בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגי"ד ניסן תשפ"ד4/22/2024

בילדער · 9
מלכות'דיגע סדר טיש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פראכטפול אנגעגרייט אינעם נייעם גרויסן זאל בביתו נאוה קודש, מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די אריבער דריי הונדערט חתנים מאנ''ש וועלכע וועלן ווערן פלאצירט צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט בליל התקדש חג הפסח.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א ביים פארקויפן די חמץ איז ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הרחבת גבולי הקדושה בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
בנין הישיבות 'בנין בערקאוויטש' וביהמ''ד דקהלתינו הק' אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
באריכט פון די בוי ארבעט פונעם ריזיגן פריאעקט בנין האדיר והגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 באריכט קרן הבנין ירושלים, פסח תשפ''ד115 KB
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי שריפת חמץ פארענט פון ביהמ''ד הגדול.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי בדיקת חמץ בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר סנדר יעקב הלל גרינוואלד הי"ו.
ב"ר דוד צבי גראס הי"ו.
ב"ר פנחס אלעזר פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח און ארומגערעדט גאר שטארקע דברי אמונה אז דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די גאולה השלימה וואס גייט בקרוב זיין אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין עס צו זען במהרה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:55.

תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט אויפדערנאכט האט דער רבי מסדר געווען און נאך ארויסגעשיקט דעם לעצטן טייל צדקות פון קמחא דפסחא לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת טהרה שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אור אייניקל הב' אלימלך אשכנזי ני"ו בן הרה''ג ר' חיים הערש שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב, הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס מען ריפט דעם שבת שבת הגדול, אז דורך דעם וואס די אידן האבן מקבל געווען שבת סיי במעשה און סיי בדיבור האט מען גערעכנט די שלעכטע דיבורים פון די מצריים צו משלים זיין דעם זמן היציאה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אשר'ל מראפשיץ זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ערב פסח.

קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו (ב"פ). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו (אנטווערפען), דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו (מאנטרעאל). פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין.

עליות. כהן: ר' אפרים גאלדמאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. רביעי: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים אברהם קעסלער הי"ו.
ר' שלמה זלמן בר"ל עפשטיין הי"ו.
ר' ישי שטיין הי"ו.
ר' בנציון כ"ץ הי"ו.
ר' משה יודא הערשקאוויטש הי"ו.

שביעי: ר' יואל ברמ"א ניימאן הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה"ח ר' פנחס משה לאנדא הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב קעסלער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף עמרם מארקאוויטש הי"ו, מען האט געליינט נשיא כנהוג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמשון זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

מיטאג טיש האט דער רבי געפירט אינעם בנין פון מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די קינדער און אייניקלעך, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט נאנט, קינדל, און המן טאשן כנהוג אום שבת הגדול.
ביי די סעודה האט הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו אריינגעברענגט א געפילטע העלזל לכבוד די קידוש פון א אייניקל.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15. מנחה: הרה"ח ר' יחזקאל בראך הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אביגדור הערשקאוויטש שליט"א. כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו. לוי: הר"ר אלעזר רובינפעלד שליט"א. שלישי: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ דביהמ"ד בית שמואל בנימין. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט געפירט של''ס.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה א טעם פארוואס די שבת ווערט אנגערופן שבת הגדול און געטייטשט אז די אידן האבן זיך געדארפט מפריש זיין פון עבירות סיי פון די עצם עבירה און סיי אויף די צייט פון די עבירה, דורך שב''ק וואס די עבודה איז צו טוהן מצוות בשמחה האט עס מכפר געווען אויך ביידע און מען האט געקענט צוטרעטן צו הקרבת קרבן פסח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הר"ר הערשל טעלער שליט"א (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ג ניסן תשפ"ד4/21/2024

ווידיאו
ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה
מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקרית יואל בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"א ניסן תשפ"ד4/19/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל קארנבלי הי"ו.
ב"ר פנחס איידליס הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
באריכט
דאנערשטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' מאיר הערש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלי' גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל קליין הי"ו.
ב"ר יצחק אייזיק הלוי שווארץ הי"ו.
ב"ר יוסף זאב בר"א מויזקאפף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה"ג ר' יהוסף שווארטץ שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית בחדרו הפרטי.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל חתנו ר' מאיר משה גאנדעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אראפ אויפן אונטערשטן שטאק בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט קובע געווען די מזוזות אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק ביים גרויסן זאל וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חתנים וועלכע וועלן מיטהאלטן די געהויבענע לילי הסדר בצל הקודש.
דער רבי האט געמאכט די ברכה און קובע געווען די מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארויפגעלייגט די מזוזות אויף אלע אנדערע טירן, דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם צוגעבויטן פסח קאך צו קענען אהערשטעלן די סעודות, און דערביי געגעבן פארשידענע הוראות לקראת חג הפסח הבעל"ט.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.
ב"ר נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.
ב"ר יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל רייזמאן הי"ו.
ב"ר יצחק מנחם בערגער הי"ו.
ב"ר שלום שכנא לעוו הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צו די שמחת החאלאקע פון נכדו הילד מאיר בן חתנו הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און מאציל געווען מברכת קדשו, און דערנאך זיך געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

אין די מיטאג שעות האט דער רבי מסדר געווען די נדבות פון נגידי אנ"ש וועם דער רבי האט באשטייערט, אינעם סכום פון קרוב צו א מיליאון דאללאר פאר די גרויסע חלוקה פון קמחא דפסחא, וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר אלע אנשי שלומינו תושבי ארה"ק, און איז דארט פארטיילט געווארן מיטוואך פארנאכטס.
נאכמיטאג ארום 4:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש צו די פריוואטע שבע ברכות בחצרות קדשנו צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, ווי עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די מדריכים פון מפעל בית נאמן שע"י קר''י, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן עטליכע מדריכים ווי זיי האבן דערביי אנגעפרעגט פארשידענע שאלות בהשקפה, ובמנהג, אויף וואס דער רבי האט געענטפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די מדריכים מדריך זיין בדרך המסורה לנו און נישט זיך לאזן נאכשלעפן פון פרעמדע דרכים אשר אין רוח חכמים נוחה הימנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן, און מיט ברכת המזון מכבד געווען נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. מען האט געענדיגט ארום 6:50.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן צו די וועכנטליכע זמני כניסה אין וומסב''ג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
אזוי אויך איז פארגעקומען א קורצע אסיפה מיט הנהלת תורתך שעשועי איבער די פלענער פון די קומענדיגע לעצטע מסכת און דעם סיום כל הש"ס כלו וואס ווערט געפלאנט אויף חודש סיון שנת תשפ"ה הבעל"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'ווידער פאלאטשעק' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברי"פ ווייס הי"ו.
ב"ר נתן ברוינער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק והדרכה לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די באבע ע''ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברי''מ בלייך הי"ו - ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד בית בית שמואל אין שכונת דברי חיים צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, אינאיינעם מיט א סיום מס' סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די ביהמ''ד, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו אין שכונת זרע קודש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור תושבי השכונה, און משמיע געווען דברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס די שכונה איז א חלק פונעם עיר הקודש קרית יואל, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילד
פראכטפולע ארון קודש ווערט פארענדיגט לקראת חג הפסח הבעל"ט, אינעם היכל בית המדרש המפואר 'בנין געלבשטיין' שע"י קהלתינו הק' בוויליאמסבורג, מנדבת לבו פונעם פטרון ביהמ"ד בונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
לֹא נִתְּנוּ מוֹעַדִים לְיִשְרָאֵל אֶלָא כְּדֵי שֶיַעַסְקוּ בַּתּוֹרָה

קחו ברכה אל תוך בתיכם!

גליון "קול התאחדותינו מוגדל"
לכבוד חג הפסח שנת תשפ"ד לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ:
- מדור משולחן מלכים רבתי
מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
- מדור שיחות קודש
מרביה"ק בעל ברך משה זצוק"ל

עם מאמרים נפלאים פינת יקרת
בענין: סגולת חודש ניסן
בענין: סימני ליל הסדר
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א

בענין: פריסת יחץ
מאת הג"ר יואל שווארטץ שליט"א

בענין: מצה שרוי'ה
מאת הג"ר ברוך שטערן שליט"א

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

ועוד מאמרים יקרים, מלאים זיו ומפיקים, לכבוד החג מסודרים, עם אוצר מלא תוכן, בקורות עם ישראל לדורותם, 180 דפים של עונג יום טוב!
ַ
טעמו וראו כי טוב!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 פסח תשפ''ד חו''ל13.4 MB
ווייז פריערדיגע טעג