בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגד' מרחשון תשפ"א10/22/2020

באריכט
היינט איז פארגעקומען א ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר מאיר וועזל -ק"י

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
בן הרה"ג יוסף צבי בנעט שליט"א -ק"י
וב"ר מרדכי יחזקאל לעווי -ב"פ

נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור
נאכן תהילים שיעור זענען די בחורים אריבער שלום נעמען

רבינו שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביים חופה פון די מחותנים ר' ירחמיאל זאב פריעד -ק"י ר' חיים זאב מענדלאוויטש -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' משה פאלקאוויטש -ק"י ר' עמרם נתן פעלבערבוים -ק"י

מיטוואךג' מרחשון תשפ"א10/21/2020

באריכט
היינט איז פארגעקומען א ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר שמואל מאיר דייטש - ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר 3 בר מצוה בחורים צווישן אנדערע פאר הבחור החשוב בן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור שפעטער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שפיץ פונעם רבין ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה

נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף ברך משה אין ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם היכל הביהמ''ד מיט א קורת רוח דערנאך געלערנט בחדרו הפרטי מיטן חברותא
באריכט
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און בנו בכורו מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א ביי די לויה פונעם חשובען אימפארגעסליכע ראה"ק הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל ביידע מיט די זעלבע בקשה פון ר' מאיר זעליג ז"ל רייס איין רחמי שמים מען זאל נישט פארשפארן די בתי חינוך !!!

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין ק"י:
"..שטיי מיר יעצט און א שווערע זמן א זמן וואס די רעגורינג האט זיך פארלייגט אויף חינוך הבנים והבנות "בעטן מיר דעם חשובע נפטר גייסט ארויף אויפן עולם האמת טראגסט מיט זיך מיט אזויפיל שעות פון תורה עבודה גמ"ח זאלסט מעורר רחמי שמים זיין" אז מען זאל נישט צושטערן די חינוך הבנים והבנות ..זאלסט זיין א מליץ יושר פאר דיין אלמנה פאר דיין זיהן פאר דיין אייניקליך און פאר די גאנצע קהלה.."

מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א ביים מסע הלוי אין וומ"ס:
"..אבער בעיקר ווילן מיר בעטן, אונזער חשובע ראה"ק האט אסאך זכותים די טויערן פון הימל וועט זיך עפענען "ער וועט זעכער האבן א גרויסן כח צוצוגיין צום כסא הכבוד" און פאר די אלע צדיקים וואס ער האט געטיען לכבודם ולזכותם "זאל ער איינרייסן אז עס זאל שוין זיין השלם כל הקרבנות כולם מען האט שוין אזויפיל קרבנות געברענגט די לעצטע צייטן ..ר' מאיר זעליג האסט געבויעט בתי מדרשיות זעה אז סזאל זיין אפען זעה אז מזאל עס נישט פארשפארן האסט געבויט א בית רחל זעה אז די בית רחל זאל זיין אפען מזאל קענען קומען לערנען געהעריג ער האט געגעבן געלט פאר די ת"ת, מקואות זעה מען זאל עס קענען ניצן געהעריג.."
באריכט
מתוך הספדו של מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א לפני מיטתו של הרה"ח ר' מאיר זעליג ריספלער ז"ל -ראה"ק דקהלתינו הק'

"..מקומט זיך דא צוזאם אפגעבן דעם כבוד האחרון פאר אונזער חשובע ראה"ק ע"ה ווי איז נאך געווען אזא איינער אזא איד אינעם לעצטן דור וואס האט אזויפיל אויפגעטיען .."אבער מען קען זאגן אויף ר' מאיר זעליג סאיז געווען זמנים מאיז געשטאנען אין שווערע זמנים ביי אונז ר' מאיר זעליג איז געווען דער ערשטער וואס האט מיט זיין צדקות נישט געקענט צוקיקין די עוולה און איז צוגעקומען צום טאטע'ן זאל זיין געזינט בימים ההם און געגעבן גרויסע סכומים און נאכדעם האט ער אוועקגעשטעלט די מקום תורה וואס מהמיר פריער גערעדט (קרית ויואל משה -איחוד קאנטרי) די מקום נופש דארט אינדרויסן, כהנה וכהנה איז ער געווען די ראש וראשון וואס האט מחזק געווען און אוועקגעשטעלט אז עס זאל בלייבן לעולמי עד.."

