לרגל הולדת הבת שיחי' אצל חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, בן הגה''צ אבד''ק קאזלאוו שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' מרדכי ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' ציון סאאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הר"ר אברהם שמעון אפפענהיים שליט"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען געקומען אויף א פארהער בביתו נאוה קודש די עלטסטע כתה פון די נייע אפטיילונג פון ת"ת במוסדות קרית יואל וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ סדר ויקרא, דער רבי האט פארהערט די קינדער א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה, און דערנאך פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי) - ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו. הר''ר אורי יודא קויפמאן הי"ו - ר' משה וויזעל הי"ו (בית שמש).
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים: ב"ר יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו. ב"ר יואל פיש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' ישעי' צבי בריעף שליט"א אב"ד תורת שמעון יערוסלאב אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגן דינסטאג, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו און געשיקט א פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מוויען שליט"א. אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגן דינסטאג, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 12:25 איז רבינו שליט''א אריבער צו די לא שאטאו זאלן צום שמחת השבע ברכות פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיטן זיידן כ''ק אדמו"ר מספינקא שליט"א. ארום 12:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ד מרחשון תשפ"ד11/8/2023
בילדבאריכט
מאנטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד.
פארמיטאג ארום 12:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבנין התלמוד תורה ווידער פאלאטשעק ווי עס איז פארגעקומען די מעמד 'התחלת לימוד גמרא' פאר די קרוב צו 500 תלמידי כתה ד' פון די 4 סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און דערנאך משמיע געווען קורצע דברי ברכה, און פארטיילט שיריים פאר די מלמדים אויסצוטיילן פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 10:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - ר' מאיר שפיטצער הי"ו. ר' יואל שמאיע הי"ו - ר' יואל אקער הי"ו.
בקרב קהלתינו הק' אין מאנסי איז פארגעקומען די צענטראלע שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך אנ''ש לכבודו פון די געהויבענע זיידעס כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט''א, אין די זאלן פון עטרת טשארנא, אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה. עס האבן זיך משתתף געווען הונדערטער אנ''ש און צענדליגער רבני ודייני מאנסי צווישן אנדערע. כ''ק אדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, האדמו''ר מניקלשבורג שליט''א, האדמו''ר מפארשעי שליט''א, האדמו''ר מזוועהיל שליט''א, האדמו''ר מספינקא עירמאנט שליט''א, האדמו''ר מסטאניסלאוו מאנסי שליט''א, הגה''צ אבד''ק נייטרא שליט''א, הגה''צ ר' הערשל פיש שליט''א מזידיטשוב פרעמיסלא, הגה''צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט''א אב''ד באבוב 45 מאנסי, הגה''צ ר' יושע לייפער שליט''א אב''ד באר משה ונשיא עוז והדר, בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה''צ דומ''ץ שיכון סקווירא שליט''א, הגה''צ דומ''ץ מונקאטש שליט''א, הגה''צ דומ''ץ בעלזא שליט''א, און נאך פילע רבנים ודיינים.
עס האבן אויפגעטרעטן רבני קהלתינו הרה''ג ר' יחזקאל ווייס שליט''א און הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א, און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
ארום 10:30 האט מען מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דער יו''ר הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א מנהל התאחדות אברכים האט מכבד געווען הרה"ג ר' אנשיל גרובער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' צו מאכן די סיום מסכת נזיר, און הרה''צ חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק צו זאגן קדיש, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
דאן האט מען געהערט חרוזים לכבוד המעמד פון א קינד מתלמידי מוסדותינו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה און לכבוד די סיום בחבורת יסודי התורה, און דערנאך ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וועלכע וואקסט בכמות ובאיכות בראשות דעם רב שליט"א וואס לייגט אריין אזויפיל כוחות, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט מען געהערט דברי בדחנות פון הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אינאיינעם מיט ר' אהרן יוסף מארקאוויטש הי"ו. מיט ברהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און דער רבי האט געזאגט שבע ברכות.
מען האט געענדיגט ארום 11:45, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' הלל ראזענבערג הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יעקב יושע מארקאוויטש הי"ו - ר' משה אלי' צבי באנדא הי"ו, באולם גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר נתן דוב ברש"ז שווארטץ שליט"א - ר' חיים הערש ראטה הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א משתתף ביים שבע ברכות פון נכדי כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך אנ''ש חברי קהלתינו הק' במאנסי לכבודו פון די געהויבענע זיידעס כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א און הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט''א, פארגעקומען נעכטן אין די זאלן פון עטרת טשארנא.אין די זאלן פון עטרת טשארנא, אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה. עס האבן זיך משתתף געווען הונדערטער אנ''ש און צענדליגער רבני ודייני מאנסי צווישן אנדערע. כ''ק אדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א, האדמו''ר מניקלשבורג שליט''א, האדמו''ר מפארשעי שליט''א, האדמו''ר מזוועהיל שליט''א, האדמו''ר מספינקא עירמאנט שליט''א, האדמו''ר מסטאניסלאוו מאנסי שליט''א, הגה''צ אבד''ק נייטרא שליט''א, הגה''צ ר' הערשל פיש שליט''א מזידיטשוב פרעמיסלא, הגה''צ ר' הערשל ראבינאוויטש שליט''א אב''ד באבוב 45 מאנסי, הגה''צ ר' יושע לייפער שליט''א אב''ד באר משה ונשיא עוז והדר, בני האדמו"ר מסקווירא שליט"א, הגה''צ דומ''ץ שיכון סקווירא שליט''א, הגה''צ דומ''ץ מונקאטש שליט''א, הגה''צ דומ''ץ בעלזא שליט''א, און נאך פילע רבנים ודיינים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ב מרחשון תשפ"ד11/6/2023
בילדער · 10
מעמד התחלת לימוד גמרא דורך די הונדערטער תלמידי כתה ד' פון די פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, פארגעקומען היינט פארמיטאג בבנין התלמוד תורה ווידער פאלאטשעק בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.