#2 א גאר ברייטער קאמיטע מיט ארום 21 מיטגלידער, קאמבינירט פון עסקנים, אווענט פלאנירער, שעפערישע מוחות, און עמך יונגעלייט, זענען אריינגעטאן ראשם ורובם אהערצושטעלן א הערליכן דינער פראגראם, פון וואס "אלע זאלן הנאה האבן מבואו ועד צאתו".
פארן עפענונג'ס דרשה, לדוגמא, איז שוין אויפגעברענגט געווארן "13 זאפטיגע רעיונות פון רעדנערס", און אינאיינעם זיפט מען אדורך די באזונדערע מעלות פון יעדע מהלך. און אזוי איז מיט די פילע אנדערע חידושים וואס זענען שוין אינעם צוגרייטונג פאזע.
באריכט
גאר שטארקע דב"ק דברי הדרכה דברים קילורין לעינים זענען געהערט געווארן היינט מוצ"ש דורכ'ן מנהיג ישראל כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דינער לטובות מוסדותינו הק' בבארא פארק איבער די דרך המלחמה און די יעצטיגע צייטן קעגן די גזירת החינוך, ווי די רבי האט קלארגעשטעלט אז מען מיז שטיין 'פעלזן פעסט' און זיך נישט אוועקרירן פון די ביז יעצטיגע סדר ותוכן הלימודים און אז מען מיז ווייזן די ריקן פאר די רעגורונג און זיך נישט געפעלן פאר זיי.
צום ערשט האט די רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט בדברי שבח פאר די הנהלת המוסדות וואס האבן געהאלטן אפען די מוסדות במסירת נפש און דערמיט געוויזן פאר די רעגורונג אז זיי האבן צוטיען מיט א 'עם קשה עורף' ווי מען האט טאקע געזען אז די רעגורונג האט זיך געבראכן, און דאס דארף מיר טיען מען דארף אראפ שטעלן א אומ-בויגזאמע שטעלע פונעם יהדות החרדית אז מען גייט גארנישט משנה זיין און אונזער חינוך, ווי די רבי האט אויסגעשריגן צום רעגורונג "..אונז האמיר א חינוך א גיטע חינוך, זייער חינוך טויגט נישט 'אונזער חינוך איז משופרא דשופריא' און די רעגורונג זאל וויסן אז אונז גיימיר נישט טוישן נישט 'די יארן ווען מען זאל לערנען' און נישט 'די שעות' און נישט 'די ספר מיט די תוכן הלימודים' אזויווי סגעווען ביז היינט וועט זיין ווייטער.." דאן האט די רבי ארויסגעטראטן קעגן די נייע לימוד פון "קאמאן קאר" ווי די רבי האט דערמאנט אז ער האט זיך נישט אריינגעלאזט און דעם ענין און האט נישט קיין מיינונג לא לכאן ולא לכאן ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ להלכה! "דערביי האט די רבי געזאגט די קלארע הוראה: "ביי מיר שטייט א ווארט פונעם פעטער ז"ל לגבי די לימודי חול מען מעג לערנען מיט די קינדער לימודי חול אבער מען זאל אכטונג געבן אז "סזאל נישט ווערן געשמאק און נישט צוענדיג" און דעי נייע תוכן הלימודים "דאס איז אז סזאל ווערן געשמאק און ציענדיג" במילא איז עס ביי אונז 'פסול' 'צו עס איז יא כשר צו עס איז נישט כשר' איז אונז נישט נוגע לדינא ביי אונז ליגט די הוראה פונעם פעטער ז"ל. ביי אונזערע מוסדות וועט מען לערנען לימודי חול ווי די רעגורונג פאדערט, אבער די ביכלעך וואס מען האט געלערנט פאר 20 יאר צוריק!
דערביי האט זיך די רבי געוואונדן צו געוויסע עסקנים וואס טיען מאכן פשרות מיט די לימודים און די רבי אויסגעשריגן צו זיי סאיז א "טעות גדול" ווייל דאס מיינט אז זיי טיען אנערקענען פאר די רעגורונג אז סאיז דא א פלאץ ווי מען דארף זיך פארבעסערן, "אונז זאג מיר פאר די רעגורונג אונזער חינוך איז גוט און די רעגורונג זאל נישט אריינזאגן קיין דעות ווי אזוי צו פירן אונזער חינוך" די דרך פון די אגודיסטישע פארטיי איז צו מאכן פשרות, 'דעי עסקנים זענען פארבינדן צו אגודיסטן' וויל איך זיי בעטן "זייטס נישט קיין אגודיסטן!! און מאכטס נישט קיין פשרות!!! אז עטץ וועט ארויסקומען מיט א פשרה וועט עטץ ארויסגיין 'ללעג ולקלס'!! 'כלל ישראל וועט נישט מקבל זיין קיין פשרות' מיט דעם וואס עטץ ברענגטס אריין די נייעה שיטה פון לימודי חול ווילט עטץ געפעלן פאר די רעגורונג, "אונז וויל מיר נישט געפעלן" 'ווייל סאיז נישט קיין נפק"מ וואס זיי זאגן יא, און וואס זיי זאגן נישט, אונז וועל מיר נישט משנה זיין און מען טאר נישט משנה זיין.
פרייטאגי"א כסלו תשפ"א11/27/2020
באריכט
גרויסארטיגער קאמפיין "להגדיל" וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר' וישלח צו קענען ארויפציען צוויי פרישע שטאק אויפ'ן בנין בית רחל דסאַטמאַר אין מאַנטשעסטער עיני אחינו היקרים נשואות אליכם! די מסירות נפש'דיגע עסקנים; חברי הנהלת בית רחל און כלל סאטמארער חסידים אין מאנשעסטער ערווארטן אן אויסגעשטרעקטע האנט מיט הילף פון אלוועלטליכן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר צו קענען אויספירן דעם "הרחבת גבולי הקדושה" מיט'ן העלפן פינאנצירן קאסטבארער פראיעקט פון איבער 750 טויזנט פונט מאַנטשעסטער. – סאטמארער חסידים די בכל אתר ואתר גרייטן זיך אין די טעג, צום גרויסן "מעטשינג" קאמפיין וועלכע האט באקומען דעם נאמען "להגדיל", וואס איז אפיציעל באשטימט געווארן אויפ'ן קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר וישלח, י"ג און י"ד כסליו הבעל"ט, לטובת דעם גרויסן פראיעקט פון קענען ארויפציען צוויי פרישע שטאקן אויפ'ן ביז איצטיגן בנין פון "בית רחל דרבינו יואל דסאטמאר" אין דער שטאט מאנטשעסטער יצ"ו, וועלכע איז געצילט צו פינאנצירן דעם קאסטבארן הרחבת גבולי הקדושה פראיעקט פון איבער 750 טויזנט פונט, וואס דארף דריגענד געשאפן ווערן דורך אנשי שלומינו אחים לדעה איבער דער גארער וועלט. דער איצטיגער אקציע איז א יסודות'דיגער פאר'ן עצם קיום און עתיד פון סאטמארער חסידים אין מאנטשעסטער! עס איז די רעדע פון אוועקשטעלן דעם פונדאמענט פאר'ן יסוד היסודות, פאר'ן יסוד הקהלה והמוסדות פון די אייגענע און גאר נאנטע ברידער אחינו לדעה הצמודים ללבינו; נעמליך, פשוט צושטעלן א דאך איבער'ן קאפ, און א היים פאר די טייערע טעכטער פון סאטמארער חסידים אין שטאט מאנטשעסטער, אז זיי זאלן אויך האבן די מעגליכקייט צו קענען שיקן זייערע קינדער נתחנך ווערן ליר"ש, צניעות ומידות טובות ובכל יסודי הדת, מיט'ן