זונטאג פר' שמות 4:54 נאכמיטאג אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א א וועג פון 5 שעה און 20 מינוט, אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענל עירפארט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
זונטאג פר' שמות 2:33 מיטאג אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פון סטוארט עירפארט, אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע 3 א האלב וואכן.
די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 5:00 - ארטיגע זייגער (8:00 ניו יארקער צייט) אינעם פאלם ספרינג אינטערנעשענל עירפארט.
כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון, ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה, וכל עצי השדה ימחאו כף
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אהנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים. הב' החתן יוסף מענדל בן הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א. הב' החתן יצחק בן הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייביש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם דיוס קאמפיין דקהלתינו הק', קבלת שבת: הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א מספינקא קר''י.
דער רבי האט נישט געזאגט פאר די סעודה דעם זוהר לליל שב"ק, ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו. מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יושע עסטרייכער שליט''א (לאנדאן).
פאר די תקופה האט דער רבי ארויפגעלייגט אויף די חלה א מעסער. די דברות קודש האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפן פסוק 'ושמרו בני ישראל את השבת', און מאריך געווען א קארגע שעה מעניני דיומא: "היינט נאכט ריפט מען ניטל נאכט עס איז אראפגעקומען אויפן וועלט די גרויסע טומאה, מנהג ישראל תורה נישט צו לערנען און צדיקים האבן געזאגט אז אויב מען לערנט געט עס כח פאר די טומאה, די חכמים אין די צייט פונעם אותו האיש האבן זיך משתדל געווען צו ריקן זיין רוה טאג פון שבת אויף זונטאג מען זאל נישט זיין אויסגעמישט מיט זיי, אז עס געפאלט שבת דעם טאג רוף מיר אויס מיט דעים אז מיר גלייבן נישט און דעם אותו האיש, אדרבה שבת איז שמא דקודשא ברוך הוא, מ'גלייב מיר נאר אין איין בורא און אין דברי חכמינו ז''ל, און געשמועסט באריכות גדול איבער דעם טאג ניטל, דער אלטער לוח און די נייע וואס גייט לויטן הילוך החמה, און די שקר פון זייער עבודה זרה און די שווארצע היסטאריע פון דעי קליפה וואס האבן געהארגעט מיליאנען נפשות יקרות מישראל במשך דיך יארן, און די טומאה וואס גייט אן עד היום הזה ביז עס וועט נתקיים ווערן די הבטחות ונקיתי דמם לא נקיתי אויף די פארגאסענע אידיש בלוט".
קה אכסוף: הרה''ח ר' בנימין ארי' גליק הי''ו (מאנסי), ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל ארי' דבי עילאי זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י''ז טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו (מאנסי).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח שלמה הערש ראזענפעלד הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם צימערמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן בן הר''ר חיים בנימין כהנא שליט''א - באווארפן. לוי: הרה''ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי''ו (וומסב''ג). שלישי: החתן בן הר''ר שמואל שלמה טעללער שליט''א - באווארפן. רביעי: החתן בן הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א - באווארפן. חמישי: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הר''ר מרדכי ישעי' קויפמאן שליט''א. ר' דוד יודא ברח''י האלפערט הי''ו. ר' חיים הערש קויפמאן הי''ו (וומסב''ג). ר' לוי יצחק שעהנברוין הי''ו. ר' אברהם חיים אונגאר הי''ו.
שביעי: החתן בן הר''ר בעריש גראס שליט''א. הוספות: החתן ב''ר יואל מיטטלמאן הי''ו. החתן ב''ר יושע הערש גליק הי''ו. אחרון: הרה''ח ר' חיים אליעזר גראס הי''ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה''ח ר' אייזיק זילבערשטיין הי''ו. הגבה: הרה''ג ר' הערשל טעללער שליט''א (וומסב''ג). גלילה: הרה''ח ר' יואל בר''י מיטטלמאן הי''ו.
מוסף: הרה''ג ר' מרדכי מענדל שווארץ שליט''א ראה''כ בראד. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע הערש גליק הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקא הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה''ח ר' חיים טורנהיים הי''ו. לוי: הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט''א. שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הר''ר שמואל שלמה טעללער שליט''א.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו' און געטייטשט אז די טעג פון דעי סדרות האט די אר''י הקדוש מגלה געווען איז מסוגל צו מתקן זיין תשובה ותיקון המעשים בעניני קדושה, אז די כוחות הטומאה זענען אזוי גרויס ווי קען זיך א בשר ודם קריגן מיט א מלאך, נאר מיטן כח הקדושה פון יעקב אבינו וואס איז אריבער צו זיינע קינדער, אבער אז מען גייט נאך תאוות עולם הזה פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו, נאר די עצה איז צו גיין אין מקוה לשם טהרה וואס האט זיך מרומז די שם הקדוש יב''ק און עוסק זיין בתורה וואס ע' פנים לתורה וואס צוזאמען שטעלט עס די נאמען פון יעקב אבינו און מען האט די כח הקדושה זיך מתגבר צו זיין אויף די חיצונים.
ידיד נפש: הרה''ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). קל מסתתר: הרה''ג ר' בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף אין חדר יצחק מארקאוויטש בביהמ''ד הגדול ווי עס זענען געזיצן די חבורות הלכות שבת לערב שבת ומוצאי שבת און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א גרויס קורת רוח. דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו יצוה לך' לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע. מען האט געענדיגט ארום 7:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
פרייטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק עפשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי, אין ביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר ישראל לאנדא הי"ו. ב"ר יואל בר"י שפילמאן הי"ו. ב"ר בערל מרגליות הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט א שיעור אין איינע פון די שיעורי הישיבה במסכת פסחים, און דערביי האט דער רבי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים, איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאליפארניע היינט זונטאג. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געשמועסט מיט די בחורים איבער עטליכע שאלות בעניני ניטל און מנהגים פון קידוש לבנה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און אלע תלמידי הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר בערל זאבעל הי"ו. ב"ר ישעי' גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). ב"ר יקותיאל יצחק פראנקעל הי"ו (וומסב''ג). ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו (ב''פ). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אויף פאלם ספרינגס קאליפארניע היינט זונטאג שמות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בית שמואל' בשכונת בלומינגראוו, צום מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה מפארה. קודם איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ''ד און באגלייטונג פון הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בלומינגראוו און הרה''ח ר' יצחק עקשטיין הי''ו מגדולי עסקני בלומינגראוו וקהלתינו הק', ווי דער רבי האט זיך אומגעקערט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אינעם נייעם היכל הביהמ"ד. דערנאך איז דער רבי אראפ און זיך אומגעקערט אויף די נייע מקוה און געגאסן די יסודות און דערנאך מכבד געווען הגה"צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א יו"ר וועד לעניני מקוואות שע"י בית הוראה דקר''י, די רבנים פון די געגענט, נדבני המקוה און די עסקנים ותושבי השכונה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש איבער דאס חשיבות פון בויען א מקוה, און מסיים געווען בברכת קודש. מען האט געענדיגט ארום 2:05. דערנאך איז דער רבי צוגעפארן אין די דאלאס געגנט ווי הנהלת קהלתינו הק' האט אפגעקויפט א שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א נייע ביהמ''ד פאר די געגענט.
ארום 5:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד ליל הסת"ם, צום ערשטן מאל א 'קיבוץ גדול לכל עניני סת"ם' צוגעשטעלט דורך וועד לעניני סת"ם שע"י בית הוראה, דער רבי איז ארום אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים, וועלכע האט אנגעפירט מיטן מעמד, און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען, צווישן אנדערע אויף די אויסשטעלונג פון מזוזות געשריבן דורך נאענט צו 50 קרית יואל'ע סופרים מומחים, עיבוד עורות, פסול'ע מזוזות, באשטעלן מזוזות, בדיקת תפילין ומזוזות, און נאך, דער רבי האט ארומגערעדט מיט די רבנים, סופרים, און עסקנים און דערביי געוויזן עטליכע פסול'ע מזוזות און מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין הבית רחל בנין הירש ג''ב לאנדא, ווי עס קומט פאר די מתמידים רץ למשנה, דער רבי איז ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:45 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר ליפא סאמעט שליט"א - ר' יואל שמאיע הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ אריבער הונדערט אינגעלייט לומדי הכולל וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א גרעסערע נדבות פאר די מקוה טהרה בקר''י וואס ווערט יעצט איבערגעבויעט, לאור קריאת הקודש פונעם רבי'ן פארגאנגענע וואך ביים באזוך בהיכל מבצר הכוללים.
אזוי אויך זענען אריין בקו'''פ הנהלת קהלתינו הק' פון בלומינגראוו אין שפיץ פון הגה"צ רב דקהלתינו בלומינגראוו שליט''א, אינאיינעם מיט ראשי קהלתינו הק' און די חברי וועד השכונות קר''י, לרגל דאס אפקויפן א ריזן שטח פאר בית מדרשינו החדש בשכונת דאלאס אין בלומינגראוו, זיי האבן אנגעפרעגט אויף פארשידענע פלענער און אפציעס, און דערביי האט דער רבי ארומגערעדט דברי חיזוק והדרכה פאר אנשי שלומינו תושבי בלומינגראוו, און מאציל געווען מברכות קדשו. רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. נאך די זמני כניסה אום 1:30 זענען אריין בקו'''פ די עסקנים פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון העסקן הרה''ח ר' משה מארגרעטן הי"ו, זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פון די פולע פעולות לטובת אחב''י יושבי חושך וצלמות, ווי מ'האט אהנגעפרעגט דעם רבי'ן דעת קדשו אויף פארשידענע ענינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה בר"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אליעזר זוסיא סופר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר שמואל בראך הי"ו. ב"ר יצחק ווייזער הי"ו. ב"ר יצחק גרובער הי"ו. ב"ר אשר שמואל כ"ץ הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע הערש גליק הי"ו (וומסב''ג) - הרה''ג ר' שמואל אפרים גאלד שליט''א, באולם כינור דוד.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר נחום שמשון שווארטץ שליט''א - ר' שמואל יוסף עקשטיין הי"ו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגי"ג טבת תשפ"ג1/6/2023
מודעהפייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ויחי שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף - חלק ח - מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ליל הסת"ם ערשטמאליגע קיבוץ גדול לכל עניני סת"ם קומט פאר היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון קרן ויואל משה אין קר''י, עפ"י הוראת כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א צו נאנטברענגען די היימישע סופרים מיט'ן ציבור און דער המון עם זאל זיך באקענען מיט'ן רודערדיגער עולם הסת"ם, כדי צו פארמיידן די שרעקליכע מכשולות פון אימפארט מזוזות און אנדערע סת"ם סחורה. דאס וועט אי"ה נאכגעפאלגט ווערן אין די קומענדיגע חדשים מיט מערערע אזעלכע קיבוצי הסת"ם אין אנדערע חרדישע מקומות.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
אינהאלטספולע אסיפה פארגעקומען היינט מיטאג פאררופען דורך הרבנית הצד' תליט''א, בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, ווי עס האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע דער קאמישענער און דער דעפיוטי קאמישענער פון די סטעיט העלט דעפארטמענט און זייערע געהילפן, גרויסע דאקטוירים, ראשי העסקנים דקהלתינו פון וומסב"ג און קרית יואל, אנפירער פון מערערע גרויסע ארגענעזאציעס און ראשי חברה הצלה פון איבער גרעיטער ניו יארק, ווי מען האט אויסגעשמועסט און אויסגעארבייט פארשידענע וואוילטעטיגע הילף למען חולי ישראל אין די שפיטעלער פון ניו יארק סטעיט, וואס די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקעל יר"ה האט פארשפראכן ארויסצוהעלפן, בעת איר באזוך ביים רבי'ן שליט"א אין די טעג בעפאר די פארלאפענע וואלן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
'מסיבת מלוה מלכה ואסיפת התחזקות' פאר די צענדליגער רמ"י המתיבתא בראשות ראש הישיבה כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, מוצש''ק אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךי"א טבת תשפ"ג1/4/2023
מודעהמודעהבילדבילדער · 2
מסיבת לחיים בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בוומסב"ג, לרגל שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה''ח ר' יצחק זאב פילאפף הי''ו און הרה''ח ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דינסטאג פרשת ויחי עשרה בטבת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים, ב"ר אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו, ב"ר משה בער אפפעל הי"ו, ב"ר משה לוי ברוין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ביים ליינען עולה געווען שלישי - מפטיר, ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
אויפדערנאכט איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ נכדו הרב ר' דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ומשפ' לרגל שמחת החאלאקא פון בנו ני"ו. אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו און הרה''ח ר' שמחה פנחס פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
מאנטאג ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה מנחם זאב דרוממער הי"ו (מאנסי). ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו (מאנסי). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אשר ראובן פרנס הי"ו (מאנסי) - ר' מיכאל חיים דוב ראלניצקי הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מוצש''ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
נאך הבדלה זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש, די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים מידי שבת בשבתו ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א, דער רבי האט פארטיילט מטבעות און ווארעם אנגעוואונטשן. דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן במשך די ימי החנוכה ביי די מעמדי הדלקת נר חנוכה בצל הקודש.
ארום 10:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו מראשי קהלתינו הק' אין ב"פ ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות לטובת די מקוה טהרה החדש, נאכן אינטערשרייבן די שטרות האט דער רבי געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום 'מסיבת מלוה מלכה ואסיפת התחזקות' פאר אלע רמ"י המתיבתא, עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ''ד דברי חיים ור''מ במתיבתא. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען לענגערע דב"ק והדרכה פאר די מגי"ש און מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 12:45.
זונטאג פרשת ויחי
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר אברהם לעווי הי"ו (וומסב''ג). ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו (מאנטרעאל). נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אליעזר מנחם שווימער הי"ו (וומסב''ג) - ר' זלמן לייב גראסבארד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים הר''ר מאיר מרדכי בודק שליט''א - הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א. ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40, און נאך מעריב מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגח' טבת תשפ"ג1/1/2023
באריכט
שב"ק פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יודל פריעדמאן הי''ו.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, בני ברק.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יואל בר''ב בערגער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ובני דן חושים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו ארץ ישראל מוחזקת לנו מאבותינו.
קה אכסוף: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, ב"ב. ברכהמ"ז: האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ח ר' ישראל שטערן הי''ו (ב''פ).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל בלייער הי''ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 11:20.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט''א מנאנאש, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: ר' אהרן זילבערשטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ח ר' אברהם משה טויב הי"ו. הרה''ג ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער שליט''א. ר' שלום יואל פריעד הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר אברהם יושע גלויבער הי''ו, הוספה: החתן ב"ר חיים הערש קאהן הי"ו, אחרון: האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, מפטיר: הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו, הגבה: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' חיים רובין הי"ו (ב''פ).
מוסף: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א מראשי מבצר הכוללים, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבה פון נכדת רבינו בת הנולדה אצל הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אין וומסב''ג בהשתתפות קהל רב מחברי קהלתינו וומסב"ג, ויקרא שמה בישראל הינדא ע"ש הרבנית מקיוויאשד ע"ה.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:15. מנחה: הר''ר חיים אלישע גראסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה אלי' רובין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יואל ברי"מ פאללאק הי"ו, לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וישלחינו אלקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ' און געטייטשט אז די מידות מגונות פון קנאה תאוה וכבוד מוציאין את האדם מן העולם עס מאכט פארלירן די תואר אדם, און דאס איז געווען די עבודה פון יוסף הצדיק ושני בניו מנשה ואפרים עוקר צו זיין דעי מדות רעות און עס אויסלערנען פאר כלל ישראל, און אזוי האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
ידיד נפש: הרה''ג יודא בער טעללער שליט"א (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם חיים גאלדמאן הי"ו (לאנדאן). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
דערנאך איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל ראזענבערג ווי עלטערן מיט די קינדער לערנען אינאיינעם במסגרת 'ושננתם לבניך', דער רבי האט ארום שפאצירט צווישן די טישן און זיך אימגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אייזיק ליפא מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל טאבאק הי"ו. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הגה''ק משינאווא זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה יצחק העללער הי"ו (וומסב''ג). ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג). ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג ארום 1:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל מבצר הכוללים בקר''י, דער רבי האט זיך צום ערשט אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן נייעם היכל הכולל ביים אינטערשטן שטאק להרחיב גבולי הקדושה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן און זיך ארומגעדרייט צווישן די נאענט צו טויזענט לומדי הכולל מיט א שטארקע קורת רוח, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און צווישן אנדערע ארומגערעדט איבער די חשיבות פון שטיצן די מקוה טהרה, און געבעטן די לומדי הכולל זיך צו משתתף זיין מיט גרעסערע סכומים ולכה"פ מיט $2,600 פארן נייעם מקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויעט, און מסיים געווען בדברי ברכה.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה, און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון דו"ז הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זיע''א.
ארום 6:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' אין קרית יואל ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יארצייט פון מרן הגה"ק משינאווא זיע"א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בבארא פארק. רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה טייטלבוים שליט''א חתן הגה''צ אב''ד ציעשנוב שליט''א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און אז מצוות תפילין ברענגט דביקות אין הקב"ה, אבער דאס איז נאר אויב מען רעדט נישט קיין שיחת חולין מיט די תפילין, און דערנאך ממשיך געווען מיט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זיע''א.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם ראש ישיבה אבד''ק ציעשנוב שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה''צ אבד''ק ציעשנוב שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די זאלן בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' חיים זלמן ווייסבערג הי"ו - ר' חיים הערש בר"א גאלדבערגער הי"ו. ר' יוסף חביב באסול הי"ו - ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגו' טבת תשפ"ג12/30/2022
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ויגש שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף - חלק ז - מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.