע זיין כל מילי דמיטב.

ברהמ''ז: נכדו הרב דוד ט"ב שליט''א. מען האט געענדיגט 2:30.

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו שחרית. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מרבני קהלתינו במאנסי.

צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען כרגיל, צו הויעכע שמו"ע האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

פארן ליינען איז פארגעקומען דער ברית ביי ב''ר שמען ברנ"ה פר"מ הי''ו.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו און הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.

עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יצחק קאהן הי''ו (חבר הנהלת המוסדות וומסב''ג), לוי: הגה''צ אבד"ק מאנסי שליט''א, שלישי: הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט א ספעציעלע מי שברך פאר הרה"ח ר' מאיר הירש מראה"ק והמוסדות קר"י, "בעבור שטרח בדבר מצוה לשלם משכורת הכלי קודש קודם החג במוסדותינו הק' מוסדות יטב לב בארה"ק".

הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' אברהם שלום סטרולאוויטש הי''ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק מיכאל יאקאב הי''ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה''ח ר' גדלי יערמיאש הי''ו (ב"פ), הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו (וומסב"ג), גלילה: הרה''ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו.

צוליב די גרויסע געדרענג ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויס אנטוען דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.

ארום 2:30 צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, און דערנאך געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו (מראה"ק וומסב"ג). צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו (מאנסי)

נאך דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה צו קידוש כנהוג, און האט טועם געווען פון די מאכלים 'קינדל' און 'נאנט'.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק "ביום השמיני עצרת תהיה לכם" דורך זיך פירן בענוה איז מען זוכה צו השפעות טובות בגשמיות, די סוכה איז משפיע דעת במילא ווערט מען באזוך בענוה ובשפלות ברענגט עס השפעות טובות. מען האט געענדיגט 4:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

ביי די תורה האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן חרוז "קה זכות אבות יגן עלינו" דורך די 15 סעודת סוכות און שמיני עצרת ווערט מען ניצל מכל צרה וצוקה.

ברהמ''ז הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

נאכמיטאג 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה. בעל תפילה: הרה''ח ר' חיים הערש גאלד הי''ו (וומסב''ג).

ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה צום "געזעגענען פון די סוכה" מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.

הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו מגבאי החברה קדישא האט אנגעגאסן פארן רבין לחיים דער רבי האט געטרינקן און געוואונטשן פאר אלע חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור.

פאר בין השמשות האט דער רבי געמאכט א ברכה און טועם געווען פון די עפל כנהוג.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק "בסוכות תשבו שבעת ימים" מצוות סוכה האט אין זיך די שיעור פון א מקוה און איז מטהר ביים ארויסגיין אזויווי א מקוה, און ברענגט אריין אין שטוב השפעות רוחניות פאר א גאנץ יאר.

דערנאך האט דער רבי געטיילט און געווארפן עפל לכל הקהל הקודש כנהוג, און נאכדעם געזאגט די תפילה פון יציאה מן הסוכה ובקול חוצב פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים'. און תיכף דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ בשמחה של מצוה און ארויס פון די סוכה בריקודי קודש אנגעלעהנט אויף בניו הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א און הגה"צ אב''ד סיגוט שליט''א און אריינגעטאנצן אין ביהמ''ד און דערנאך ארום דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די בימה ווי מ'האט ממשיך געווען בריקודין, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט לכל הקהל הקודש. מען האט געענדיגט בערך 8:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מעריב: הגה''צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א.

בערך 9:10 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון אלופי אלפי ישראל, פתיחת הארון: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפל הי''ו.

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח, בערך 9:25 האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן צו טאנצן מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב, דער רבי האט ארומגעטאנצן דעם גאנצן ביהמ''ד בעוז ותעצומות בשמחת ה' ובשמחת התורה.

ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן אין ביהמ"ד איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז.

נאך די הקפות האט רבינו שליט''א געוואונטשן בצהלות פניו א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יושע קליין הי''ו (מנה"ר ישיב"ק י"ם), פסוקי שמע ישראל: הרב יצחק דוד יאקאב שליט''א (י"ם, ומנה"ר ישיב"ק ב"ב).

בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי"ו, לוי: הגה''צ ר' מענדל ווצב"ג שליט''א דומ"ץ דקהלתינו מאנטריאל, שלישי: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' אברהם שלום פר"מ שליט''א מראשי הכוללים, גלילה: הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו"ץ קהלתינו ב''פ.

מוסף: נכד רבינו הרב משה מייזליש חתן הגה''צ ר' העניך אשכנזי שליט''א, די כהנים האבן געדוכענט נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה''ח ר' אלכסנדר זאב פייערווערקער הי''ו (ב"ב), מען האט געענדיגט 4:45.

נאך אפאר מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר", מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג. און מ'האט געזונגען ניגוני יו''ט.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ח ר' דוד שווארץ הי''ו. ברהמ''ז: הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו"ץ קהלתינו וומסב''ג, מען האט געענדיגט 5:30.

תיכף נאכן טיש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הושענא רבה פארנאכטס פון נאך מנחה ביז משנה תורה זענען אריין געגאנגן מיט קוויטלעך להתברך בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש די פרישע צענדליגער געסט מעבר לים.

ארום 9:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פון רבון עולמים, בעל קורא: הרה''ח ר' שלום יוסף סאמעט הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

נאך אפאר מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור, ליל הו"ר - אושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה.

נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום סעודת יו''ט. ביים לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן "א גוט געבענטשט יאר". במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.

מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בלומינגראוו.
הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ בוומסב''ג.
הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א (ב"ש).

ביי די תורה האט זיך רבינו שליטא געשטעלט אויפן פסוק "שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה'" און געטייטשט אידן זענען מתפלל אינעם הייליגן טאג צו געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות דארף מען צו האבן מחילת עוונות, כדי זוכה זיין צו מחילת העוון דארף מען כאטש זיין יושב ומצפה האפן צום הייליגן באשעפער צו טהרה מכל חטא.

ברהמ''ז: חדב''ן הגה''צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט''א. מען האט געענדיגט 1:10.

נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה. מען האט געענדיגט 3:10.

הו''ר אינדערפרי אום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן ביי ב"ר וואלף ברא"ש כ''ץ הי''ו (וומסב''ג). און ביי ב''ר יואל ברי''ע מארקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט הלל הגדול, ברוך שאמר, ישתבח, בנוסח ימים נוראים.

ביי הלל האט רבינו שליט''א געפראוועט די עבודת הקודש ביי די נענועים בבכיות וברגש קודש, ווען דער גאנצער ציבור פון אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש כנהוג.

נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן די פייערדיגע דרשת הושענא רבה מיטן משל הידוע פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע, און געזאגט 'ההולך בדרכי אבות הקב"ה מתקומם עליו בזכות אבות', משל למלך וואס האט קובע געווען א זמן מיוחד צו קומען אין שטאט מ'זאל קענען בעטן מחילה און באקומען וואס מ'בעט כיד המלך, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות לכבוד היום:
הושענא למענך אלוקינו: דוקא ביי אידישע קינדער וואס גלייבן בהשגחת הבורא בתחתונים איז לפי כבודו צו ווארטן ביזן סוף אראפצונעמען די שווערע עול פונעם יצר הרע.
הושענא למענך בוראנו: סאיז טאקע דא די ד' חילוקי כפרה אבער מיט תפילה און כח פון מצוות סוכה מאכט הקב"ה א מחלוקה צווישן די קליפות און זיי קענען נישט מקטרג זיין אויף די אידן און די תפילות ותשובה זענען עולה לרצון.
הושענא למענך גואלינו: מלאכים וואס האבן נישט קיין יצר הרע קענען נישט פארשטיין די נסיונות פון א בשר ודם בעט מען אז נאר הקב"ה זאל אונז משפט'ן לטובה.
הושענא למענך דורשינו: דורך דעם וואס די נשמה איז מעיד אויף די תשובה לפני אדון כל וואס איז תלוי בעומק נשמתו ווערט נתקבל די תשובה.
הושענא למען אמיתך: דער זכות פון דעם וואס אידן זאגן יעדן טאג פעמים באהבה ה' אלוקיכם אמת און גלייבן באמונה שלימה באקומט מען א דין פון קודש און מען ווערט נפקע פון שיעובד היצר הרע.
הושענא למען בריתך: און זכות פון ברית מילה קען מען לוחם זיין קעגן די צוויי קליפות הידועים און די תפילות ווערן נתקבל.
הושענא למען גדלך ותפארתך: מיטן כח פון די נענועים ווייזט מען אויף די השגחה פון הקב"ה און עס העלפט די תשובה, דערנאך האט רבינו שליט''א מסיים געווען מיט ברכות רבות.

מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:45, און מ'האט אנגעהויבן ארומצוגיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון, ועתה אלקינו מודים אנחנו לך ומהללים, אז אונז האמיר זוכה געווען צו די הייליגע געהויבענע טעג, המשלשים בשלש קדושת לקדוש, א חוט המשולש פון דריי מעת לעת'ן פון קדושה, שמחה של מצוה, התרוממות הנפש וקרבת אלוקים, ווי רבינו שליט''א חזר'ט אונז שטענדיג וואס זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זי"ע פלעגט זאגן "א שיינע ירושה האט אונז דער זיידע ז"ל איבערגעלאזט, די אנדערע טעג יום טוב" וואס איז אונז געבליבן א ירושה פון מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע עד היום הזה בצילא דמהימנותא קדישא פונעם צדיק כתמר שליט"א, צוזאמען מיט שווערע טויזענטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצבי תבל תחת קורת גג אחד, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה אל מול הדריך, שעות על גבי שעות, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה', אונז האף מיר און אונז זעמיר מתפלל לחיי מלכא עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים ווייטער משפיע צו זיין מהודו און פירן די עדה הקדושה, מיר זאלן זוכה זיין עוד רבות בשנים להתחמם לאורו הבהיר ביז מיר וועלן זוכה זיין צו שמחת עולם על ראשינו


דא וועלן מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן וסדר הימים פון די ימי הרוממות, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט דאווענען יעדן טאג וויילענדיג אויף אפרוה אין פארשעי, בביהמ"ד בוטשאטש אום 8:30, פאר הזכרות קען מען רופן דעם הויז בחור אויף 917.378.3387.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצ"ש - ליל ד' דחוה"מ - אושפיזא דיוסף צדיקא

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן לכבוד די אושפיזא ושמחת בית השואבה אין די סוכה הגדולה ארום 11:45.

נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צו די סעודת יו"ט. נאך פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות פון מוצ"ש, כנהוג.

די בעלי אושפיזא האבן געשטעלט וויין כנהוג. נאך די יום טוב'דיגע מאכלים האט מען אויף געגעבן עטליכע ספעציעלע קוגלן און מעדנים לכבוד יו"ט פון עטליכע בעלי אושפיזא, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען ווי פאלגענד:
הרה"צ ר' משה גראס שליט"א אב"ד קערעסטיר מאנסי.
הגה"צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד קאלאשין מאנסי.
הגה"צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו בלעיקוואד.
הגה"צ אב"ד טאשנאד מאנסי שליט"א.
הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קהלתינו באנטווערפען.
הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א (מרב"ת בקהלתינו מאנטשעסטער).

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ואלה שמות בני ישראל" און געטייטשט אלע שבטים זענען אקעגן די גאולת מצרים און יוסף הצדיק איז אקעגן די גאולה עתידה, ווייל דורך דעם וואס יוסף האט געשפייזט אלע שבטים ווערט רחל אמינו אנגערופען די מאמע פון גאנץ כלל ישראל, און דורך דעם האט זי באקומען די הבטחה פון 'ושבו בנים לגבולם'. די סוכה איז א זכר צו די ענני הכבוד ביי יציאת מצרים וואס איז געווען אין די זכות פון די שבטים און עס איז אויך א זכר צו די גאולה עתידה וואס וועט זיין אין זכות פון יוסף הצדיק.

ברהמ"ז: חדב"ן הגה"צ ר' יוסף רוקח שליט"א רב דביהמד קול אליהו דקהלתינו הק' בקר"י. נאכן בענטשן האט מען געטאנצן לכבוד שמחות בית השואבה מען האט געענדיגט ארום 1:30.

זונטאג יום ד' דחוה"מ

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י ארום 10:05. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. כהן: הגה"צ ר' יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב (וומסב"ג), לוי: הרה"ח ר' יוסף שלום גליק הי"ו (ב"ב), שלישי: הרב חיים מייזליש בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הגה"צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א אב"ד סטאניסלאוו מאנסי, גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד יאקאב הי"ו (י"ם, ומנה"ר ישיב"ק ב"ב).