סאטמארער חן און ערליכקייט, ווי ס'פאסט פאר תלמידות בית רחל, אויף דעם דרך הסלולה לנו מרבותינו הק' זי"ע, ווי ס'ווערט ווייטער נמשך בגאון ובעוז דורך יבלחט"א מרן רבינו הגה"ק שליט"א. מיט איבער פיר יאר צוריק, באלד נאָכ'ן התחדשות פון דעם מוסד האָבן די געטרייע חברי הנהלה, העוסקים בצרכי ציבור באמונה, זיך אַריינגעוואָרפן אין די אַרבעט, צו טרעפן א פּאַסיגן לאָקאַל פאר דעם מוסד צו ברענגען הרחבת הדעת פאר די טייערע תלמידות. די שולע איז קודם נתייסד געוואָרן אין א געדינגענעם לאָקאַל, אָבער מיטהאַלטעדיג די געוואַלדיגע הצלחה, ווי דער מוסד שטייגט און בליהט, האָט מען גלייך געזען אז מ'מוז ערנסט זיך פאַראינטערעסירן אויף א פּאַסיגן לאָקאַל וואָס מ'קען אָפּקויפן כדי דאָרט פערמאנענט אַהערצושטעלן דעם מוסד כראוי וכנכון. נאך פארשידענע ערליי פארשלאגן און מעגליכע פראיעקטן האט מען בעזה"י מצליח געווען, עפ"י עצת קדשו ובברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אנצוקומען צו דעם בעסטן מקום, א גאָר צוגעפּאַסטן לאָקאַל, אין צענטער פון די היימישע געגענט, א בנין נאה ומפואר וואס האט די מעגליכקייט צו קענען פארברייטערט ווערן לויט'ן געברויך. באלד נאכדעם וואס מ'האט בשעטו"מ אריינגעטרעטן אינעם מקח האָט מען אָנגעהויבן אויסצואַרבעטן די פּלענער פון דעם נייעם בנין, ווען צום אלעם ערשט איז אונטערגענומען געווארן אן העפטיגע רענאָוואציע אויף די עקזיסטירנדע צוויי שטאָקן, אַהערצושטעלן גענוג קלאַס-צימערן, עס-זאל, אָפיסעס און אלע אַנדערע געברויכן, צו קענען מחנך זיין די תלמידות עצהי"ט. איצט איז אבער געקומען די צייט ווען עס איז געווארן "צר לי המקום" און ווי מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאן ביים שליסן דעם ערשטן מקח געזאגט "זה הגדול קטן יהיה"... און עס פעלט זיך שוין איצט דריגענד אויס אַרויפצובויען צוויי פרישע גרויסע שטאָקן כדי צו קענען אַקאָמאַדירן דעם גאַנצן מוסד אין דעם איצטיגן מאמענט. דאס ארויפציען די צוויי פרישע שטאקן ציהט אריין אין דעם פאנטאסטישן סכום פון "750 טויזנט פונט" אין צוגאב צו אלע אנדערע אויסגאבן וואס ס'איז ערווארטעט אפצוקאסטן דאס רענאווירן אלע חלקים און אריינברענגען די צוויי פרישע שטאקן אין פאקטישן באניץ פאר'ן מיידל-שולע. צום עפענונג פונעם "להגדיל" מעטשינג קאמפיין ווענדט זיך די חשוב'ע חברי הנהלת המוסד און ועד קרן הבנין מיט א הייסע רוף לכל הקהל הקודש אחים לדעה נדיבים בעם תלמידי וחסידי סאטמאר: "אחינו היקרים אנא! עורו נא והתעוררו נא! העלפט אונז ארויס מיט דעם שווערן אונטערנעמונג און שליסט אייך אן מיט גרעסערע סכומים פאר דעם "להגדיל" קאמפיין, אין וועלכן עס איז אפהענגיק דער עתיד פון חינוך הבנות און די ווייטערדיגע הצלחה פון קהל עדתינו, ק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער יצ"ו, וביחד נבנה לה' אלקי ישראל". ונתתי להם בביתי יד ושם טוב שם עולם אתן לו אשר לא יכרת! ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם
באריכט
פרישער פּראָיעקט לצמצום הוצאות, הרבנית הצדיקת מסאַטמאַר תליט"א טיילט געבענטשטע 'ברעיסלעטס' פאר די חשובע כלות תחי' מיטן ציל צו באַפעסטיגן פריערדיגע תקנה פאר מחותנים נישט צו שיקן ברעיסלעט-מתנה פאר כלות
קרית יואל. – צענדליגער כלות וואָס זענען אין די לעצטע תקופה געקומען לברית האירוסין, זענען אין די פארגאנגענעם ערב שבת אַנגענעם-איבערראַשט געוואָרן צו באַקומען די ספּעציעלע מתנה וואָס איז זיי געשיקט געוואָרן דורך די הויכגעשעצטע הרבנית הצדיקת תליט"א, א הערליכן ברעיסלעט מיט אן אַריינגעקריצטן ה' לסגולה, געבענטשט בידיו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואָס רופט אַרויס א ספּעציעלע אינטערעסע ביי די טייערע כלות צו באַקומען און גיין דערמיט באַצירט אין די תקופה נאָכ'ן א כלה ווערן בשטומ"צ. די רביצין תליט"א האָט אונטערגענומען דעם ספּעציעלן פּראָיעקט, צו טיילן די ברעיסלעט-מתנות פאר די כלות, מיטן ציל מחזק צו זיין די סאַטמאַרער חתונה-תקנות למען צמצום הוצאות, וואָס במשך השנים האָבן די תקנות אויפגעטון גדולות ונצורות, און האָט געשפּארט פאַר'ן ציבור שווערע מיליאָנען דאָלאַרן וואָס וואָלט וואַרשיינליך פאַרשווענדעט געוואָרן אויף זינלאָזע הוצאות, וואָס איז אַלעס געשפּארט געוואָרן אַדאַנק די שטאנדהאפטע חתונה תקנות וואָס איז איינגעפירט געוואָרן בפקודת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א. צווישן די שטאַרקע תקנות וואָס גייט שוין אָן אַסאַך יאָרן, איז די תקנה אַז מחותנים זאָלן זיך האַלטן צו א באַשטימטע צאָל מתנות וואָס מ'שיקט, סיי וואָס צד הכלה שיקט פאַר'ן חתן, און סיי וואָס דער צד החתן שיקט פאר די כלה, אין וואָס עס איז אַריינגערעכענט א באַשטימטע צאָל צירונגען פאר די כלה. איין צירונג וואָס מ'האָט לויט די תקנות, גענצליך אַרויסגענומען פון די מחותנים-ליסטע, דאָס איינצוקויפן און צו שיקן פאר כלות, איז א "ברעיסלעט" וואָס נאָך א גרונטליכן ישוב הדעת האָט יעדער פאַרשטאַנען אַז ס'איז איבעריגע זאַך, און איז פאַרבינדן מיט אומזיסטע און איבעריגע הוצאות וואָס פעלט זיך בכלל נישט אויס. אַסאַך יאָרן איז די תקנה טאַקע געווען שטאַרק קראַנט, רוב רובם פונעם ציבור האָט זיך געהאַלטן דערצו, א ברעיסלעט איז ביי סאַטמאַרער חסידים בכלל נישט געווען אינעם סדר פון מתנות וואָס מ'שיקט פאר כלות, און מיט די תקנה אַליינס האָט מען דורכאויס די יאָרן געשפּארט פאַר'ן ציבור שווערע מיליאָנען דאָלאַרן. ווי יעדע גוטע זאַך, מאַכט זיך אַלץ מיט די צייט אַז א תקנה ווערט אָפּגעשוואַכט, ווען טייל הייבן אָן צו ברעכן די תקנה, טייל מיט אפילו באַרעכטיגטע איינמאָליגע סיבות און טייל אָן קיין שום באַרעכטיגונג, וואָס פירט דערצו שפּעטער אַז די תקנה, ווי וויכטיג עס זאל נאָר זיין, ווערט עס געבראָכן און ביסלעכווייז גענצליך עלעמינירט. גענוי אַזוי האָט פּאַסירט מיט די ברעיסלעטס, וואָס טראָץ א גרויסער חלק פונעם ציבור האַלט זיך נאָך פעסט צו די תקנה, זעט מען אָבער אַז די תקנה איז נישט גענוג פעסט, און טייל שפירן שוין פאר א דראַנג צוצושטעלן די ברעיסלעטס אַלס א טייל פון די מתנות וואָס מ'שיקט פאר די כלה, טראָץ וואָס נישט בלויז די הוצאות פון די ברעיסלעט פאַרמאָגט מען נישט, נאָר אויך אַסאַך אַסאַך אַנדערע און וויכטיגערע הוצאות החתונה פאַרמאָגט מען בכלל נישט. דער מצב פון די חתונה תקנות בכלל, און פון די ברעיסלעטס בפרט איז אָנגעקומען צו די אויערן פון די רביצין הרבנית הצדיקת תליט"א, וועלכע איז נאָנט באַקאַנט מיטן שווערן מצב הגשמי אין אידישע הייזער, זייענדיג ברייט-באַקאַנט מיט אירע פאַרצווייגטע פעולות צדקה וחסד אַרויסצוהעלפן משפּחות וואָס גייען ליידער געבראָכן. אַזוי האַלט די רביצין תליט"א מיט פונדערנאָנט ווי מחותנים מוטשען זיך געפערליך מיט די אויסטערלישע הוצאות החתונה וואָס מ'קען נישט דערשטייטן, און די רביצין תליט"א זוכט צו טון וואָס נאָר מעגליך צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת דעם עקזיסטענץ פון די וויכטיגע ברעיסלעט-תקנה, אַז מחותנים זאלן ווייטער נישט שענקן קיין בריסלעטס פאר כלות במשך די צייט פאר די חתונה. דעריבער איז די חשוב'ע רביצין תליט"א אויפגעקומען מיט דעם פרישן פּראָיעקט, אַליינס צו שענקן פאר יעדע כלה א ספּעציעלע מתנה, א ברעיסלעט פון "טענעס" וואָס איז גאָר א שיינער און הערליכער מאַטריאַל. וואָס דער עצם פאַקט אַז די כלות תחיו וועלן שוין נאָכ'ן א כלה ווערן, האָבן באַקומען אזא שיינעם ברעיסלעט אַלס מתנה, וועט בעזהשי"ת גענצליך עלעמינירן דעם נויט פון די מחותנים דערנאָך איינצוקויפן נאָך א ברעיסלעט אַלס מתנה פאר די כלה. מ'האָפט אַז דאָס וועט בעזהשי"ת צוברענגן אַז די חשוב'ע מחותנים וועלן זיך גענצליך צושטעלן די תקנות, און זיך האַלטן מיט א פעסטקייט אויך אויף דעם געביט פון נישט אַליינס שיקן קיין ברעיסלעטס פאר די כלות. כדי אַהערצושטעלן פאר די כלות א דבר ה שוה לכל נפש מיט וואָס יעדע כלה זאָל קענען שטאָלצירן איז די רביצין תליט"א געשטאַנען דערויף זיכער צו מאַכן אַז די בריעסלעטס זענען הערליך און צייגענד, ווען דערצו קומען די ברעיסלעטס מיט נאָך פאַרשידענע בענעפיטן, ווי דאָס, אַז יעדע ברעיסלעט פאַרמאָגט פון אונטן אן אויסגעקריצטע אות ה', וואָס איז – ווי באַקאַנט – א געוואַלדיגע סגולה אויף שמירה און הצלחה, און דערצו טראָגט די רביצין תליט"א אַריין די ברעיסלעטס, אַז עס זאָל געבענטשט ווערן דורך כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט ברכה, שמירה והצלחה פאר די כלות אויף בשעת די שמחה און אויף שטענדיג. במשך די פאַרגאַנגענע טעג, סוף וואָך האָבן א צאָל חשוב'ע כלות תחיו וואָס זענען אין די לעצטע וואָכן א כלה געוואָרן בשטומ"צ, באַקומען צוגעטיילט די הערליכע מתנה, וואָס איז צוגעשיקט געוואָרן האַנט-דערליווערט צו יעדן אין שטוב, בייגעלייגט מיט א וואַרעמע פּערזענליכע בריוו פון די הויכגעשעצטע רביצין תליט"א, מיט וואַרעמע ברכות און וואונטשן לכבוד די גליקליכע מאָמענט פון די כלה-חדשים. ווי מ'הערט צוריק אין די לעצטע עטליכע טעג, האָט די מתנה גאָר שטאַרק אויסגענומען ביי די כלות תחיו וואָס האָבן דאָס שוין באַקומען. אויסער די הערליכע מתנה, די שיינע ברעיסלעט וואָס צייגט אַזוי פּראַכטפול, איז עס דערצו אויך דאָס וואָס די כלות שפּירן פאר א זכי' צו גיין אָנגעטון מיט די ברעיסלעטס וואָס טראָגט אויף זיך די ברכה פונעם מנהיג העדה דער רבי שליט"א, און פאַרמאָגט אויף זיך דעם אות ה', וואָס איז אזא געוואַלדיגע סגולה לברכה והצלחה. דער פרישער אונטערנעמונג פון די הויכגעשעצטע רביצין תליט"א ברענגט אַרויס א געוואַלדיגע אַנערקענונג פון מחותנים, מחותנת'טעס און כלות תחיו צוגלייך, וועלכע וואונטשן אַלע פאר די רביצין תליט"א גוטע געזונטע לאַנגע גליקליכע יאָרן, ברכה והצלחה אין אַלע אירע אונטערנעמונגען ביז משיח'ס טאָג בקרוב. אין די פריערדיגע טעג, זינט ווען דער פרישער אונטערנעמונג איז אַריין אין קראַפט, האָט די רביצין תליט"א קודם געשיקט די פרישע מתנה פאר די כלות וואָס זענען אין די לעצטע וואָכן אַריינגעקומען לברית האירוסין בשטומ"צ. די רביצין תליט"א וויל פאָרזעצן צו שיקן די מתנה אויך פאַר די וואָס זענען שוין געוואָרן כלות אין די פריערדיגע חדשים, כלות וואָס האַלטן נאָך פאַר די חתונה און האָבן נישט באַקומען קיין ברעיסלעט-מתנה פון זייערע מחותנים. אויף די בקשה פון די רביצין תליט"א איז איינגעשטעלט געוואָרן א ספּעציעלער נומער וואו מ'קען אַריינרופן, איבערצולאָזן נעמען פון כלות וואָס האַלטן נאָך פאַר די חתונה און האָבן נאָכנישט באַקומען קיין ברעיסלעט-מתנה, און קוקן אַרויס צו באַקומען די ברעיסלעט-מתנה פון די רביצין תליט"א. מ'קען רופן אויף דעם צענטראַלן נומער פון קהלתינו הק, אויפ'ן נומער: 14-7# 845-774-4040 און מ'וועט אי"ה דאָס מסדר זיין על צד היותר טוב. עס איז זיכער אַז די פרישע אונטערנעמונג פון די רביצין תליט"א וועט שטאַרק בייהילפיג זיין פאַר די ווייטערדיגע הצלחה פון די תקנות, און די כלות צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, וועלן באַגלייטן די רביצין מיט וואַרעמע ברכות געפלאָכטן מיט געפילן פון הכרת טוב אויף די נאָבעלע פעלות.
באריכט
"שבתי בבית ה' כל ימי חיי לחזות בנועם ה ולבקר בהיכלו"
היינט דאנערשטאג איז פארגעקומען די יום התמדת התורה בקרב קהלתינו הק' קרית יואל /וויליאמסבורג, און ק"י האבן זיך די אלפי חברי יסודי התורה ותורתך שעשועי זיך צוזאמגעקומען בהיכל גדול ומפואר בעיר מידעלטאון. און וומ"ס זענען זיך די הונדערטער חברי "תורתך שעשועי" זיך צוזאמגעקומען אינעם ביהמ"ד החדש והמפואר "בנין געלבשטיין" און דערמיט באנייט דעם ביהמ"ד לתורה ולתפלה -ווי מען האט אויסגעניצט די צייט פאר לימוד התורה אנגעהויבן פון 6:00 פארטאגס, ווי די קול תורה האט זיך געהערט אגאנצן טאג כי קדוש היום לאדונינו!
דאנערשטאגי' כסלו תשפ"א11/26/2020
באריכט
נעכטן ביים פריוואטן שבע ברכות 'בחצרות קדשינו' צוגעשטעלט דורך די גרויסע זיידע כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר די "חברי הצלה" פון קרית יואל אלס אות הכרות הטוב פארן זיך איבערגעבן בלב ובנפש פאר תושבי ק"י און די שווערע חדשים, האט די רבי ביי די שטארקע דב"ק ארויסגעברענגט א לענגערע צייט שטארקע דברי שבח ודברי חיזוק והדרכה פאר די חברי הצלה ווי די רבי האט צווישן אנדערע פארגעליינט א בריוו פונעם זיידן רביה"ק הישמח משה זי"ע פאר די חברי הצלה ווי די ישמח משה דריקט זיך אויס צום סוף פונעם בריוו "ומי יתן והיה חלקי עמהם" און נאך שטארקע דברי התחזקות, די רבי האט דערמאנט די שווערע צייטן וואס איז אריבער, און ווי די חברי הצלה האבן זיך איבערגעגעבן מיט א שטארקע איבערגעגעבנקייט, ובפרט ביי הרבנית הצדיקת תלטי"א די רבי האט געזאגט אז מען האט אים נישט פארציילט ווי שווער די מצב איז, און ווען איינע פון די קינדער איז אריינגעקומען "און ער איז געווען אפגעשוירן האב איך פארשטאנען ווי ביטער די מצב איז" און ב"ה אז מען קען דאנקן דעם אייבערשטן 'אויף די חסדים' "פון דעם דארף מען נעמען א שטארקע חיזוק נישט אויפצוגעבן נישט קיין חילוק וואס די מצב איז", און נאך שטארקע דברי הדרכה פאר די חברי הצלה, צווישן אנדערע האט די רבי דערמאנט די קונטרס וואס איז ארויסגעקומען פאר יום הקדוש, מיט אלע הלכות הנוגע לאור המצב, און אסאך אנדערע חברת הצלה האבן דאס אויך אנגענומען די פסק הלכה, און אז מען זאל נישט מיקל זיין אין קיין שום ענין, און אויסגעפירט בברכות קדשו.
באריכט
מיטואך ויצא אויפדערנאכט "חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו" מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענימען אז נאך לאנגע חדשים וואס די רעגורונג פארלייגט זיך אין ניו יארק צו שטערן בתי מדרשים /אידישע פארזאמלונגען, איז נארוואס ארויסגעקומען א סופרים קאור"ט אורטייל פון די העכסטע געריכט 'לטובות די אידישע קלאגע' קעגן די גאווענער'ס צוימענגון אין בתי מדרשים. ווי באקאנט איז אין די לעצטרע חדשים אפגעהאלטן געווארן מערערע געריכטן אין די נידריגע ניו יארקע געריכטן אריינגעגעבן דורך פארשידענע ארגניזאציעס אין אמעריקע, און ביז יעצט האט מען פארלוירן אלע געריכטן "וועלעכע זענען אינטער די דעמעקראטישע פארטיי", און יעצט איז עס איז אנגעקומען צום העכסטן געריכט וועלעכע האבן געאורטיילט "אז די גאווענער און די רעגורונג האבן נישט קיין רעכט אריינצורעדן אין בתי מדרשים איינצוצוימען קיין שום מספר ביי אידישע פארזאמלונגען" לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי!!!
באריכט
ביים היסטארישן "שבת עמלי תורה" שב"ק צופרי ביים סעודה האט מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א אויפגעטרעטן מיטן צענטראלן דרשה און געהאלטן געשפאנט דעם ציבור איבער דעם נושא "משמעות תקופת הכולל". דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ציל פונעם כולל, פארוואס רביה"ק זי"ע האט מתחלה נישט געוואלט גרינדן דעם כולל, און וואס איז דער היינטיגער ציל פונעם כולל. די רב האט זייער ברייט ארויסגעברענגט דעם תפקיד פון א כולל אינגערמאן ביני עמודי דגירסא. מען דארף א שעבוד פון א מסגרת אפילו ווען ער גייט ארויס ארבעטן זאל אים דאס באגלייטן. און אז מען דארף בעטן אויף ערליכע קינדער, נישט סתם בעטן אויף קינדער. אזוי אויך האט די רב געבעטן אינגעלייט זיך קובע זיין א שיעור בספה"ק ויואל משה. אינמיטן די דרשה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און זיך געוואשן צו די סעודה. דער רבי האט זיך צוגעהערט צום דרשה פון בנו בכורו וחביבו, און נאכן דרשה האט זיך די רבי באדאנקט פארן רב שליט"א "עס איז געווען א פיינע דרשה".