בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגט"ו שבט תשפ"ג2/6/2023

נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו שתחי'
בן לנכדו הרב ליפא אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, חתן הגה''צ אבד''ק קארוב שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לרגל חמשה עשר בשבט, במעמד אלפי אנ''ש בביהמ"ד הגדול בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ד שבט תשפ"ג2/5/2023

בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מקאסאן שליט''א, אין לינדען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
דינער הראשונה למוסדותינו הק' בעיר לינדען, ניו דזשורזי יצ"ו, בראשות נשיא המוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴

פרייטאגי"ב שבט תשפ"ג2/3/2023

מודעה
דינער הראשונה למוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בעיר לינדען, ניו דזשורזי יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
הב' הבר מצוה נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
בן הר"ר יואל בערקאוויטש שליט''א.
ב''ר יצחק אליקים שווארץ הי''ו.
ב''ר יודא ארי' לאנדא הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל הנחת תפילין פאר נכד רביה''ק זיע"א, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן זיידן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, און פאר אלע בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים שלמה ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ח גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אלעזר זאלצער הי"ו.
ב"ר פישל סופר הי"ו.
ב"ר וואלף פערל הי"ו.
בן הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א.
ב"ר יעקב בר"ח פארקאש הי"ו.
ב"ר יואל גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר ארי' בר"מ פערל הי"ו.
ב"ר יואל קאפפעל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' בנציון קליין הי"ו - ר' אברהם שמואל פארקאש הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: ר' שמעון ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו (קר"י).

ארום 1:15 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה ר' שלמה יודא וויינבערגער הי"ו (קרית טאהש).
נאך מנחה האבן זיך אנ''ש געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן ארטיגע רב הביהמ"ד הרב שלמה אהרן דענעביים הי''ו פארן אוועקגעגעבן דעם ביהמ''ד און די מקוה פארן רבי'ן ולטובת אנ''ש הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, און ארום 2:45 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.

אויפן פליגער האט רבינו שליט''א במשך דעם גאנצן וועג עוסק געווען בעיון רב בספרי הראשונים אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', דער רבי האט געשריבן חידו"ת, און אויך צוגעצייכנט פארשידענע מראה מקומות אין די סוגיא וואס זאל געשיקט ווערן פאר די מנהלי הישיבות אין אר"י און אייראפע, כדי די תלמידי הישיבות זאלן קענען עוסק זיין דערין במשך די סדרי הלימוד איידער מ'פארט צום געהויבענעם שב"ק 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט אויף שבת שקלים הבעל"ט, און אזוי אויך אין די געפלאנטע סדרי הלימוד במשך די ימים הנעלים ווען די תלמידי הישיבות וועלן וויילן בצל הקודש, און די שיעורים וואס רבינו שליט"א וועט דארט משמיע זיין אין אט די סוגיא פאר די הונדערטער בחורי חמד, באותו מקום ווי אבותיו הק' האבן מרביץ תורה געווען לאלפי תלמידים הגונים וישרים.

ארום 9:45 האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט אינעם טוטער - בארא עירפארט, און דער רבי האט געדאווענט מעריב אין עירפארט.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג, און ארום 11:00 אנגעקומען בבית הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א ע"פ אשתו הרבנית ע"ה ובני המשפחה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מ"מ בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג יצ"ו, לרגל נישואי בתו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס.

דערנאך איז רבינו שליט''א צוריק געפארן לבית האבלים ווי דער רבי האט פארברענגט פריוואט מיט מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און די קינדער, פון דארט איז דער רבי אין א שפעטע שעה אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, ווי דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: ר' דוד מארמארשטיין הי"ו (קר"י).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו (קר"י).
פתיחה: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו (ב"פ), בעל קורא: הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו (שיכון סקווירא), לוי: ר' יחזקאל היימליך הי"ו (מאנסי), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם שמואל יעקב פריעדמאן הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י).

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' יואל בר"מ פערל הי"ו (קר"י), צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב פעלבערבוים הי"ו (קר"י).


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

זונטאג


ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי''ו.
נאכן דאווענען האבן די געסט פון שבת זיך געזעגענט.

פארנאכטס ארום 5:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלטר וועבערמאן הי"ו. צווישן מנחה מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד.
פאר מעריב האט דער רבי מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן זיך געזעגענט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת בשלח שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
כי האדם עץ השדה
לרגל חמשה עשר בשבט - ר"ה לאילנות
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 בשלח תשפ''ג חו''ל7.8 MB

דאנערשטאגי"א שבט תשפ"ג2/2/2023

בילדער · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בבית הרב הגאון ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א מ"מ בקרב קהלתינו הק' בוומסב"ג יצ"ו, לרגל נישואי בתו שתחי' עב"ג הבה"ח המופלג ני"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴

מיטוואךי' שבט תשפ"ג2/1/2023

נייעס
ברוך הבא בשם ה'

מיטוואך פר' בשלח 9:47 אויפדערנאכט, אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם טוטער-בארא עירפארט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים שרייבן חידו"ת, אויפן וועג אהיים פון פאלם ספרינגס, קאליפארניע.

די פריוואטע פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אין טוטער-בארא עירפארט אים 9:30 ניו יארקער צייט.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגט' שבט תשפ"ג1/31/2023

מודעה
מודעה מטעם הנהלת השוהל-הויף בעיר האבות סיגוט יצ"ו - לקראת ימי ההילולא קדישא של מרנא ורבנא הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע"א ביום ב' פ' תרומה - כ"ט שבט - הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגח' שבט תשפ"ג1/30/2023

מודעה
מכתב בקשה מעומק הלב
פון מנהלי ישיבתינו הקדושות בארה"ק און אייראפע יצ"ו, בנוגע דעם פארשטייענדן שבת שקלים ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט יצ"ו בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בא יומדהל''ק פון מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע

פרייטאג נאכמיטאג ארום 4:07 ווען ס'איז די שקיעת הנראית האט רבינו שליט''א כמנהגו זיך פורש געווען ממלאכה.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו קבלת שבת און געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא, און הבו לה' געזאגט פסוק בפסוק.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:20, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פארן ציבור ארום 9:40.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא), מנוחה ושמחה: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א בן האדמו''ר מסאלקא מאנסי.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'מי ומי ההולכים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה בלשון בני אדם.

קה אכסוף: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד', ברכהמ''ז : נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל הילולא זקינו הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי ישיבה גדולה שיעור ד', אז ביום השביעי: הרה"ג ר' אלטר וועבערמאן שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 11:25.

וביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30.
פאר פסוקי דזמרה האט דער רבי געזאגט קדיש און צוגעשיקט צו פסוקי דזמרה נכדו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, און צו שחרית צוגעגאנגען צום עמוד.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב האפמאן הי"ו (לאנדאן).
בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
עליות. כהן: ר' מאיר גראס הי"ו, לוי: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א רב קהל בית ישראל סידערהוירסט, שלישי: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שישי: רבינו שליט''א.

דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו אינאיינעם מיט זיין שוואגער הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.

שביעי: הרה"ח ר' אפרים פישל קיש הי"ו (ב"פ), הוספות: הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו (קר"י), נכד רבינו הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א, אחרון: הרה"ח ר' יצחק צבי קליין הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' מענדל גרשון אינדיג הי"ו (וומסב''ג).

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ג ר' משה יוסף אשכנזי שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:25.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:55.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו מנחה און נאך קדיש געמאכט א עטיפה אויפן טלית מיט א ברכה.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י), בעל קורא: הרב יוקל טייטלבוים שליט"א, כהן: הר"ר ישראל מאיר בר"ש פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו (קר''י), שלישי: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר"י).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, און מען האט געזינגען דעם נענועים ניגון פונעם בעל הילולא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' חיים ראטשטיין הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והגדת לבנך ביום ההוא לאמר' און געטייטשט אז א איד ווערט באשאפן מיט א צלם אלקים און אזוי ווערן זיינע תפילות נתקבל, אבער אז מען איז חלילה פוגם פארלירט מען דעם צלם אלקים און מען קען נישט מתפלל זיין און מונע זיין גזירות רעות פון אידישע קינדער, מען טראכט אריין עס איז שוין אדורך האלב פון די ימי השובבי''ם וויפל בעסער איז מען שוין געווארן, צו האט מען שוין צוריק באקומען דעם צלם אלקים דורך תשובה כל העבר וקבלה על העתיד, שבת איז גימטריא יפה תואר און איז מסוגל צוריק צובאקומען דעם צלם אלקים, און אזוי אויך דורך גיין אין מקוה קען מען אפוואשן דעם פנים און די תפילות ווערן נתקבל.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א, קל מסתתר: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' אלטר וועבערמאן שליט''א, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:15.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד בית חב''ד צום שלחן הטהור לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל עצי חיים זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה.
ביי די פיש האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א ראש ישיבת שיעור ד' געמאכט א סיום אויף מסכת ביצה וואס מען האט מסיים געווען במסגרת הישיבה.
מען האט געזינגען די זמירות למוצש"ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן זכותו יגן עלינו.
ביי די סעודה האט זיך אויך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין אריזאנע, און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע און ארויסברענגענדיג דאס חשיבות און גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און ממשיך געווען בסיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס.
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ ר' מנשה רובין שליט"א אב"ד דינוב קאסא-גראנדא אריזאנע.
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשו' שבט תשפ"ג1/28/2023

נייעס
שובו בנים שובבי"ם

דער זמן מוצש"ק אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז 6:26 - 9:26 ניו יארקער צייט.

אהנגעהויבן בערך אים 9:40 וועט מען קענען מיטגעהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

קול סאטמאר 845-951-1110
בעק-אפ נאמבער 351-888-7117

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג