בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דינסטאגכ"ה ניסן תשפ"ב4/26/2022

בילדער · 9
שמחת ברית מילה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן לנכדו הרב חיים הערש אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א. היינט נאך תפילת שחרית בביהמ''ד 'רב טוב'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א היינט ביי תפילת שחרית און צינדן ליכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הילולא קדישא - כ''ו ניסן
בקרב קהלותינו הקדושות

בניו יארק, קאנאדא, ואייראפע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
סעודת הילולא רבתי של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בליל ההילולא כ"ו ניסן, בהשתתפות פונעם נואם הכבוד פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ד ניסן תשפ"ב4/25/2022

באריכט
זונטאג פרשת אחרי אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים הכהן דרעזנער הי''ו.
ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי''ו.
ב"ר נפתלי הירצקא שווארטץ הי''ו.
ב"ר יואל פישער הי''ו.
ב"ר יושע דוב שווארץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכן דאווענען האט דער רבי באזוכט ביי די בראנפען ברענעריי פון הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פרישע פראדאקציע פון ברוינפען וואס ווערט געמאכט נאך פסח, און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א באזוך בביהמ''ד דקהלתינו הק' 'שכונת קוועיקער היל' בגלילות קרית יואל לרגל די הרחבת גבולי הקדושה מיטן הערליך איבערבויען דעם ביהמ''ד לכבוד יו''ט פסח, און מחיל אל חיל האט זיך אנגעהויבן בשטומ''צ די בוי ארבעט אהערצושטעלן א נייע מקוה מפוארה וואס וועט שטיין צום באניץ פאר אלע תושבי השכונה לתורה לתפלה ולטהרה.

רבינו שליט''א האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ''ד און דערנאך געדאווענט מנחה אינעם ביהמ''ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הרחבת הגבולים, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו פרעזידענט דקהלתינו הק', רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקנים ותושבי השכונה ובפרט פאר'ן נדבן השטח פונעם ביהמ''ד המפואר הרה''ח ר' יהודא זאב קליין הי''ו חבר הנהלת ועד השכונות, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט און אחריות פון די ערשטע תושבים אין א נייע געגנט וואס שטעלן פאקטיש אוועק די ערענסקייט און ערליכקייט פון די שכונה און ארומגערעדט בשבח פון די עסקנים.

נאכ'ן זיך אויסקוקן אויפן שטח ווי ס'וועט געבויעט ווערן די מקוה המפוארה, האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

שפעטער איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 9:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד, פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יעקב הלל ליכטנשטיין שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ נכדו הרב ליפא רובין שליט''א חתן הגה''צ ר' ברוך שליט''א צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און מען האט געזאגט שיר השירים כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלום וועבערמאן הי''ו און הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו מנהלי בית רחל, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' אלתר טייטלבוים שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ח ר' משה ברוך כ''ץ הי''ו, לוי: ר' ברוך ליפא לעווי הי''ו, שלישי, הרה''ג ר' איתמר מייזליש שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו, חמישי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, שישי: רבינו שליט"א, שביעי: הרה"ח ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו.

הגבה ספר ראשון: הרה''ח ר' הלל טייטלבוים הי''ו, גלילה: ר' יואל בר"ד כהן הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי''ו, הגבה ספר שני: הרה''ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטריאל), גלילה: הרה''ח ר' משה ברוך פאלאק הי"ו (וומסב"ג).

פאר מוסף איז מען ארויס צו יזכור, מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט בהשתפכות הנפש און צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערעהנפעלד הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א קידוש געמאכט אויף כרעמזלעך און געטרינקן ברוינפן צוגעשטעלט דורך הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי"ו און מען האט אריינגעברענגט פצע''י געמאכט פון מצה. רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א, שיר היחוד ליום א' נכדו הרב ליפא אשכנזי שליט"א ברכהמ''ז: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א.

נאכמיטאג ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה וס"ג, מנחה: הר"ר יעקב יוסף פילאפף הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' בצלאל באש הי''ו, כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א.

דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו, ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם אביש בנביצער הי''ו (טאראנטא), קל מסתתר: הרה''ח ר' אברהם יעקב פריעד הי''ו (וומסב"ג).

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגונים לכבוד נעילת החג.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויף א מייק, און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין שיר השירים 'מה יפו פעמיך בנעלים' און געטייטשט, אז אידן זינגען שירה פארן הייליגן באשעפער אפילו מען איז ביי זיך צובראכן אז די יו"ט וואלט אסאך שענער געדארפט אויסזעהן, אבער ווען דער אייבערשטער וועט העלפן דער גואל צדק וועט קומען וועט מען האבן די זכיה מקיים צו זיין די אלע מצוות החג בשלימות אויף דעם זאגט מען שירה שוין יעצט, כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו.

מען האט געזינגען אני מאמין בביאת המשיח, און נאכדעם האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' ברגש והתלהבות א לענגערע צייט ואתו עמו כל הקהל הקודש, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים כנהוג.

מעריב מוצ"ש איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לרגל די יומדהל"ק, נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן בכלליות פארן גאנצן ציבור א גוטע וואך און א געזונטען זומער. מען האט געענדיגט 10:45.

חסל סידור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי 10:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה שחרית והלל. מ'האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט''א מו''ץ בקהלתינו און הרה''ג ר' אייזיק גליק שליט''א מו''ץ בקהלתינו. פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט''א רב דביהמ''ד דברי חיים, רבינו שליט"א האט געלייענט ברגש והתעוררות.

עליות. כהן: בעל שמחה הרה''ג ר' יואל הכהן מאשקאוויטש שליט''א - רבינו שליט''א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לבתו הנולד למז''ט, לוי: הרה''ח ר' אלעזר גרובער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' ישראל פערל הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו, חמישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יחזקאל ברא''ש בראך הי''ו
ר' משה הערש ווידער הי''ו.

הגבה ספר ראשון: הרה''ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הר''ר ליפא ברח''ל פריעדמאן הי''ו, מפטיר: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, הגבה ספר שני: הרה''ח ר' ליפא בערקאוויטש הי''ו (אנטווערפן), גלילה: הר''ר יקותיאל ישראל פריעד הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר''ר שמואל בערגער שליט''א (וומסב''ג). נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אשר גאלדמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט די זמירות, נכדו הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה, ברכהמ''ז: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך.
נאכמיטאג פארן זמן הדלקת הנירות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת ויום טוב, און אין שטוב געצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זצ"ל והרבנית הצד' ע"ה

פארנאכטס 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה וקבלת שבת מלובש אינעם טלית, מנחה: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, קבלת שבת ומערבית: הרה''ח ר' חיים בעריש בר''י שפילמאן הי''ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט שבת גוט יו''ט.

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה''ט בביהמ''ד הגדול צד צפון, הגבהות הכוס לקידוש: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י, דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, מען האט אריינגעברענגט מצה קיגל, מצה פערפל און מצה כרעמזלעך געמאכט אין שטוב פון נכבדי אנ"ש, ביי די מצה כרעמזלעך איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים א לענגערע צייט.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א (בית שמש), מנוחה ושמחה: הרב אלחנן חיים בהר''מ טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טלי גיטך מעל גבי קרקע.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א מו''ץ בקהלתינו, ברכהמ''ז: הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך.

עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הדברי חיים זי''ע און איבער די נסיעות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע על ציון זקינו הדברי חיים זי"ע, וואס די יארצייטן געפאלן אויס דעם דינסטאג און מיטוואך כ"ה/כ"ו ניסן.

מען האט אריינגעברענגט פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים, מען האט געזינגען נגוני שמחה לכבוד די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד להרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט 2:45

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

דאנערשטאג ערב יו''ט נאכמיטאג האט רבינו שליט''א געמאכט דעם עירוב תבשילין און מזכה געווען דורכ'ן הויז בחור הב' החתן אלתר ברוך גפן הי''ו.

פארנאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו כנהוג, מערבית: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א, ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט 9:25.

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערישה''ט בביהמ''ד הגדול, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שבח והודי' לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא ט''ב שליט''א (ירושלים) בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא את ישראל מיד מצרים' און פארענטפערט די סתירה אין רש"י וועלכן טאג די אידישע קינדער האבן געזאגט די שירה, אז די אידן האבן געזונגען צוויי מאל שירה פארן באשעפער איינמאל אױפן עצם הנס און א צווייטע מאל אויף דעם אז זיי האבן די זכיה צו זאגן שירה, אויף דעם אליינס דארף מען לויבן דעם אייבערשטן, און היינט אז מיר האבן די זכיה און דעם טאג צו זאגן די זעלבע הייליגע ווערטער בעטן מיר דעם באשעפער 'ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל' און עס זאל משפיע זיין כל מיני השפעות טובות.

נאך די תורה האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן ויושע און געטאנצן אינאיינעם מיט'ן ריזן ציבור די שירת הים, בריקודי קודש ובהתלהבות אש א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט 1:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ג ניסן תשפ"ב4/24/2022

מודעה
הילולא קדישא - כ''ו ניסן
בקרב קהלותינו הקדושות בארה''ק

ירושלים, בני ברק, בית שמש ת"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
תאו והתכנשו להילולא דרבי

יומא דהילולא קדישא - כ''ו ניסן
של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
רבינו שליט''א ביי תפילת מעריב ספירת העומר און הבדלה מוצאי יו''ט

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד נעילת החג מוצאי פסח במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי ישראל בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

חסל סידור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג ד' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ"ד הגדול ארום 10:00. שחרית: ר' יוסף מאיר כ"ץ הי"ו. און צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח עמרם כהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית מרדכי, הגבה ספר ראשון: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפעל הי"ו, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריעדמאן הי"ו.
מוסף: הרה"ח שמואל פריעדמאן הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 11:50.

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבדק''ק נייטרא מאנסי בביקור חג בקו''פ ביי רבינו שליט"א מיטוואך ג' דחוה"מ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' ניסן תשפ"ב4/21/2022

באריכט
מיטוואך ג' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול ארום 9:50. שחרית: ר' יעקב משה מיטעלמאן הי''ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צו הלל צוגעגאנגען צום עמוד.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה"ח ר' ירחמיאל ביטמאן הי''ו און הרה"ח ר' מנחם מנלי שעהר הי''ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי''ו, לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, שלישי: הרה"ח ר' ישראל פאלקאוויטש הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו, גלילה: הרה"ח ר' שמשון גפן הי''ו, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה ספר שני: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי''ו, גלילה: ר' יעקב בר"י פריעדמאן הי''ו.
מוסף: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' עזריאל אלימלך שעהר הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז אריבער געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבדק''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות וואס מאכט'זיך בימי חג הפסח און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכטס ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

אום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום 'מעמד שמחת החג וחגיגת הרגל' אינאיינעם מיט'ן 'שמחת התנאים' בחצרות קדשינו פון נכדת רבינו שליט''א בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך חתן הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, מיט החתן הרב ברוך שליט"א בן הרה''ג ר' יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א.

במשך דעם מעמד האט מען געזינגען ניגוני יו"ט וניגוני שמחה בקול רנה ותודה לכבוד החג ולכבוד השמחה.
עס האבן אויפגעטרעטן לכבוד השמחה די מחותנים און די זיידעס, רבינו שליט"א האט מכבד געווען האדמור מגארליץ שליט"א מיט קריאת התנאים, דערנאך האט דער חתן געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש בדברי אגדה, און ארומגערעדט איבער דעם גרויסע יחוס פון חתן וכלה, און ארויסגעברענגט די קירבה יתירה וואס דער זיידע הגה"צ ר' ברוך זצ"ל שווער פון האדמו"ר מגארליץ שליט"א האט געהאט ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און די קורת רוח וואס רביה"ק האט פון דעם שידוך סיי אז מען איז זיך משדך מיטן ברידער הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א און סיי מיט די חשובע משפחה מכל הצדדים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די מחותנים זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געווינטשן פארן חתן, פאר די מחותנים, די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד. ביים ענדיגן ארום 10:45 איז דער רבי געגאנגן וואונטשן מזל טוב פאר די כלה כנהוג.

נאכן מעמד האט האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה איז געווען: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
זמנים לימים האחרונים של חג הפסח בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ט ניסן תשפ"ב4/20/2022

מודעה
שמחו בה' וגילו צדיקים

אלפי אנ"ש וועלן זיך היינט מיטוואך, יום ג' דחוה"מ, משמח זיין בשמחת החג ובשמחת רבינו ביים גרויסן מעמד שמחת החג וחגיגת הרגל אינאיינעם מיט'ן שמחת התנאים פון נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

שישו ושמחו בשמחת רבינו!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ב' דחוה"מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול ארום 10:10. שחרית: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי''ו.דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צו הלל צוגעגאנגען צום עמוד.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ג ר' חיים הערש מענדלאוויטש שליט''א און ר' יואל וויינבערגער הי''ו. עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א, לוי: הרה''ח ר' שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: בעל ברית ר' חיים בנציון ניימאן הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי''ו, גלילה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי''ו, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה ספר שני: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו, גלילה: ר' ישראל מענדל שווארץ הי''ו, מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים בנציון ניימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז דער רבי אריבער געקומען אויף א באזוך אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די פילצאליגע לומדים און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט., און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג משמיע זיין דעם דבר ה' ביי די אסיפת השנתית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

ארום 9:05 איז דער רבי אנגעקומען בביהמ''ד הגדול דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה איז געווען משב''ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה מיט א עיון'דיגן פלפול בסוגיא ד'מצות צריכות כונה' וואס דער רבי האט געלערנט די לעצטערע וואכן בהיכל הישיבה, און איז דאן אריבער צו א דרוש און די סוגיא לכבוד יו"ט, און דערנאך צו דברי אגדה ומוסר, און דערביי מחזק געווען די חבורות דקהלתינו הק' בלימוד התורה, ובפרט די חבורת 'שונה הלכות' וואס מען הייבט אן א נייע מחזור, און מעורר געווען בעניני תפילה, צניעות, טעכנעלאגיע, חינוך הבנים.

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער דעם יעצטיגן מצב בגזירות החינוך אין ניו יארק, די התחייבות וואס ליגט אויף יעדע איד איש וביתו למען ה' ותורתו הקדושה צו שיקן פאר די רעגירונג אונזער קעגנערשאפט צו די גזירות החינוך דורך שיקן די בריוון אקעגן די פרישע גיידליינס‏, דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם שטורעם וואס די בריוון האבן פארגאנגענע מאל אנגעמאכט אין די רעגירונגס קארידארן, און אז דער כח טאר נישט אפגעשוואכט ווערן אויב וועט דאסמאל אריין קומען ווייניגער וועלן זיי עס אויסטייטשן אז די קעגנערשאפט איז חלילה אפגעשוואכט געווארן. דערנאך האט דער רבי שטארק ארויסגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיין ווייטאג אויף די א.ג. ‏עסקנים וואס ארבעטן אויף די גזירות, ''ליידער זענען זיי פאררעטערס!" זיי ארבייטן אויף פשרות מיט די רעגירונג היל''ת, ''איך שטיי דא אין א מקום קדוש אין א ביהמ''ד איך וויל עדות זאגן, זיי זענען געקומען צו מיר איך זאל געבן די הסכמה אויף פשרות מען האט איינגעטהנעט מיט מיר אז מען מוז מאכן פשרות און איך זאל געבן די הסכמה, ''אידן מיט בערד און פאות און גייען שטריימלך זענען געקומען צו מיר אויף קרית יואל בעטן איך זאל אויך מסכים זיין, זיי זענען מסכים און איך אויך זאל געבן די הסכמה''. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם איסור חמור פון ציונות דער חומר הענין פונעם עצם רעיון הציוני און מייסד זיין א מדינה פאר ביאת המשיח, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

נאך די דרשה האבן אנ''ש געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני רבם ברגל, ווען א לענגערע צייט איז רבינו שליט''א געשטאנען און דער גאנצער עולם איז אריבער לברך ולהתברך בברכת החג. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג א' דחוה"מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול ארום 9:50. שחרית: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי''ו. צו הלל האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ ר' שמעון פאנעט שליט"א.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן: פתיחה: הר"ר יואל בר"ש בערגער שליט''א און ר' יואל ברא"י לאנדא הי''ו. עליות. כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי''ו, לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל לאנדא הי''ו, שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א אב"ד חמעלניק מאנסי, הגבה ספר ראשון: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א, גלילה: ר' יודל שווארץ הי''ו, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה ספר שני: הרה"ג ר' מאיר סימאן שליט"א, גלילה: ר' בנימין יוסף מאיר טעלער הי''ו (וומסב''ג). מוסף: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 11:30.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד לר' שלמה מנשה ביטמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און ביים זמן געדאווענט, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים אסיפה השנתית שע"י התאחדות אברכים בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג