ביקור המרומם אין מאנטרעאל שב''ק חיי שרה חשון תשפ''ג
כ"ב מרחשון תשפ"ג – כ"ח מרחשון תשפ"ג · 47 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
מיטוואךכ"ב מרחשון תשפ"ג11/16/2022
באריכט
מלך ביופיו תחזנה עינינו
מיטוואך פר' חיי שרה 7:35 אויפדערנאכט, ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין שטאט מאנטרעאל, ווי רבינו שליט''א ווערט אפגעווארט דורך זקני ונכבדי אנ''ש.
רבינו שליט''א וועט תיכף צופארן צו בית מדרשינו הגדול והמופאר ווי עס וועט פארקומען די מעמד קבלת פנים רבתי מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש ובראשם די רבני העיר שליט''א.
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, ברוך שהחיינו וקימנו והגענו לזמן הזה!!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ג מרחשון תשפ"ג11/17/2022
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
שפעטער איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי ברוך זינגער אבד"ק ור"מ אלכסנדר בב"פ, לרגל שמחת נישואי בנו, ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א משלחת פון 'כולל חיבת ירושלים' מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם דינער השנתי דעם מוצ"ש אין וומסב''ג, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און איבער די פילצאליגע פעולות לטובה פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
אום 7:35 אויפדערנאכט האט די פליגער בשעטו''מ געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, אינדרויסן ביים עירפארט האבן אפגעווארט בשירה וזמרה א גרויסער ציבור פון אנ''ש מקבל זיין פני קדשו פון רבינו שליט''א, זקני ונכבדי העדה, בעלי בתים אברכים ובחורי חמד, און דער גאנצער עולם איז אריבער שלום געבן.
פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך אברהם פערלמוטער הי"ו.
בבית האכסניא איז אריין בקו"פ אויף א באזוך הרבני הנגיד הנכבד ר' הערשל פריעדמאן הי"ו דער אייגענטומער פונעם באוואוסטן בית השחיטה אגרי-סטאר אין אייאווע, ווי די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו איז סטאנציאנירט.
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול והמופאר צום מעמד קבלת פנים רבתי בתופים ובמחולות מיט די באטייליגונג פון די הונדערטער אנ''ש זקנים עם נערים בחורי חמד וילדי תשב''ר ובראשם די פולע רבני ודייני העיר שליט''א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פראכטפולע חדרי התפילה און דערנאך ארויף אין היכל הביהמ"ד צום פייערליכע מעמד. מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו מגבאי הביהמ"ד, ווי ער האט אויפגערופן הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', וועלכע האט מיט רגשי הלב באגריסט און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און געזאגט הארציגע ווערטער לכבוד המאורע, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה און השפעה וואס רבינו שליט"א האט, און די זכי' וואס אנשי שלומינו האבן זיך צו מסתופף צו זיין בצילו קדישא של רבינו שליט"א.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט דערמאנט די נסיעות פון רבותינו הקדושים זיע"א אין מאנטרעאל, די השפעות וואס זיי האבן משפיע געוועהן לנצח נצחים, און אין זייער זכות האט מען זוכה געוועהן צום חנוכת הבית פון אזא הערליכן ביהמ"ד לתורה ולתפילה, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' אין מאנטרעאל, די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור 'יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם' און מען זאל ווייטער קענען אנגיין בהרחבת הדעת עד ביאת הגואל בב"א. נאך די דב"ק האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צופארן אויף שבת פון ניו יארק ווי דער רב שליט''א וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה צוליב א שוואכקייט, דערנאך האט הגה''צ אבד''ק שליט''א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח הקהילה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה וואס אנ''ש האבן מיט די באזוך פון רבינו שליט"א. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט נגוני שמחה בשעת די גאנצע ציבור אנשי שלומינו זקנים עם נערים זענען אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א פאר א לענגערע צייט.
נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 10:40.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ד מרחשון תשפ"ג11/18/2022
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ב'
דאנערשטאג פרשת חיי שרה
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון כתה ו' און העכער, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די תשב"ר וועלכע האבן עוסק געווען בלימוד התורה פארן דאווענען, דער רבי איז ארומגעגאנגען די טישן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.
רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל). ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ג רבי מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק', שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, גלילה הב' הבר מצוה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד 'בני הם' בהיכל הביהמ"ד, דורך די נאענט צו 250 ילדי תשב"ר דקהלתינו הק' פון כתה א' און ארויף, די קינדער האבן געזינגען ניגוני דביקות און עטליכע קינדער האבן פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די הרגשים וואס די קינדער שפירן צום געהויבענעם באזוך און צוגעגרייט די קינדער מקבל צו זיין די דב''ק והדרכה פון רבינו שליט"א. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים, די קינדער, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען צו נזהר זיין במידת האמת, גיין מיט די ציצית אינדרויסן, דאווענען און זאגן ברכות אויפן קול און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכות קדשו. נאך די דב''ק האט דער רבי געגעבן שיריים פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער נעמען א געבענטשטע מטבע פון רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
אין די נאכמיטאג שעה'ן ארום 2:30 האט רבינו שליט''א באזוכט ביי די רבני העיר שליט''א ווי עס האט זיך פארצויגן הערליכע שמועסן בתורה וחסידות, סיפורים והנהגות, און נאך. צום ערשט איז דער רבי אריבער אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א פאר א לענגערע צייט.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ור''מ ראשית חכמה מאנטרעאל, אויך איז אנוועזנד געווען תלמידי ישיבתו 'ראשית חכמה' מיט די ראשי הישיבה, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס בעניני שליחות, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן באזוך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים זיע"א און נאך, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארצויגן א תורה'דיגע שמועס, דערביי האט דער דיין געוויזן פארן רבין תשובות וואס ער האט ערהאלטן פון הרה"ג דומ"ץ קהלתינו מאנטרעאל שליט"א און מען האט ארומגערעדט איבער די הידורים פון א קוואל מקוה, עירובין אין דער אלטע היים, אין סיפורים פונעם ישמח משה זיע"א, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט דעם רבין ביז צו די גאס.
נאכן באזוך ארום 5:00 האט רבינו שליט''א געדאווענעט תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול.
נאך מנחה ארום 5:30 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטרעאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורים פון הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע"א און פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א, האדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. נאכן באזוך האט האדמו"ר מוויזניץ שליט"א געבעטן דער ציבור ארויסצוגיין און האט זיך איינגעשפארט מיטן רבי'ן אויף עטליכע מינוט, און דערנאך האט האדמו''ר מוויזניץ ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס. פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס אין די סוגיא פון אין שליח לדבר עבירה און סיפורים פונעם דברי חיים זיע"א, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער רב שליט''א האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטרעאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די שחיטה אין מאנטרעאל, דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 7:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מעריב בבית האכסניא, נאך מעריב פון ארום 8:10 איז געווען די ערשטע חלק זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי מאנטרעאל, וואס זענען אריין לויט א פאראויס באשטימטע סדר און האט זיך געצויגן ביז ארום 11:45 אויפדערנאכט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ג'
פרייטאג פרשת חיי שרה
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בנין שמואל בנימין' צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די אריבער 100 בחורי אנשי שלומינו פון מאנטרעאל, ווי עס האבן אויך מיטגעדאווענט א ריזן ציבור געסט אנ''ש, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שב"ק בצל הקודש.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין בהיכל ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד לימוד שלוש שעות רצופות' ווי די בחורים האבן עוסק געווען בלימוד התורה בהכנה דרבה צום דערהויבענעם תפילת שחרית אינאיינעם מיט מרן רבינו שליט"א, דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן און פארהערט גערעדט מיט די בחורים אין לערנען מיט א שטארקע קורת רוח.
רבינו שליט''א האט געלייגט טו"ת אין ביהמ"ד. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי"ו (קר''י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים, מען האט געזינגען עטליכע ניגוני התעורורות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בחורים.
עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' בעריש גראס שליט"א מנהל ישיבה קטנה, וועלכע האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די הכנה דרבה פון די בחורים צום דערהויבענעם באזוך במשך די פארגאנגענע וואכן מיט טויזענטער שעות רצופות בלימוד התורה, און האט דערנאך איבערגעגעבן א מנחת בכורים פאר'ן רבי'ן פון 9,474 שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן דורך די בחורים, און איבערגעגעבן א כוללות קוויטל פון אלע נעמען, דער רבי האט עס באטראכט מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דב"ק והדרכה פאר די בחורים, און אלע ענינים, און מסיים געווען בברכות לרוב, און דערנאך איבערגעלאזט א לומד'ישע קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה מסכת גיטין אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין און געבעטן די בחורים צו זוכן תירוצים אויף די קשיא. דערנאך האט רבינו שליט''א פארטיילט א ספר ויואל משה פאר אלע בחורים וועלכע האבן זיך משתתף געווען ביים 'מעמד לימוד שלש שעות רצופות' פארן דאווענען. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאך די מסיבת לחיים - אויפן וועג ארויס - האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג צום היכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו מרחשון תשפ"ג11/20/2022
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ד'
השבת נועם הנשמות פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' דורכאויס די מסע הקודש קיין מאנטרעאל לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי מאנטרעאל ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה, חנוכת הבית פון בית מדרשינו הגדול והמופאר 'בנין שמואל בנימין'.
מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל און זיך אנגעווארימט לאורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.
במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער שאטער בנין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל און די הונדערטער געסט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.
עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן דער אולם וויזניץ הארט נעבן ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטער געסט.
ערש''ק נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געגאנגן אין די פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי''ו מחשיבי חסידי בעלזא, ווי דער רבי איז געגאנגן אין מקוה במשך די ימי ביקור המרומם. רבינו שליט''א האט דארט טועם געווען טועמי' און ס'האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' רפאל הי''ו ובני משפחתו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, צוליב דעם שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד האט מען אויך געעפענט דעם עזרת נשים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור ווי ווייט מעגליך. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דערנאך איז דער ריזן ציבור אדורך געגאנגען גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישן שאטער - בנין במעמד אלפי ישראל, ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטרעאל.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק'.
פאר די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הגה''צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל צו זינגען רחם. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב''ד מאנטרעאל. מנוחה ושמחה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' ובדברי החתם סופר אז בכל במילוי איז בגמ' שופר, און געטייטשט בדרך דרוש אז כל מיינט אפילו א כל שהוא, במילא אפילו א איד טוהט נאר אביסל תשובה איז עס גענוג.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הגה"צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.
ביי די פירות זענען אלע חתנים פון מאנטרעאל אריבער נעמען שיריים, נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש.
אז ביום השביעי: הגה''צ ר' יחזקאל טויבער שליט''א אב''ד באבוב מאנטרעאל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:20. ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די חברת תהילים פון די ילדי תשב''ר בהיכלי התפילה, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך, און משמיע געווען קורצע דב''ק איבער די חשיבות פון א קאפיטל תהילים בפרט דורך תשב''ר.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר''ר חיים אליעזר גראס שליט''א. הולכת הס"ת לבימה: הר"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).בעל קורא: הרה''ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי''ו. ביים ליינען האבן עולה געווען נגידי אנ''ש וועלכע האבן געש'נדר'ט ריזיגע סכומים להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול, און איז אנגעקומען צום אסטראנאמישע סומע פון אריבער אנדערט האלבן מיליאון דאלאר. עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, שלישי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג).
שביעי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, הוספות: הרה''ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' מנחם ליברמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).
נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
רבינו שליט''א איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראשי קהלתינו, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן נגידי אנ''ש וועלכע האבן מנדב געווען גרויסע סכומים פאר קהלתינו הק' במאנטרעאל.
רבינו שליט''א האט קידוש געמאכט כנהוג, און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, ביי די סעודה האט זיך דער רבי באנוצט מיט א זמירות ברך משה און דער רבי האט א לענגערע צייט אריינגעקוקט אין די מנהגים. עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים ביי רבותינו הק' זיע"א. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו. נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן בעל אכסני' און בני משפחתו.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ריזן שאטער - בנין ארום 4:45. מנחה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, שיר המעלות: הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' און געטיישטש אז ווען א איד טוט א מצוה לאזט עס איבער א רישומא דקדושה, און דאס ערמעגליכט נאכדעם צו קענען תשובה טון.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, קל מסתתר: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א מו"ץ בסקווירא ומראשי כוללינו במאנטרעאל. מיט ברכהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א.
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ה'
מוצש"ק חיי שרה
נאך הבדלה האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש מלא חיזוק והדרכה דורך א הוק-אפ פאר די הונדערטער אלמנות וועלכע זענען געווען באטייליגט ביים הערליכן שבת עונג הרוחות, ביים מעמד הדלקה באתרא קדישא מירון יצ"ו.
ארום 8:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מעמד הכרת הטוב דורך חברה הצלה ד'מאנטרעאל לכבודו פון הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א אמבולאנס פאר חברה הצלה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם מאיר פייג הי"ו מראשי העסקנים במאנטרעאל וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון ר' מנחם הי''ו, און די איבריגע עסקני קהלתינו וועלכע שטייען צו הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע וואלונטירן, און איבערגעגעבן א זילבערנע וויין פלאש פאר ר' מנחם הי"ו בשם די חברה הצלה אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילצאליגע פעולות לטובה פאר הצלה בפרט און פאר מאנטרעאל בכלל.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית משפחת הרה"ח ר' יעקב יהושע ווערצבערגער ע"ה, וואס די אלמנה תחי' האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד אינאיינעם מיט אירע קינדער לע"נ בעלה /אביהם, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע היסטארישע כתבים וואס ר' יעקב יהושע האט געהאט איז זיין באזיץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן אלמנה און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מוה"ר אהרן משה שווארץ שליט"א וואס זיינע קינדער האבן מנדב געווען א סכום נכבד פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרובי המשפחה הגה"צ ר' שמעי' שווארץ זצ"ל אב"ד סאטמאר מאנטרעאל רבות בשנים, און הרה"ח ר' אשר שווארץ ז"ל הנקרא ר' אשר גבאי, משב"ק ביי רבותינו הק' לבית סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום גיגאנטישן שאטער - בנין, צום מעמד סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעורורות און האברך ר' דוד קליין הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט דער נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה און אראפגעלייגט אויפן רבינ'ס טיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אריינגעשריבן די אותיות. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק במצוות כתיבת ס''ת, ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון א דיבור, א שורה גמרא, דאווענען, וכו' אבער דאס קען נאר זיין אויב מען איז ממעט בהבלי עולם הזה און תאוות הגשמיות, דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח פונעם חשובן נדבן און ארויסברענגענדיג זיינע פילצאליגע פעולות לטובה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר שפיטצער הי"ו און מיט אנטוהן דעם כתונת הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו (וומסב''ג), דערנאך האט דער נדבן איבערגענומען די ס''ת און דער רבי האט מעטר געווען די ס"ת מיט'ן כתר תורה, און דערנאך איבערגענומען די ס''ת און געטאנצן א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיט די ס''ת. מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער רבי האט געווינטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור און איז ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה. בבית האכסניא איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבין ספרו שו"ת חיי הלוי חלק י"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די קבוצה מזמרים מאנשי שלומינו וועלכע האבן אנגעפירט די מעמדים במשך די פארלאפענע טעג, דער רבי האט געזאגט דברי ברכה און אלע מזמרים זענען אריבער און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ח מרחשון תשפ"ג11/22/2022
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ו'
זונטאג פרשת תולדות
ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט אנ''ש תושבי מאנטרעאל.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען דער מעיאר פון שטאט מאנטרעאל וועלכע האט שטארק ארויסגעהאלפן צו באקומען די פערמיטן פארן ביהמ"ד, דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט און געווינטשן ברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בבית האכסניא. ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין קרית טאהש אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בסיפורי צדיקים און איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית טאהש, האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך האט האדמו''ר מטאהש שליט''א געבעטן רבינו שליט''א צו רעדן פריוואט פאר עטליכע מינוט, אויפן וועג ארויס האט דער טאהשער רבי שליט"א באמערקט פאר רבינו שליט"א אז אויף דעם מקום פונעם באזוך פראוועט דער טאהשער רבי שליט"א שוין די לעצטע צוויי יאר די סעודות ליל ויום שב"ק מיט די תלמידי הישיבה, און דערנאך האט דער טאהשער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביזן קאר.
ארום 5:15 איז רבינו שליט''א צוריק אנגעקומען אין מאנטרעאל און תיכף צוגעפארן צום בנין בית מדרשינו הגדול צו די גרויסארטיגע חגיגת הכנסת ס''ת אריינגעגעבן דורכ'ן בונה ומקים הביהמ''ד הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה מיקירי תושבי מאנטרעאל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם נדבן און אפגעראכטן די ריקודי קודש בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען דעם נדבן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח הישיש ר' מאיר יודא פעלזן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק', עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער שאלות בהלכות עירובין, און ארומגערעדט איבער די נסים וואס מען האט געהאט דעם פארלאפענעם זומער במחנה הקיץ קרית ברך משה קאנאדא, און נאך, דער דיין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
בבית האכסניא זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון התאחדות אברכים ווי מען איז איבערגעגאנגען די פילצאליגע פעולות פאר די פרישע אינגעלייט להגדיל תורה ולהאדירה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די זאלן פונעם קראון פלאזא האטעל, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער 'מעמד חנוכת הבית - וכינוס אנ''ש תושבי קאנאדא' אויף א גאר פראכטפולע און עלעגאנטער פארנעם, און איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די סעודה לגומרה של תורה, בהשתתפות פון די הונדערטער אנשי שלומינו תושבי מאנטרעאל און קרית טאהש, און פילצאליגע געסט וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען בשמחת קהלתינו הק' ובשמחת פונעם חשובן בונה ומקים הביהמ''ד ונדבן הס"ת הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה''ג ר' יוסף משה אונסדארפער שליט"א מגי''ש בקהלתינו מאנטרעאל בן הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, וועלכע האט ארויסגעברענגט די שמחה און התרגשות פון אנ''ש ווען מען איז זוכה צו דעי מאמענט, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' מיום הווסדה.
לזכרון פון הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל האט אויפגעטרעטן זיין שוואגער הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה קטנה סניף רב טוב בקר"י, און עס איז פארגעזינגען געווארן דורך ר' בנציון וועבערמאן הי"ו באגלייט מיט די זמרה קווייער, ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע איבער די השתלשלות פון 'סאטמאר מאנטרעאל'.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען - צווישן די פילע רבנים ודיינים פון קאנאדא -, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א און כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש הדרכה וחיזוק פאר אנ"ש תושבי מאנטרעאל, און נאך די דברי תורה מעורר געווען אויף אסאך ענינים הצרכים חיזוק, און ארומגערעדט בשבח קהלתינו הק' במאנטרעאל א קהלה נאה וחסידה, ובפרט פונעם ביהמ"ד הגדול וואס איז אויסגעשטיגן א צענטער לתורה ולתפילה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פאר הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40, אויפן וועג ארויס האט זיך רבינו שליט"א באדאנקט פאר הרבני הנגיד הנכבד ר' מיכל ראזענבערג הי"ו דער בעה"ב פונעם עלעגאנטן האטעל וועלכער איז אויך דער בעה"ב פונעם 'קראון' האטעל אין קאנעטיקוט, ווי מערערע חבורות פון חסידישע אידן אין ניו יארק פארן צו פראווען א 'שבת התוועדות', פארן אהער שטעלן א מקוה כשירה אינעם האטעל אין קאנעטיקוט אויף די פערזענדליכע בקשה פון רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מאציל געווען ברכות לרוב, און איז אהיימגעפארן לבית האכסניא.
שפעטער איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך בבית משפ' הרה"ח ר' שמואל בנימין סופר ז"ל, ס'האט זיך פארמירט א הערליכע שמועס בקורות ימי מאנטרעאל מימי קדם, במנהגי שב"ק פון מרן החת"ס ז"ל און מנהגי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע בני המשפחה, און ספעציעל פאר'ן נדבן הס"ת הרה"ח ר' יעקב זוסמאן הי"ו און פאר זיין מאמע תחי', און דער רבי איז צוריק געפארן לבית האכסניא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ז'
מאנטאג פרשת תולדות
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט די רבני ולומדי כוללינו.
ביים ליינען האבן עולה געווען, כהן: ר' יואל קאהן הי"ו, לוי: ר' לייבוש בר"ח לעווי הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו, גלילה: ר' הערשל קליין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א מסיבת 'פת שחרית' פאר די הנהלת הכולל וראשי החבורות, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הכולל הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א, און ארויסגעברענגט בשבח פון די הנהלת הכולל וואס געבן אוועק פון זיך להצלחת הכולל בגשמיות וברוחניות, די עסקני הכולל האבן איבערגעגעבן פארן רבין אז לאור די קריאת הקודש פונעם רבי'ן צו עפענען א כולל בוקר ללימוד התורה באשמורת הבוקר האט הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו זיך אינטערגענומען די הוצאת הכולל לע"נ אביו הרה"ח ר' שמואל בנימין ע"ה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערנאך פארטיילט א 'לעדערנע סידור' בחתי"ק פאר די ראשי החבורות און הנהלת הכולל.
פארמיטאג ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום כולל אברכים בהיכל בית מדרשינו הגדול, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די לומדים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געגעבן א שיעור אין די סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין וואס מען לערנט יעצט אין כולל, און דערנאך ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר די כולל אינגעלייט, און צווישן אנדערע ארויסגעברענגט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, און משבח געווען די בשורה מרנינה אז אין א בחינה פון טרם יקראו ואני אענה איז שוין דא א נדבן פאר'ן נייעם כולל בוקר.
נאך די דב"ק האט דער רבי געטרינקן לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די רבני ולומדי הכולל. מען האט געענדיגט ארום 2:15.
ביים ארויסגיין איז רבינו שליט''א אראפ אינעם אינטערשטן שטאק פון ביהמ"ד אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו בריח התיכון פון קהלתינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם רחבות'דיגע 'היכל התורה' און אינעם פראכטפולע 'מקוה מפוארה'.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבית הנגיד ר' מעכיל ראזענבערג הי"ו, וועלכע האט אוועקגעגעבן זיין שטח אויפצושטעלן דעם ריזן שאטער פאר די דערהויבענע טישן און מעמדים, דערביי האט ר' מעכיל הי"ו געצייגט פארן רבין פארשידענע היסטארישע כתבי ידות פונעם נודע ביהודה און נאך, אין וועלכע דער רבי האט מעיין געוועהן א לענגערע צייט, און געגעבן במתנה פאר רבינו שליט"א א לעדערנע סעט פון פריש געדריקטע חידושי נודע ביהודה, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
נאכמיטאג זענען אריבערגעקומען בקו''פ בבית האכסניא בחורי ישיבה קטנה סקווירא מאנטרעאל, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און געגעבן א שמועס פאר די בחורים, און מאציל געווען מברכות קדשו. שפעטער זענען אריבערגעקומען די עלטערע כתות פון ת"ת סקווירא מאנטרעאל, די קינדער זענען אריבער שלום נעמען, און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה וברכה.
ארום 4:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא. נאך מנחה איז געווען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל, עס האט זיך פארמירט א שמועס בדברי תורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען בבית האכסניא אן אסיפה פון הנהלת קהלתינו הק' במאנטרעאל, ווי מען האט דן געווען פארשידענע ענינים, בנוגע התאחדות אברכים, תפקיד הגבאים אין ביהמ"ד, בנוגע די מורי הוראה, און דאס עפענען דעם בית הוראה, און נאך פארשידענע ענינים בנוגע דער עתיד פון קהלתינו הק', רבינו שליט''א האט געגעבן פארשידענע הוראות און הדרכה וכו', און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א ענגע אסיפה מיט די מורי הוראה, וועלכע רבינו שליט"א האט ממנה געווען זיי זאלן עומד זיין לשרת בקודש ולהורות את דבר ה' זו הלכה אינעם נייעם בית הוראה דקהלתינו הק' תחת פיקוח הרה''ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א. די חשובע תלמידי חכמים מובהקים ויראי ה', ממובחרי קהלתינו הק', ה"ה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א, הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א, הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א. רבינו שליט"א האט דערביי געגעבן פארשידענע הוראות און הדרכה און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די נייע דיינים שליט''א.
איידערן פארלאזן דעם בית האכסניא האט רבינו שליט''א זיך באדאנקט פארן בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראה''ק, ובני ביתו, און אים ווארעם געווינטשן ברכות לרוב.
ארום 9:10 האט רבינו שליט''א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צום לופטפעלד, און באגלייטונג בשירה ובזמרה פון אנ''ש תושבי מאנטרעאל וועלכע האבן זיך שווער געזעגענט, מיטנעמענדיג די געהויבענע טעג מלא חיזוק והדרכה, וואס וועט וועט לאנג געדענקט ווערן און באגלייטן אנ''ש תושבי מאנטרעאל.
אינטערוועגענס צום עירפארט האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אינעם ביוראו פון הנגיד בנש''ק הר''ר יואל יודא רובינפעלד הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט קובע מזוזה געווען, און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הר''ר יואל יודא הי"ו און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי הדרכה פאר די ארבייטער, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.