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די געסט פון אויסלאנד.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פאלגענד זענען מיר משלים די באריכטן פון ימי חוה"מ בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלכע זענען נאכנישט געמאלדן געווארן

ליל ב' דחוה''מ אושפיזא דמשה רעיא מהימנא

רבינו שליט"א האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 8:30 בביתו נאוה קודש.

צוליב די רעגן האט רבינו שליט"א מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די אושפיזא פריוואט בביתו נאוה קודש ווי בלויז געציילטע משמשים בקודש האבן מיטגעגעסן די סעודה.

ארום 9:10 ווען דער רעגן האט נאכגעלאזט האט רבינו שליט"א געזאגט דעם סדר האושפיזין און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת יו"ט דער רבי האט געמאכט א לישב בסוכה און ב"ה געקענט עסן די גאנצע סעודת יו"ט.

פארן בענטשן האט מען געעפענט די טיר ווי די בעלי אושפיזא זענען אדורך נעמען שריים פון די זיסע מייערן אויך האבן עטליכע בעלי אושפיזין געברענגט קוגלן דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שריים

מען האט געזונגען ניגוני יוט און רבינו שליט"א האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים פון דער אלטע היים, איבער דעם מנהג אין סיגוט אז די אושפיזין אז מען האט געשטעלטן טרויבן נאכן דאווענען מעריב און נאך.

ברהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.

נאך די סעודה איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א הרה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר"י ווי ער האט איינגעלאדענט רבינו שליט''א צו די שמחת הקידושא רבא פון נכדתו בת הנולד לחתנו הרב חיים מייזליש בן הגה''צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א, ווי רבינו שליט''א האט אים ווארים געוואונטשן.

ארום 11:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בקר''י צו די זמירות ודבר"ק ומעמד שמחת בית השואבה.

ביים אריינקומען האט רבינו שליט''א זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד אויפן פלאץ. און מען האט געזינגען ניגונים לכבוד יום טוב ושמחת בית השואבה.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען ווי פאלגענד:
נכדו הרב משה מייזליש חתן הגה"צ ר' העניך אשכנזי שליט"א חדב"ן.
הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "שלח נא ביד תשלח - ביד רבי עקיבא" און געטייטשט אז דאס אז ווען א בשר ודם שטעלט אויף א סוכה און עס איז משפיע קדושה איז אסאך א גרעסערע נס ווי די ענני הכבוד וואס האט משפיע געווען קדושה, און דאס זאגט רבי עקיבא אז סוכות איז א זכר צו סוכת ממשק און נישט צו די ענני הכבוד. כל האזרח בישראל ישבו בסוכות, יעדער איינער גאנץ כלל ישראל כי בסוכות הושבתי את בני ישראל, און ס'איז א זכר צו סוכת ממש ווייל ס'איז אסאך א גרעסערע נס פון די ענני הכבוד און דאס האט משה רבינו געענטפערט פאר די מלאכים וואס האבן געזאגט תנה הודך כל השמים.

דערנאך האט רבינו שליט"א ארומגערעדט געוואלדיגע דברי חיזוק אז טאקע דאס אז אז מען איז א בשר ודם און מען טוט דעם רצון ה' איז דאס אסאך חשוב'ער.

נאך די דברות קודש איז פארגעקומען די צענטראלע שמחות בית השואבה בתופים ובמחולת בהשתתפות רבינו שליט''א מען האט געענדיגט ארום 12:10.

פרייטאג יום ב' דחוה"מ

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליטא תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים דוד מאשקאוויטש הי"ו.

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל וואלף גראד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
און דער ברית לבן הנולד לר' יצחק וואלף גרינוואלד הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר"י ארום 10:10 בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליב הי"ו (וומסב"ג).

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג), לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר חיים דוד מאשקאוויטש הי"ו, רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו (מאנסי), גלילה: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (בארא פארק).

נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די געסט פון אויסלאנד.

מוסף: הרה"צ ר' אלי' גראס שליט"א מ'בערבעשט. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ברוך יודא פרענקל הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג