מ'בעט בכל לשון של בקשה אז קיינער זאל נישט אריבערקומען במשך דעם שבת קודש, ווייל מ'וועט בשום אופן נישט ערלויבן אריינצוגיין.
בתודה מראש.
בא שבת בא מנוחה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. ב"ר חיים מענדל פייערשטיין הי''ו (קר''י). ב''ר חיים יוסף גראס הי''ו (מאנסי). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בוטשאטש. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל שלום שאפפער הי"ו (וומסב''ג). דערנאך האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד די יומדהל"ק פון הרה''ק הקדושת לוי זיע"א, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדר הפרטי.
דערנאך איז אריין בק"פ הרב ר' יהושע קליין שליט"א מנה"ר דישיבתינו הק' וחבר הנהלת הקהלה בירושלים עיה"ק, וועלכער האט איבערגעבן פאר רבינו שליט"א א לענגערע באריכט פון קהלתינו הק' ומוסדותי' בעיר ה' שמה, ובמיוחד איבער די הצלחה פון די תלמידי הישיבה קטנה וועלכע האבן זיך פארהערט מס' בבא בתרא און נאך לימודים ביי גדולי הרבנים בארה"ק פון וואס רבינו שליט"א האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח, און האט גלייכצייטיג אויסגעשמועסט מיט'ן רבין פארשידענע ענינים העומדים על הפרק בקרב הקהלה והמוסדות, און צום שלוס האט רבינו שליט"א געשיקט א ווארימע פריסת שלום פארן גאנצן ציבור אנ"ש בעיה"ק ת"ו.
ארום 1:00 מיטאג האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א בליץ באזוך ביים הערליכן בית רחל קאמפלעקס פון מוסדותינו הק' במאנסי אויף טשערי לעין, צום ערשט האט דער רבי באזוכט ביי די גרעסערע קלאסן, דערנאך אינעם בנין החדש והמפואר 'בנין ניישטאדט' וואס איז נארוואס באנייט געווארן, דער רבי איז ארום און באגלייטונג פון די חברי ההנהלה און שפיץ פונעם מנהל המוסדות הרה''ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו, דער רבי איז אריין אין אלע קלאסן אויף אלע שטאקן און באוואונדערט די שנעלע אויפבוי פונעם הערליכע בנין אין קארגע אכט חדשים, ביים ענדע האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די לערערין'ס און מנהלת, און א ברכה מיוחדת פאר ר' שמואל זאנוויל הי"ו. אזוי אויך האט רבינו שליט"א מאציל געווען מברכותיו פאר הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי''ו וואס האט מנדב געווען א גאנצן שטאק אינעם בנין.
מיטוואך פרשת בראשית - אסרו חג סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר''מ מיטטעלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. בן הרה''ג ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו. בן הר''ר איתמר טובי' שווארץ הי''ו. בן הר''ר יואל שפיטצער שליט''א. ב"ר משה קליין הי''ו. ב"ר אברהם ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג). ב"ר אהרן וויינבערגער הי''ו (לאנדאן). ב"ר משה ווייס הי''ו. ב"ר יקותיאל יודא מאלח הי''ו. ב"ר יואל לעבאוויטש הי''ו (וומסב''ג). ב"ר עזריאל עמרם שווארץ הי''ו. ב"ר דוב לעבאוויטש הי''ו. ב"ר דוד צבי מערץ הי''ו. ב"ר ברוך לעבאוויטש הי''ו (ב''פ). נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
אזוי אויך זענען נאך אריין בקו"פ עטליכע אורחים נכבדים מעבר לים וועלכע זענען אהנגעקומען במשך די ימי חוה"מ, צווישן זיי זענען אריין הרה"ג ר' יואל דאסקאל שליט"א און הרב אהרן מאיר ווייס הי"ו מחברי המערכת בארה"ק פונעם גליון המפורסם 'קול התאחדותינו' און האבן א לענגערע צייט אויסגעשמועסט מיט רבינו שליט"א פארשידענע ענינים וואס איז נוגע דעם מדור 'משולחן מלכים' אויף וואס רבינו שליט"א האט זיי אהנגעגעבן פארשידענע הערות און הוראות, און דערנאך האט רבינו שליט"א מיט זיי געשיקט א ווארימע פריסת שלום פאר אנשי שלומינו היקרים אין בני ברק יצ"ו.
פארמיטאג האט דער רבי פארטיילט פירות וועלכע זענען געהאנגען אין די סוכה בביתו נאוה קודש, פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן בויען די סוכה, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
נאכמיטאג ארום 5:30 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין פארשעי, ווי דער רבי וויילט אויף מנוחת הנפש ביז דעם קומענדיגן ה' פר' נח הבעל"ט.
ובכן צדיקים יראו וישמחן וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
שמחת תורה ביינאכט פאר מעריב איז דער רבי געגאנגן אין מקוה. ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילות מעריב, בעל תפילה: הרה''ח ר' מאיר שלמה פילאפף הי''ו, נאך מעריב איז דער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה. אים 1:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטלית שאילה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' חיים יחזקאל ווייס הי''ו (מאנטרעאל).
רבינו שליט"א האט געזאגט פיר מאל תורה אינמיטן די הקדמה. ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', בזמן שביהמ''ק היה קיים איז מען זיך געקומען ביקן פארן הייליגן באשעפער מיט די ריכטיגע הכנעה היינטיגע צייטן דורך טאנצן און זיך פרייען מיט די הייליגע תורה קען מען צוקומען צו השתחווה והכנעה בלב שלום. צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' דער רבי האט דערמאנט די זוהר הק' אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען בשמחת בניהם און זיי קומען אראפ דא בעולם המגושם בכח פון מצוות סוכה וואס איז מקדש די גופות פון אידישע קינדער, און ווען זיי קומען איז עס נישט קיין ביאת ריקנות זיי לאזן איבער א ברכה בכל ענינים, 'וזאת הברכה אשר ברך משה' דער טאטע ז''ל און דער פעטער ז''ל געפינען זיך דא בתוכינו, און בענטשן דעם גאנצן ציבור וואס געפינען זיך דא און פרייען זיך בשמחת התורה. דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' דורך מקיים זיין מצוות התורה איז מען א בחינת עבד, אבער דורך מוסיף זיין וואס מען איז נישט מחיוב מן הדין ווערט מען בבחינת בן און א טאטע געבט פאר זיין קינד לפי זיין יכולת, די מנהג פון הקפות איז נישט מפורש נישט אין פסוק און נישט אין משנה עס איז א מנהג איינגעפירט דורך הייליגע צדיקים בפרט דורכן הייליגע ייטב לב, און דערמאנט א עובדה ווי דער ייטב לב האט געזאגט פאר א תלמוד אז ער וועט אים אינזין האבן ביי 'וחסידים ברנה יגולו', און מסיים געווען אז דאס מיינט אונז וואס גייען בדרכיו מיט די סדר ההקפות. די פערטע תורה: נאך די ערשטע הקפה אויפן חרוז 'הקל הגדול', די גאנצע כח וואס מיר האבן היינט קומט פון די כח פון אברהם אבינו וואס האט אריינגעברענגט קדושה אין דער וועלט אזוי קענען מיר היינט לערנען און דאווענען פארן הייליגער באשעפער, און מסיים געווען בברכות און מעורר רחמים געווען קעגן דעי וואס ווילן שטערן דעם הייליגן חינוך וואס איז מקובל מדור דור בלי שום שינוי. מען האט געענדיגט די הקדמה 3:20. ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען די הונדערטער געסט פון אייראפע מיט א ספר תורה.
נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל און כתר. ביים ליינען האבן עולה געווען. כהן: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ), לוי: הרה''ח ר' יוסף ניימאן הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' שלום יצחק קרויס שליט"א (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' שמואל בענעדיקט הי''ו (מאנטשעסטער), מען האט געענדיגט 5:20.
רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט, זמירות וברהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
יום שמחת תורה
שמחת תורה צופרי 11:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' ברא''ש פארקאש הי''ו.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו. די כהנים האבן געדוכענט, מען האט געענדיגט ארום 1:10, און דער רבי איז ארויס אויף א קורצע הפסקה.
אום 1:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט די הקדמה 4:15.
רבינו שליט''א האט געזאגט 5 מאל תורה, דריי מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה. ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', אז דורך זיין א הולך בדרכי אבות אפילו אן פארשטיין איז מען זוכה צו זכות אבות, נאך א אופן דורך טאנצן ירוץ עבדך כמו איל איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען בריצת רגליים להרע במשך די יאר. צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא', צדיקים האבן אריינגעברענגט מען זאל שפירן בעולם הזה טעם עולם הבא ביי קיום תורה ומצוות און דורך דעים איז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא. דריטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' תשובה צו טוען אויפן עבר איז זייער שווער, אבער דורך אמונה אינעם בוכ''ע קען מען אלעס מתקן זיין. די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו: אויפן פסוק 'ושמחת בכל הטוב'אין טוב אלא תורה איז א ציווי אויף לימוד התורה אבער אויך אויך לימוד התורה בשמחה צו שפירן א זיסקייט אין די תורה, אבער די עוונות מאכן א מסך המבדיל, די תורה הקדושה איז א חומר בצורה קעגן יצר הרע און דרוך קבלת טובות בלימוד התורה כל אחד לפי מדרגתו, קען מען שוין יעצט טאנצן און זיך פרייען מיט די תורה. די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: אויפן פסוק'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו', עס איז דא צוויי אופנים פון תשובה מתקן זיין די פגמים, איינס דורך דמעות די צווייטע דורך שמחה און דאס איז די מידה פון יוסף הצדיק, מען דארף זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני קדושה בדיבור מעשה ובמחשבה, און וויסן די חומר פון אפילו איין ראיה, א ראיה של קדושה און חלילה דאס פארקערטע, און דורך דעים קען מען צוקומען צו תשובה מתוך שמחה און נישט חלילה פון דמעות, און זוכה זיין צו אלע ברכות.
צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, כנהוג. ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען אלע אייניקלעך פון רביה''ק בעל ברך משה זיע"א מיט א ספר תורה. ביי די צווייטע הקפה האט מען מכבד געווען אלע וואס האבן די זכיה צו זיין המלמד תורה לעמו ישראל.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק', נאך די זיבעטע הקפה אויף די בימה בשעת'ן טאנצן דעם חרוז 'חזק מייחד כאחד' האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן און ממשיך געווען די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.
ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט די אלע תפילות און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.
ביים ליינען האבן עולה געווען די משמשים בקודש. כהן: הרה''ח ר' שמואל הכהן פר"מ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו, חמישי: רבינו שליט"א, דער רבי האט געמאכט די ברכות בדמעות של שמחה. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אהרן עקיבא קאהן הי''ו.
מפני קוצר הזמן האט רבינו שליט''א נישט קידוש געמאכט כנהוג נאר מען איז תיכף אריין אין פאליש צו די חתני התורה.
הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו - משמש, מיט'ן בעל קורא ר' יודל ווערצבערגער הי"ו האבן פארגעזאגט די רשות חתן תורה און חתן בראשית און רבינו שליט''א האט עולה געווען, און געליינט מעונה. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה''ח ר' משה אהרן שטיינבערג, גלילה: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרה''ח ר' משה מנחה שלעזינגער הי''ו. חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), בעל קורא: הרה''ח ר' יודל ווצב"ג הי''ו, מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג. הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה''ח ר' משה זושא ניישטאדט הי"ו, גלילה: הבחור המשב"ק חנני' יו''ט ליפא דייטש ני"ו. חתן מפטיר: הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו. הגבה אויפן דריטן ספר: הרה''ח ר' חיים יאקאב הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' יואל ברמ''ב ווידער הי''ו.
מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. תיכף נאך קדיש תתקבל האט מען געזאגט קרבנות און אשרי און געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:05.
רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי און דארט געמאכט קידוש און זיך תיכף געוואשן צו די סעודת יו''ט און בוצע געווען אויף לענגלעכע חלה געבאקן מיט ראזינקעס כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.
שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש
ארום 9:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ, און ממשיך געווען די סעודה, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, מען האט אריינגעברענגט מאכלי יו''ט און קרויט.
מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' בעריש קאהן שליט''א ראה''כ אנטוורפען.
די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן חרוז 'הגלה נא' און געטייטשט אז עס איז דא א בחינה פון ישועה מיט וואס הקב''ה העלפט אידישע קינדער נאכן מתפלל זיין, נאכדעם איז דא די בחינה פון עזרה וואס הקב''ה העלפט אפילו נאך פארן מתפלל זיין, אין דעים דור וואס איז אזוי בשפלות איז הקב''ה עוזר דלים און העלפט אידן אויף דעים בחינה פון עזרה, טרם יקראו ואני אענה, ובסיום דבריו האט דער רבי מאריך געווען בשבח פון די ציבור לאלפים וואס פירן זיך אין די הייליגע טעג בדרכו פונעם הייליגן ייטב לב און ישמח משה ולמעלו בקודש ביזן מהרש''א וואס האבן מסדר געווען די סדר ההקפות און אויך די זמנים מיט א אמתע שמחת יו''ט, און געוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.
נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.
מעריב מוצאי יו''ט: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דערנאך ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.
מען האט געזינגען נגוני שמחה, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש און מחזק געווען אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט, מען זאל חלילה נישט צוריק טרעטן נאר גיין פאראויס און אהיים נעמען אלע השפעות טובות פונעם יו''ט מען האט געענדיגט ארום 11:40.
רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי און געזעגענט די הונדערטער געסט מעבר לים.
ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, בריקודין ומחולות נישט קענענדיג זיך געזעגענען פונעם געהויבענעם יו''ט, יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, און עס זאל מקיום ווערן ביי אונז וואס דער רבי האט געוואונטשן 'וחסידים ברנה יגולו' מען זאל זיך פרייען מיט שמחה א גאנץ יאר מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
בערך 8:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון אלופי אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' שמחה בונם קאפפל הי''ו.
מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן דעם למנצח, בערך 9:10 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן צו טאנצן די געהויבענע הקפות.
ירוץ עבדך כמו איל, ישתחווה אל מול הדרך וואס האט אריינגעברענגט אין יעדן הארץ א שמחת התורה, תאיר ארץ מכבודך צו טאנצן און זיך פרייען לכבוד התורה ולכבוד נותן התורה
ביי די ערשטע הקפה האט מען מכבד געווען די צענדליגער געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה. ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודין ביתר שאת וביתר עוז. נאך די הקפות האט רבינו שליט''א געוואונטשן בצהלות פניו א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט 11:50.
ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות. הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרב דוד ט"ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יצחק הורוויץ שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז שמיני עצרת איז קעגן יעקב אבינו ווייל עס איז א יו''ט על שם העתיד. ברכהמ''ז: נכדו הרב דוד ט"ב שליט''א. מען האט געענדיגט 2:40.
יום שמיני עצרת
שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו שחרית. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף שליט''א (וומסב''ג). צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען כרגיל, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג און הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהילתינו מאנסי, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי''ו (וומסב"ג), לוי: הגה''צ אבד"ק מאנסי שליט''א, שלישי: הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט''א.
נאכן רבינ'ס עליה האט דער משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו געמאכט א מי שברך בשם רבינו לכל בני קהילתינו לכל האורחים החשובים וכל אנ''ש די בכל אתר ואתר.
הגבה די ערשטע ספר: הרה''ח ר' משה אלי' וויינשטאק הי''ו (ב"פ), גלילה: הרה"ח ר' אברהם יואל לאפללער הי''ו (וומסב"ג), מפטיר: הרה''ח ר' יואל יודא רובינפעלד הי''ו (וומסב"ג), הגבה די צווייטע ספר: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), גלילה: הרה''ח ר' חיים אברהם מאיר ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). צוליב די גרויסע געדרענג ביים אריינקומען נאך יזכור איז דער רבי ארויסגעגאנגן אנצוטוהן דעם קיטל צו תפילת גשם נאך פאר יזכור.
פתיחה צו גשם: הרה''ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי''ו (ב''פ), צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות הרה''ח ר' יצחק אייזיק וויזעל הי''ו (וומסב''ג).
נאך דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה צו קידוש כנהוג, און האט טועם געווען פון די מאכלים 'קינדל' און 'נאנט'.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' יו''ט שמיני עצרת איז על שם העתיד, אפילו עס איז נאר דא א רצון לטוב העלפט שוין דער באשעפער און איז משפיע אלעס גוטן ווייל צום סוף וועל מיר יא זיין גוט. מען האט געענדיגט 3:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות הרב יחזקאל שרגא רובין חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטיישטש בדרך רמז אז דורך די שם יב''ק וועט מען זוכה זיין צו די ישועה לעתיד. ברכהמ''ז הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
נאכמיטאג 6:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה בביתו נאוה קודש. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צוליב די שטארקע רעגן, און איז באגלייט געווארן בשירה ובזמרה, דער רבי איז אריין דורך די קליינע סוכה בצד צפון און פון דארט אריין בריקודי קודש בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון די סוכה און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די בימה ווי מען האט ממשיך געווען בריקודין. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן חרוז 'הגלה נא' דורך דעים וואס מען גייט שמיני עצרת אין די סוכה ווען מען איז נישט מחיוב מן הדין איז מען אין הימל מקבל די גזירות פון די צדיקים און די תפילות פון אידישע קינדער לרחמים ולרצון.
מע האט געזינגען הגלה נא, דער רבי האט געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה ובקול חוצב פארגעזאגט 'לשנה הבאה בירושלים'. און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט לכל הקהל הקודש. מען האט געענדיגט בערך 7:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק הושענא רבה ביינאכט ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר יואל בר''ע הירש הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאך א קורצע הפסקה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור, לכבוד סעודת מלוה מלכה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול.
נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. ביים לחיים זאגן נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר'. במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.
מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בלומינגראוו. הר''ר נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן). הר''ר יצחק הורוויץ שליט''א (לאנדאן). הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו. הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בקול חינוק בדמעות, אויפן פסוק 'שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה' און געטייטשט אז ווען מען טוהט תשובה אפילו תשובה מיראה באקומט מען במתנה מן השמים צו קענען טוען תשובה מאהבה, און אזא טאג ווי הושענא רבה וואס איז ארי"ה שאג הערט יעדער איד דעם געשריי פון השי''ת און איז מעורר און ווארעמט דאס הארץ.
נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה. מען האט געענדיגט 3:40.
הו''ר אינדערפרי אום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל און וועסטעל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, הלל הגדול און די שירה האט דער רבי געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א געפראוועט די עבודת הקודש ביי די נענועים בדביקות והתעוררות ובבכיות, וען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש כנהוג.
נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע פונעם הייליגן קדושת יו"ט זיע"א, וואס רבותינו הקדושים פלעגן זאגן, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות. דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום: הושענא למענך אלוקינו: ווען מען שאצט א איד אפילו דעם שוואכסטן קעגן די גוים איז אויך מדות הדין מסכים און עס העלפט אפילו תשובה מיראה די זדונות זאלן ווערן זכיות, און דעם טאג אושפיזא דדוד איז מען מתפלל ממעמקים קראתיך ה' די תפילה פון דוד המלך אפילו מען געפינט זיך בעמקי הקליפות ה' שמעה בקולי, מען מאכט די נענועים הוליך ומביא צוריק צו ברענגן די אידן צו א התקרבות להשי"ת. הושענא למענך בוראנו: מען משפט אין הימל יעדע דור לויט זיין מצב און אין דעם דור שפל קען מען נתקרב ווערן אפילו מיט א קליינע תשובה. הושענא למענך גואלינו: די קליפות זענען מעכב תפילות ישראל און דורך מקוה איז מען מבטל זייער כח, חסידים ואנשי מעשה הולכים לאורו פונעם בעל שם הקדוש וואס זענען נזהר אין מקוה זענען ראוי עס זאל נתמלא ווערן כל משאלות לבם לטובה. הושענא למענך דורשינו: בדרך דרוש, אז מיט דעים וואס די אידן זענען אין גלות זעט מען אז מען דרש'נט לויט'ן קרי, קומט אויס אפילו מען איז נאר עתיד זיך צו פירן גוט זענען די אידן שוין ראוי צו זיין עמו וצאן מרעיתו. הושענא למען אמיתך: לויט די מעשים ווערט באשאפן א מלאך, נאר דורך די תורה, תורת אמת הלא כל דברי כאש מזיקין בדלין ממנו. הושענא למען בריתך: זדונות ווערן זכיות נאר דורך תשובה מאהבה, ברית מילה איז א אות אהבה פון הקב''ה, און דורך דעם שיינט הקב''ה אריין א אהבה אין אידן. הושענא למען גדלך ותפארתך: דער לולב בימין ואתרוג בשמאל כהלכה, און אזוי ווי די מנהג פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א אויך בשעת די הושענות, במילא איז דא צוויי מאל דעם שם יב''ק וואס איז ממתק די דינים און איז די מקור לכל הברכות והטובות, דער רבי האט מסיים געווען די דרשה מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:35, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות ובבכיות, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.
הוצאה והכנסה ופסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' מרדכי לייב גליק הי''ו גבאי ביהמ"ד הגדול, כהן: הרב שמואל הערש כהנא שליט''א (מאנסי), לוי: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יצחק פרענקל הי''ו (מאנטרעאל), רביעי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' יושע קליין שליט''א (מנה''ר ישיב''ק ירושלים) גלילה: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן).
מוסף: הרב חיים האלבערשטאם שליט''א, די כהנים האבן געדוכענט. נאך מוסף האט מען תיכף געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל, מען האט געענדיגט 4:30.
עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, די בעלי אושפיזא האבן געברענגט מעדנים, מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג. און מ'האט געזונגען ניגוני יו''ט.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יואל קרויס שליט''א בן הגה''צ ר' שמואל בנימין שליט''א (לאנדאן). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו"ץ קהלתינו וומסב''ג, מען האט געענדיגט 5:20.
תיכף נאכן טיש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - צוזאמען מיט שווערע טויזענטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצבי תבל תחת קורת גג אחד.
מתוך שבח והודאה להשי''ת אויף די זכיה הגדולה צו קענען מיטהאלטן די הייליגע ימי התעלות בצל הקודש, דורכגעווייקט בשמחה של מצוה וברגש דקדושה, התרוממות הנפש וקרבת אלוקים, מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב, אשרי עין ראתה ווי צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגולו אויפן דרך המקובל פון הגה''ק הייטב לב והישמח משה זיע"א ולמעלה בקודש, זקנים עם נערים עומדים ומשתחווים צפופים שעות על גבי שעות בשמחת התורה, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה', אשר אין כדגמתו, אשרינו מה טוב חלקנו ומה יפה ירושתינו די שיינע ירושה פון די צווייטע טעג יו''ט. אונזער תפילה צום הייליגן באשעפער דער נותן התורה אונז זאל מיר מקבל זיין די השפעות קדושות פונעם יו''ט און עס ממשיך זיין אויף א גאנץ יאר ביתר שאת וביתר עוז אן קיין שטער, און מקבל זיין הייליגע הדרכות פון רבינו שליט''א מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, ועוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים ווייטער משפיע צו זיין מהודו און פירן די עדה הקדושה, מיר זאלן זוכה זיין עוד רבות בשנים להתחמם לאורו הבהיר עדי נזכה לביאת הגואל במהרה.
דא וועלן מיר בלויז איבערגעבן דברים כהווייתן וסדר הימים פון די ימי הרוממות, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.
ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אין די סוכה הגדולה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, דער רבי האט אנגעהויבן אשת חיל.
פאר קידוש האט דער רבי געזאגט דעם סדר האושפיזין, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב.
פון די זיסע מייערן האט רבינו שליט"א געטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין. די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און געברענגט מאכלי מעדנים לכבוד יו"ט. רבינו שליט"א האט טועם געווען און געטיילט שיריים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל ווייס שליט"א (בני ברק).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' דורך דעם וואס מען איז מאמין אין תורה של בעל פה ווערט ארץ ישראל אויסגעצויגן, דאס איז אלעס דורך דעם וואס אידן זענען בנים למקום.
קה אכסוף: הרה''ח ר' שמחה יוסף הירש הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ''ד קול אליהו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הקדושת לוי זיע"א און דערמאנט די יארצייט פון הגה''ק החתם סופר זיע"א, וואס די יארצייטן געפאלן דאנערשטאג בראשית כ''ה תשרי. קה רבון עלם: הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט''א מו''ץ בקהלתינו, וחבר הביד''צ.
מען האט אויפגעגעבן פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:55.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:45. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און פארגעזאגט הושענות לשבת פסוק בפסוק, פתיחה להושענות: הרה''ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג). נאכ'ן יום האט דער רבי געזאגט קדיש לכבוד די יארצייט פון הרבנית הצדיקת רחל ע''ה מחברתה הטהורה פון הגה''ק הייטב לב זיע"א. און דערנאך האט מען געזאגט קהלת.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, און הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א מו"ץ בקהלתינו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי הכוללים בקר"י.
עליות. כהן: ר' מענדל גרשון שווארטץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, רביעי: ר' ישראל יודא גוטמאן הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, חמישי: ר' קלמן אליעזר בר"ש עקשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, שישי: רבינו שליט''א
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' אברהם שמואל גליק הי"ו.
שביעי: הר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, הגבה די ערשטע ספר: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל).
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה''ק וומסב''ג, הגבה די צווייטע ספר: הרה"ח ר' יודל שטיינמעץ הי"ו, גלילה: הרה"ג ר' יואל דאסקאל שליט"א (בני ברק).
מוסף הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, די כהנים האבן געדוכענט, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 12:35. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:50. מנחה: הרה''ח ר' יחיאל אלטר טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער), כהן: הרה''ח ר' חיים אלעזר פריעדמאן הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ח ר' שלמה וואזנער הי''ו (מאנטשעסטער), שלישי: הרה''ח ר' אברהם הערש קליין הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ג ר' מרדכי וועבערמאן שליט''א (מאנטרעאל).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויהי ה' את יוסף ויהי איש מצליח' און געטיישטש אז דורך זיך היטן די אויגן אין די סוכה, ווען מען קומט אין די סוכה איז עס זיכער משפיע דעת, בפרט אין די טעג פון אושפיזא דיוסף, און דעמאלטס איז די צד הקדושה גובר און מען קען גרינג מבחין זיין צווישן א מצווה און א עבירה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה''ח ר' אשר ווידער הי''ו (מאנטרעאל). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געדאווענט מעריב אין די סוכה. מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 9:05.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ג' דחוה"מ
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:50. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו. רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים בדביקות והתעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר''ר מאיר לייב קטינא שליט"א.
עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יודל וואזנער הי"ו (מאנטשעסטער), שלישי: הרה"צ ר' נתן דוד אשכנזי שליט"א מסטאניסלאוו מאנסי, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר יצחק ברוך ברוין שליט"א (מאנסי). נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט א לענגערע צייט צענדליגער אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.
מוסף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 8:30 בביתו נאוה קודש.
צוליב די שווערע רעגן האט רבינו שליט"א מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד די אושפיזא פריוואט בסוכה שע''י ביתו נאוה קודש, ווי בלויז עטליכע מקורבים און אייניקלעך האבן מיטגעגעסן די סעודה. ארום 10:00 ווען דער רעגן האט נאכגעלאזט האט רבינו שליט"א געזאגט דעם סדר האושפיזין און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת יו"ט דער רבי האט געמאכט א לישב בסוכה און ב"ה געקענט עסן די גאנצע סעודת יו"ט. ברכהמ''ז: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו די זמירות ודב''ק ומעמד שמחת בית השואבה רבתי אין ביהמ''ד הגדול במעמד אלפי ישראל. ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך פונעם טיש האבן די משוררים געזינגען ניגונים לכבוד יום טוב ושמחת בית השואבה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א אב"ד תפלה למשה קאלאשין מאנסי. הרה"צ ר' זלמן יודא כהנא שליט"א מרבני קהלתינו בבית שמש. הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בסוכת תשבו שבעת ימים' די מצוה פון סוכה איז א זכר פאר די ענני הכבוד וואס איז געקומען אין זכות פון אהרן הכהן, און ארומגערעדט אז די סוכה איז משפיע דעת און דאס איז די ריכטיגע הכנה צו שמחת תורה איז דורך לימוד התורה, און מעורר געווען אויסצוניצן די הייליגע זמנים און עוסק זיין בתורה ליל שמחת תורה פאר די הקפות.
נאכן שלחה''ט ארום 11:45 איז פארגעקומען די ריקודין של מצוה דורך אלפי אנ''ש לרגל שמחת בית השואבה, דער רבי איז געזעצן אויף די בימה און זיך צוגעקוקט מיט שמחה, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד ארום 12:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג יום ב' דחוה"מ 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן: לבן הנולד אצל ר' אלימלך קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פרידריך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו, וכרות האט דער רבי האט פארגעזאגט פסוק בפסוק.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן זיין עבודת הקודש בעת די נענועים בדביקות והתעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה''ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''צ ר' יעקב יחזקאל שרגא הכהן גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומסב''ג, לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים, שלישי: בעל שמחה נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן), גלילה: הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער אנ''ש מעבר לים וועלכע זענען געקומען וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה ביי נכד רבינו בן הנולד אצל הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. מוהל: דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: דער זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א, סנדק מעומד: דער זיידע הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א. רבינו שליט''א האט געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל יצחק נאכן זיידן האדמו"ר מאלעסק זצ"ל. נאכן ברית איז דער ציבור אריבער אין א רייע ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.
נאכן ברית איז רבינו שליט''א אריבער צו די סעודת ברית אין די סוכה שע"י בית הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א חדב"נ, דער רבי האט געזאגט די סדר האושפוזין און זיך געוואשן צו די סעודה, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן בד"ת דער אבי הבן שליט"א. מיט די זמירות לכבוד היום 'שיר המעלות' און לכבוד'ן ברית 'יום ליבשה' האט דער רבי מכבד געווען נכדיו בני רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א חדב"נ. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און משלב געווען מצות ברית מילה צו מצוות סוכה. ברכהמ''ז: דער מוהל רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און די הרחמנ'ס חתני רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ד תשרי תשפ"ג10/19/2022
ווידיאו
באגלייטן מוצאי שמחת תורה ומעמד ברכת הקודש פארנט פון ביהמ''ד הגדול במעמד אלופי אלפי ישראל אנשים נשים וטף.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
עריכת שלחן הטהור ומעמד נעילת החג מוצאי יו"ט שמחת תורה, במעמד אלופי אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ג תשרי תשפ"ג10/18/2022
באריכט
מוצאי יו"ט שמחת תורה
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום מעמד נעילת החג במעמד רבבות אלופי אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול בקרית יואל.