רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויפן פראכטפולען איבערגעבויטן ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק' נעכטן נאך מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש שמחת השבע ברכות פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת חתנו הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת, נעכטן אין די זאלן פון כינור דוד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א באזוכט ביי די אנגייענדע מאסיווע בוי ארבייט פונעם בנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט', וואס גייט אן בליץ שנעל צו פארענדיגן דעם פרעכטיגן בנין כליל בהדרו אין די קומענדיגע חדשים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' יעקב ישראל קטינא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יחיאל פאלאטשעק הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאווה קודש תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין בארא פארק, אינאיינעם מיטן מנהל הר"ר שמואל ביניק שליט''א, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו.
פארנאכטס ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי''ו, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך געזאגט לדוד מזמור כנהוג.
נאכן הכנסת ספר תורה ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:50 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברש''ל זאלדאן הי''ו - ר' אברהם הערשקא הי''ו.
ארום 12:00 איז דער רבי אריבערגעגאנגן צו די זאלן פון כינור דוד מפאר צו זיין ביי די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל נשואי נכדתו הכלה בת חתנו הגה"צ ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת, עס האט זיך פארמירט א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פארן דיין שליט"א, מחותנים און פארן גאנצן ציבור. נאך ברכהמ''ז האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מיט די מחותנים און א עקסטערן טאנץ מיטן דיין שליט"א.
נאכן שבע ברכות ארום 12:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב אינטן בבית מדרשינו בית מרדכי, נאך מעריב איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולען איבערגעבויטן ביהמ"ד, און איז אהיים לביתו נאווה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יהושע זאב מיטעלמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת ברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א בן הגה"צ אב"ד קאלוב ב"פ שליט''א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א, חדב''ן.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל עפשטיין הי''ו. ב"ר יואל ווידער הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה. סנדקאות: רבינו שליט"א, מוהל: דער אבי הבן הרב לוי יצחק שליט''א, סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט"א, ברכות: הגה''צ אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א, ויקרא שמו בישראל חיים מאיר נאכן זיידן הגה''צ גאב"ד זכרון מאיר ז"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצער עולם אריבער ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און דער זיידע אב"ד קאלוב ב"פ שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן בעל שמחה פאר די זיידעס און פארן גאנצן ציבור. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, און מיט די הרחמן'ס די בני משפחה. מ'האט געענדיגט ארום 1:40.
נאכן ברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פאר די יולדות.
מיטאג ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם 'קעמפ מאנראו' בשכינות קרית יואל ווי עס האלטן זיך אויף תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א, צום ערשט איז דער רבי אריין אין אלע כתות און פארהערט די לימודים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם ביהמ"ד פאר אלע קינדער, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש, איבער די גרויסקייט פון א דיבור טוב א קאפיטל תהילים וכו', און מסיים געווען בברכות קדשו.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן מאנטאג קרח בבית מדרשינו בית ברוך, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' מרדכי הערש הי''ו און זיין משפחה.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. ר' ישעי' שבתי בראך הי''ו - הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א. הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א - הר"ר יואל גאטליעב שליט''א.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב לוי יצחק טויב שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, חדב''ן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
פראכטפולע מעמד סיום סדר נזיקין והתחלת סדר קדשים אין ראם פון חבורת "תורתך שעשועי" בקרב קהלתינו הק' בבני ברק יצ"ו, אין די כתר הרימון זאלן בראשות רבני קהילתינו שליט''א.
רייכע סעודת הסיום נתנדב געווארן דורך הרה''ח ר' שלום יצחק יאקבאוויטש הי''ו פטרון החבורה אין בני ברק, אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו יו"ר ומנהל תורתך שעשועי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילדער · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באשיינט פראכטפולע סיום הש"ס דורך הרה''ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי''ו און הרה''ח ר' יוסף יצחק אייזיק לאנדא הי''ו, דעם זונטאג אין בארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי כ''ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א און ביים גיסן דעם אבן הפינה פארן בנין ביהמ"ד החדש דק''ק באבוב 45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהמודעהבילדבאריכט
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
און די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויפ'ן וועכנטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק'. און דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב"ג, תיכף ביים אנקומען איז דער רבי צוגעפארן צו די כתר ריזל זאלן ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק כמר דוב אלטר ברוך ב"ר אברהם יושע גפן הי''ו מיט הכלה ב"ר פנחס פראנקל הי''ו.
דערנאך איז געווען די וועכנטליכע זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 12:20 אויפדערנאכט. ארום 9:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאווה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אדמו''ר משבט הלוי וגאב"ד זכרון מאיר שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה וחסידות וסיפורי צדיקים דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' יואל משה מרדכי הכהן כ"ץ שליט"א בן כ"ק אב"ד וויען שליט"א לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו ני"ו די קומענדיגע וואך, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר ח"ג הרה"ג שליט"א און פאר בנו חתן הבר מצוה, און אים געגעבן דורן דרשה, ספרו לב אהרן על פרקי אבות.
אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבות האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת בנין עולם, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה און פאר די נדבנים.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:30. נאך מעריב איז דער רבי אריבער געגאנגן אין די כתר ריזל זאלן מפאר צו זיין די שמחת החתונה פון החתן המשב"ק דוב אלטר ברוך גפן הי''ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געטאנצען ריקודין של מצוה טאנץ לפני הכלה, דערנאך האט דער רבי געטאנצען מיטן חתן און די מחותנים. נאכן טאנצן האט דער רבי זיך ווארעם געזענגנט און אנגעוואונטשן דעם חתן, און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
קביעות מזוזה ומסיבת לחיים בהיכל ישיבה קטנה סניף מעיין התורה בבארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, דעם זונטאג העעל''ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
אסיפת הדיינים אינאיינעם מיט די מנהלים והנהלה רוחנית פון מוסדותינו הק' בבארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, דעם זונטאג העעל''ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ב סיון תשפ"ב6/21/2022
באריכט
מאנטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן, לבן הנולד לר' יעקב לאנדא הי''ו, און לבן הנולד לר' יושע גאלדבערגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו - ר' מעכיל פעלדמאן הי''ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי''ו - ר' ברוך יודא דרעזנער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:30 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די מחותנים ר' ציון סאאל הי''ו - ר' מיכאל עג'מי הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק. ארום 2:40 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, און דערנאך געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און די עלטערן און משמיע געווען קורצע דברות קודש לכבוד די חתני המקרא, דערביי האט דער רבי דערמאנט לשבח די עסקנים וואס האבן ארגאנעזירט די כינוס נשי ישראל וואס זענען געקומען זיך דורכרעדן און אנגענומען אלע הוראות עס זאל זיין על צד היותר טוב, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צום בנין הבית רחל ווי עס איז פארגעקומען א אסיפת הדיינים אינאיינעם מיט די מנהלים והנהלה רוחנית פון מוסדותינו הק', ווי מען האט אויסגעשמועסט די תקנות וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן ביים כינוס מסורתינו פארגאנגענעם מאנטאג בחקותי פאר אלע הורי מוסדותינו הק', עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק', און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש והדרכה, דערנאך איז געווען א געלעגענהייט פאר די מנהלים צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת. מען האט געענדיגט ארום 4:15.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו די ישיבה קטנה סניף מעיין התורה בהנהלת הגה"צ ר' יצחק ראזענבוים שליט"א מקאליש ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה פאר די נייע איבערגעבויעטע שטאקן פון די ישיבה, ביים אנקומען אינעם בנין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף בית מדרשינו 10'טע עוו. וואס געפינט זיך אינעם בנין, דער רבי איז ארום אינעם ביהמ''ד און אין די היכל התורה און עזרת נשים, און זיך אומגעקוקט אויף די פלענער צו פארברייטערן דעם היכל הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי ארויף צו די ישיבה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען דברות קודש. צום ערשט א פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין ישיבה, און דערביי געפרעגט א קשיא פון די בחורים, און געבעטן צו זוכן תירוצים, און דערנאך משמיע געווען דברי הדרכה והתחזקות. מען האט געענדיגט ארום 5:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה כהנא הי''ו.
ארום 5:30 איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א אינאיינעם מיט אחיו החתן שמעון מנחם נחום פריעדמאן שליט"א אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די חתונה וואס קומט פאר היינט מאנטאג אויפדערנאכט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס פון די צדיקים לבית סאדיגורא און רוזין אין דער שייכות פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע מיטן הייליגן רוזשינער זי"ע, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די זמר זאלן ווי עס איז פארגעקומען א פראכטפולער סיום הש"ס דורך הרה''ח ר' יוסף יצחק אייזיק לאנדא הי''ו און הרה''ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי''ו, די חתני התורה האבן געמאכט דעם סיום און געזאגט דעם הדרן, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חתני התורה און פאר די משפחה, און זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם טאנץ אינאיינעם מיט די חשובע אינגעלייט. מען האט געענדיגט ארום 7:10.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג, און איז תיכף אריין געקומען בבית מדרשינו המפואר בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד צו די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פון הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און געטאנצן ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד עצי חיים סיגוט.
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון קאנטינעטאל צום מעמד קבלת פנים פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן הרב יקותיאל יהודה בן הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די כתובה, און געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים און פארן גאנצן ציבור, מיט סידור קידושין האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ שליט"א, מיט כתובה ליינען דעם זיידן הרב יושע ברוך ווערצבערגער הי''ו, די ברכות. דער זיידע ווייצענער רב שליט"א, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א א פעטער מצד החתן, הרב יוסף מייזליש שליט"א א פעטער מצד החתן, און דער זיידע הרה"ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו סגן ראה"ק דקהלתינו הק'.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש, ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' יודל פאלקאוויטש הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר הרה"ח ר' יודל הי''ו און זיין משפחה.
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו 'בנין געלבשטיין' צום סעודה לגומרה של תורה, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און מעורר געווען צו דאווענען דוקא אין היימישע ווארימע בתי מדרשים, און איבער עבודת התפילה זיך שטעלן דאווענען פון אנהייב און דאווענען מיט א קאך, און בקול, נישט אינזין האבן קיין שום זאך חוץ דאווענען און דאס וועט צו העלפן אז מזאל נישט שמועסן ביים דאווענען און קענען אינזין האבן דאס דאווענען, און ארומגערעדט בשבח הביהמ''ד ובשבח פון די צוויי חשובע דיינים פון ביהמ"ד, און עקסטער אנגעוואונטשן דעם בעל שמחה, דער נדבן הספר תורה און ארויסגעברענגט אז דאס ביהמ"ד הייסט נאכן פאטער פונעם בעל שמחה אין ער האט זיכער א נחת רוח בגנזי מרומים. דער רבי האט אנגעוואונטשן און ארויסגעברענגט לשבח דעם איידעם פון בעל שמחה הרה"ח ר' אברהם בראך הי''ו פטרון הביהמ''ד 'דאס איז שוין די דריטע ביהמ"ד וואס ר' אברהם האט געבויעט, און יעדע ביהמ"ד פון די דריי איז א פינת יקרת א הערליך ווינקל בתורה ועבודה וגמ"ח, אזוי אויך איז יעדע ביהמ"ד עקסטער אויסגעשטאטעט מיט הערליכע מקוואות וואס דאס העלפט צו מזאל קענען לערנען תורה בטהרה', און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה פאר די גאנצע משפחה און פאר אלע מתפללי הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 11:20. נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב אין חדר דברי יואל אין ביהמ''ד.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א באזוך אין שטוב פון הגה''צ ר' שמואל דוד סאקס שליט"א דומ"ץ הביהמ''ד, אויך איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' יואל שווארץ שליט"א דומ''ץ הביהמ''ד און הרה"ח ר' אברהם בראך הי''ו בונה ומקים עולמות של תורה ופטרון ביהמ''ד המפואר "בנין געלבשטיין', עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בתורה וחסידות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פאר די חשובע דיינים און פאר הרה"ח ר' אברהם הי''ו.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט"א ווארעם באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור, מיט ברכהמ''ז איז מכובד געווארן הרה"ח ר' בעריש גראס הי''ו א פעטער מצד הכלה, ברכות ראשונות: רבינו שליט"א, ברכה אחריתא האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ארום 1:00 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א בחדרו הפרטי בבית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע תורה'דיגע שמועס און סיפורי צדיקים לבית צאנז, האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעווינטשן, נאכן באזוך האט האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א באגלייט רבינו שליט''א צום דערנעבענדיגע שטח הבנייה פונעם בנין ביהמ''ד החדש דק''ק באבוב 45, און מכבד געווען רבינו שליט"א צו גיסן דעם אבן הפינה און דער רבי האט געווינטשן הצלחה פארן נייעם ביהמ"ד, און האדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט באגלייט רבינו שליט"א ביזן קאר.
ארום 1:30 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"א סיון תשפ"ב6/20/2022
בילדער · 10
חומש סעודה מיט די הונדערטער תלמידי כיתה א' פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, נעכטן זונטאג בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.