דינסטאגב' מרחשון תשפ"א10/20/2020

באריכט
חדש ימינו כקדם

גרויס פרייד הערשט בין עמידי דגירסא דישיבתינו "מתיבתא הקדושה" ווען היינט נאכן דאווענען האבן תלמידי ישיבתינו זוכה געווען אז די ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט צוריק אנגעהויבן פארלערנען די טעגליכע תהילים שיעורים נאכן דאווענען
די תהילים שיעורים וואס געט אריין חיזוק און חיות פאר די בחורים וואס די רבי לערנט שוין פאר אין ישיבה פאר די לעצטע קרוב צו 25 יאר.

-און אין די לעצטערע תקופה בימי המגיפה האט די רבי נישט פארגעלערנט די תהילים שיעורים. ווי סליגט נאך אין די ביינער די לעצטע תהילים שיעור וואס די רבי האט געזאגט אפאר טאג נאך פורים בבכיות נוראות ווי די רבי האט זיך אויסגעדריקט בלש"ק:
"..כהאב געהאט זייער א שווערע נאכט כהאב נישט געקענט שלאפן כהאב געדארפט היינט אפשפארן 10,000 אידישע קינדער דא אין קרית יואל ...וואס לערנען תורה "סהאט מיר זייער צובראכן.."

און איז צוריק נתחדש געווארן היינט ווען נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א ארויף אויפן ארוה"ק שטייעדיגערהייט און אנגעהויבן אנהייב פונעם ספר תהילים צום צווייטן מאל -טראץ אלע טרדות הזמן וואס כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א טראגט האט דער רבי נישט געואלט אויפגעבן דער לעכטיגע שיעור וואס דער רבי טוט פארלערנען פאר דער באליבטע תלמידים הקרוים בנים מדי יום ביומו.

מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה

מאנטאגא' מרחשון תשפ"א10/19/2020

באריכט
היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר יואל מענדלאוויטש -ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר נפתלי יעקב גאטליב -ק"י
וב"ר שרגא חיים פעדער -ק"י
וב"ר יונה פריינד -ק"י
וב"ר יצחק טאמבור
וב"ר יואל גלאנצער

ביים אנקומען אין ישיבה האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א -ראש הישיבה געליינט די חתנים צעטליך פון די צענדליגע חתנים פון ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" וועלעכע זענען חתנים געווארען בימי בין הזמנים

ביים ליינען האבן 17 אויסלענדישע בחורים פון ישיבה גומל געבענטשט
נאכן דאווענען זענען די בחורים אריבער שלום נעמען פונעם רבי'ן -ראש הישיבה
-אן די הענט לאור המצב
באריכט
פתחו לי שערי צדק
היינט מאנטאג ר"ח חשון עפענען זיך אויף די טויערן פון די ישיבות גדולות ממוסדותינו הק'

ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" תו"י דרב"י דסאטמאר בנשיאות ראש הישיבה כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ווי סעפענט זיך אויף די 5'טע סניף אינערהאלב די מבצר הישיבות "סניף קדושת יואל" צו קענען אקאמאדירן די אריבער 1000 בחורים וועלעכע קומען פון אלע עקן וועלט לערנען אין די סאטמארע ישיבה גדולה
מי יעלה בהר ה'

ישיבה גדולה שיעור ד' בהנהלת הר''ר ארי דוב קארנבלי שליט"א -ראש הישיבה

ישיבה לצעירים בוויליאמסבורג בהנהלת מורינו הגה"צ אבד"ק ור"מ וומסב''ג שליט"א

ישיבה גדולה בארא פארק בהנהלת הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א -ראש הישיבה

איאיינעם וועלען לערנען אין די סאטמארע ישיבה גדולות אזויפיל ווי אריבער "טויזענט פינעף הונדערטער בחורים" כן ירבו

פרייטאגכ"ח תשרי תשפ"א10/16/2020

באריכט
ביים מסע הלוי פארנט פון בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל האבן מספיד געווען
הגאון הגדול מגדולי פוסקי דורינו דומ"ץ ק"י שליט"א
הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א בן כ"ק רבינו שליט"א -ווי די נפטר פלעגט זיין א מתפלל בבית מדרשו און מנדב געווען א עזרת נשים ספר תורה און נאך
הרה"ח ר' דוד עקשטיין ראהק דקהלתינו הק' קרית יואל בשם הנהלת הקהילה
הרה"ח ר' שלמה מיכאל מייער מנהל כולל שומרי
החומות
זיין שוואגער ר' יעקב מנחם דייטש אין נאמען פון די משפחה
הגה"צ ר' ארי דוב קארנבלי שליט"א ר"י שיעור ד'
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דערנאך האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
מלוה געווען די מיטה ביזן כולל ער איז געקומען לקבירה אין ביה"ח דקהילתינו סמוך ונראה לאוהל רבותינו הקדושים
=שנשמע ונשבשר בשורות טובות=
באריכט
ביים מסע הלוי פונעם אימפארגעסליכע ראה"ק ז"ל פארנט פון בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס האבן מספיד געווען
הרה"ח חיים הערש שווארץ הגה"צ ר' הירצקא צוויבל -ראה"כ וומ"ס
הגה"צ ר' ישראל דוד הארפענעס אב"ד ישראל והזמנים
מורינו הגה"צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט"א מיט לענגערע דברי הספד בבכיות נוראות
הגה"צ ר' שלום ט"ב דומ"ץ קרית ויואל משה
הרה"ח חיים אלעזר גראס בשם הנהלת הקהילה
הגה"צ אב"ד ב"פ שליט"א
הרה"ח בנימין ליכטענשטיין
בנו הרה"ח ר' פישל און נאך בני המשפחה
פון דארט איז די מיטה אנגעקומען צום בנין הת"ת אויף וויי"ט עוו. און פון דארט קיין קרית יואל

מורינו הגה"צ אבד"ק שליט"א האט באגלייט די מיטה ביז קרית יואל און זיך אויך באטייליטג ביים לוי אין קרית יואל.

מיטוואךכ"ו תשרי תשפ"א10/14/2020

באריכט
פונקן פייער אויסצוגן פון די דברי אלוקים חיים בבכיות נוראות עצומות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דרשת הושענא רבא

אנגעהויבן מיטן משל פונעם קדושת יו"ט זיע וואס רבותינו הק' זי"ע האבן זיך געפירט נאכצוזאגן
אויסשרייענדיג "היינט איז די לעצטע טאג מען קען נאך יעצט צוקומען צום באשעפער" אידישע קינדער דארפן ישועות רפואות צרכי עמך ישראל מרובים "ס'יעצט די גרעסטע און לעצטע געלעגענהייט" מקען נאך יעצט בעטן

"..אידישע קינדער בעטן דעם באשעפער אנא ה' הושיעה נא הייליגע באשעפער אונז בעטן זיך אנא ה' מען בעט די באשעפער הושיעה נא העלף אוי העלף אידישע קינדער צרכי עמך ישראל מרובים.."

"..קשה עלי פרידתכם ס'קשה עלי די אייבישטער זאגט סאיז מיר זייער שווער פרידתכם אז אידן קענען זיך נישט צוזאמקומען סטיט מיר וויי..."
"אידישע קינדער זאלן זיך קענען צוזאמקומען ברוב עם משמח זיין בשמחת התורה מקיים זיין די הקפות בשמחה רקידון של מצוה.."

"א יחיד קען נישט זאגן אלוקינו -אלוקינו איז א רבים "הושענא למענך אלוקינו מען זאל קענען זאגן אלוקינו" מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד מען זאל קענען מתפלל זיין
א ביטערע גזירה מען וויל אפשפארן בתי מדרשים נישט נאר בתי מדרשיות וויל מען אפשפארן מען וויל אפשפארן די ת"ת פאר יודישע קינדער

"..בראשית ר"ת ר'צה א'לוקים י'שמחו י'שראל ב'יום ש'מחת ת'ורה דאס איז די רצון ה' הושענא למענך אלוקינו אז מען זאל קענען טיען דעם רצון ה' מען זאל זיך קענען צוזאמקומען מען זאל נישט פארשטערן די יו"ט פון יודישע קינדער.."

..ואנחנו לא נדע וואס גייט זיין היינט וואס גייט זיין מארגן וואס גייט זיין קומענדיגע וואך אוי ווי וועל מיר זיין די קומענדיגע שבת אוי וויי ווי וועט זיין די קינדער קומענדיגע וואך..
הושענא למענך אלוקינו

"..די תורה ווערט אנגערופן תורת אמת 'נאר מיט די תורה קען מען צורייסן און בייקומען די שטן' לאמיר זיך מקבל זיין מער לערנען מער זיך מגיע זיין מיט די הייליגע תורה.."
הושענא למען אמיתך

הושענא למען בריתך "..די אייבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער און זכות פון די תורה וואס ווערט אנגערופן ברית אז ס'איז באשערט פאר איינעם עונשין זאל ער עס אפקומען גרינג מיט די תורה.."

"..אידן זענען כלפי השית בעל כאשה איינע פון די חיובי בעל לאשה איז צו שפייזן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו געבן פרנסה בהרחבה נאך איינע פון די חיובי בעל לאשה צו אויסהיילן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו משפיע זיין רפואות פאר כלל ישראל.."
באריכט
שטייענדיג שוין אפאר טאג נאך די הייליגע צווייטע טעג יו"ט קען מען זיך שוין אביסל צוזאמנעמען די מוחות און פראובירען אביסל ארויסברענגען די הרגשים וואס רבבות אלופי אלפי ישראל האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די לעכטיגע טעג בצל הקודש פון אבינו רועינו עט"ר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וואס דיו אילו ימי איז דאס נישט מעגליך צו ארויסברענגען
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזעלעכע הייליגע טעג המשלשים בשלש קדושת לקדוש פון דריי מעת לעת'ן הושענא רבא שמיני עצרת שמחת תורה בשמחת התורה ושמחה של מצוה בהתרוממות הנפש ומה נעים גורלינו צו זיין בצילא קדישא פון צדיק כתמר און זוכה געווען צו שעפן מבאר מים חיים און זיך דערווארעמט אויף אגאנץ יאר ומה יפה ירושתינו די אנדערע טעג יו"ט שירושה לנו מרבותינו הק' בקרתא דשופריא קרית יואל מקום שהתפללו בו רבותינו הקדושים ואשרי עין ראתה קהל קדושים רוגשים כולם כאחד די שמחה של מצוה און אהיים מלא וגדוש מיט השפעות טובות בגשמיות וברוחניות ויהא רעוא אז די רשימא קדישא זאל בלייבן איינגעקריצט לעד ולנצח דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים ויתר מה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

הושענא רבא צווישען מנחה און מעריב האט די רבי אויפגענומען די געסט מעבר לים בחדרי הפרטי בביהמ"ד הגדול פאר א לענגערע צייט נאך משנה תורה איז פארגעקומען די התרוממת'דיגע טיש ווי מען האט געזינגען ניגוני ימים נוראים בהשתפחות הנפש ביי די לחיים נאך די זיפ האט די רבי געזאגט ''..מען דארף האבן רחמי שמים מען זאל אונז נישט פארשטערן די יו"ט ס'דא א גזירה ח"ו מען האט זיך נישט געקענט אזאנס פארשטעלן אין דעי מדינה אבער די ייטב פנים זאגט אז סאיז גרינג פטור צו ווערן פון א בעל בחירה אויב סאיז א גוי אויב האט מען צוטיען מיט ערלים איז גרינג צו ווערן פטור..'' ומסיים געווען בברכות קדשו
הו"ר צופרי איז די רבי אריין אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און קיטל און קאפל מרבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע ווי די רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש הלל און די נענועים ברגשי קודש דערנאך האט די רבי אנגעהויבן די דברי אלוקים חיים דרשת הושענא רבא בבכיות נוראות די התעוררות און בכיות פונעם ציבור האלפים האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמד -זעט עקסטערע באריכט פון די תוכן דב"ק דברי כבושין דרשת הושענא רבא-
צווישען די הושענות האט געבלאזן שופר מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א

ליל שמיני עצרת ביים אריינקומען איז די רבי צוגעגאנגען צו די ווינקיל מיוחד פאר די חברי אהבת קדומים און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט
אתה הראת 8:20 די רבי האט ארומגעטאנצען ארום די גאנצע ביהמ"ד אויך אין די נייע פליגלען מגדל עוז שם ה' ובו יריץ צדיק ונשגב בפרט ביי די 6'טע און 7'טע הקפה מען האט געענדיגט 11:15
די רבי האט זיך אויסגעדרייט צו אלע זייטן פון ביהמ"ד און געווינטשען גוט שבת גוט יו"ט ויענו כל העם און צוריק געווינטשען פארן רבי'ן

יום שמיני עצרת שחרית איז צוגעגאנגען מורינו כ"ק הגה"צ אב"ד וומ"ס שליט"א
הלל איז די רבי צוגעגאנגען.
צו יזכור איז די רבי אריינגעקומען אנגעטיען מיטן קיטל און זילבערנע קאפל נאך יזכור איז געווען א הפסקה עס זאל נישט צוקומען צו קיין סכנת נפשות די רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד תפילות גשם און משפיע געווען פרנסה
נאכן דאווענען האט די רבי געמאכט קידוש אינעם סוכה צום סוף פון די תורה האט די רבי געווינטשען "די אייבערשטער זאל העלפן לחיים ולא למות לשובע ולא לרזון לברכה ולא לקללה מען זאל נישט צושטערן דעם יו"ט"

ביים מיטאג טיש האבן מיטגעגעסן די אייניקליך פון רבינו הקוה"ט זי"ע בעל ברך משה

נאכמיטאג איז פארגעקומען של"ש -געזעגענען פון די סוכה "עפל טיש" די רבי האט טועם געווען פון די עפל פארן זמן נאכן בענטשען געווארפן די עפל כנהוג נאכדעם האט די רבי אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק דריי מאל לשנה הבאה בירושלים די רבי האט אנגעהויבן טאנצן בעוז ותעצומות בשמחה של מצוה ארויס פון די סוכה אנגעליינט אויף די קינדער בנו בכורו מורינו הגה"צ די רב שליט"א און אויף הגה"צ ר' חיים הערש אב"ד סיגוט -אריין אין ביהמ"ד און ארום געטאנצן

ליל שמ"ת 12:20 איז די רבי אריין צו מעריב אתה הראת 1:05
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה צווישען אנדערע האט די רבי דערמאנט א מעשה "ר' ישעילע טשחויבער א זוהן פון הייליגן דברי חיים איז אמאל נישט געזונט געווען ער איז געווען זייער קראנק
איין נאכט האט אים אכטונג געגעבן ר' יושעלע בעלזער און אינמיטן נאכט איז אים געווארן זייער נישט גוט און ער האט געחלומעט ווי ער זעט זיין טאטן און ער גיט אים צו שמעקן פון א עפל און ס'איז אים געווארן אסאך בעסער און אויסגעפירט מיט א קול געשטיקט פון טרערן "אונז דארף מיר אסאך עפלעך"
אויך האט די רבי דערמאנט די זוהר הק' אז די אבות קומען אראפ פון גן עדן און ברענגען אראפ ישיעות און
אויסגעפירט "..אונז זעמיר באותו מקום ווי די פעטער ז"ל (רבינו הקוה"ט בעל ד"י זי"ע) האט געפירט די הקפות די לעצטע יאר בחייוו מי בעל דברים יוגש אליו אלי''ו ר"ת זיין הייליגע נאמען ער געפינט זיך דא מען קען זיך אלעס אויסבעטען.." ביים סוף פון די 7'טע הקפה האט די רבי מקיף געווען די בימה די פארקערטע וועג ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ד"י זי"ע ביי א הכנסת ס"ת
מען האט געענדיגט 5:20 קרוב לעלות די רבי האט אויסגערופען "יעדער קען עסן"

יום שמ"ת שחרית 10:55 אתה הראת 1:15
צווישען די הקדמות און הקפות האט די רבי געזאגט תורה במשך די הקפות האט מען געזינגען די שיר החרדים בהתעוררות רב ביי די 3'טע הקפה האט די רבי מכבד געווען אלע מלמדי תשב"ר צו האלטן די ספרי תורות און ביי די 4'טע הקפה די אייניקלעך פון רביה"ק זי"ע
ינועו אמות הסיפים אשרי עין ראתה ביי די 6'טע הקפה ווי די רבי מאכט די נענועים מיט די ס"ת און ווי די עולם הייבט זיך בשעת די רבי הייבט אויף די תורה צו מעלה ביי די 7'טע הקפה ווי די רבי גייט ארויף אויפן בומה טאנצן מיט די תורה
טראץ וואס מען האט אנגעהויבן פריער ווי געווענליך האט מען אבער געענדיגט א שעה שפעטער ווי געווענליך אום 6:20
ביים ליינען האט די רבי געמאכט א מי שברך פאר הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער

אום 9:10 איז די רבי אריינגעקומען צום נעילת החג ביי די לחיים נאך די פיש האט די רבי געזאגט "..מען דארף דאנקן און לויבן דעם הייליגן באשעפער אז מען האט נישט געהאט קיין צישטערטן יו"ט ירוץ עבדך כמו איל דאס אז מען האט געקענט טאנצן נשתחוה אל מול הדריך אויף דעם אליינס דארף מען דאנקען איך פרעזענליך אז כהאב געקענט טאנצן און דער גאנצע עולם די אייבערשטער זאל העלפן סגעווען א פרייליכע יוט סזאל קומען א פרייליכע יאר.."
נאך הבדלה איז פארגעקומען די מעמד ברכות הקודש אין ביהמ"ד הגדול לאור המצב ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש וחסידים היו מרקדין מען האט אנגעהויבן טאנצן חסדי ה' כי לא תמנו אז די יוט איז אדורך אומגעשטערט און נאך נגוני שמחה און די רבי האט געווינטשען ברכות קדשו.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו
באריכט
הושענא רבא איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר פישל סופר -ק"י
וב"ר בנציון מנחם פריינד -ק"י
וב"ר משה שעהנברוין -ק"י
שמיני עצרת איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר אברהם מרדכי וועבער -ק"י

ליל שבת שמיני עצרת איז פארגעקומען די שלום זכר ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת השלחן הטהור פאר ב"ר דוד יודא פעלדמאן -ק"י

שב"ק שמיני עצרת איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת ביי
ר' יושע גאלדבערגער -וומ"ס
ר' ישעי וויינבערגער -ק"י
ר' ברוך סטרולאוויטש -ק"י

מאנטאגכ"ד תשרי תשפ"א10/12/2020

באריכט
מאנטאג בראשית

"..אידן זענען כלפי השית בעל כאשה איינע פון די חיובי בעל לאשה איז צו שפייזן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו געבן פרנסה בהרחבה נאך איינע פון די חיובי בעל לאשה צו אויסהיילן די פרוי מילא איז השי"ת מחיוב צו משפיע זיין רפואות פאר כלל ישראל.."

הושענא למען בריתך "..די אייבערשטער זאל העלפן אידישע קינדער און זכות פון די תורה וואס ווערט אנגערופן ברית אז ס'איז באשערט פאר איינעם עונשין זאל ער עס אפקומען גרינג מיט די תורה.."

"..די תורה ווערט אנגערופן תורת אמת 'נאר מיט די תורה קען מען צורייסן און בייקומען די שטן' לאמיר זיך מקבל זיין מער לערנען מער זיך מגיע זיין מיט די הייליגע תורה.."
הושענא למען אמיתך

..ואנחנו לא נדע וואס גייט זיין היינט וואס גייט זיין מארגן וואס גייט זיין קומענדיגע וואך אוי ווי וועל מיר זיין די קומענדיגע שבת אוי וויי ווי וועט זיין די קינדער קומענדיגע וואך..
הושענא למענך אלוקינו

"..בראשית ר"ת ר'צה א'לוקים י'שמחו י'שראל ב'יום ש'מחת ת'ורה דאס איז די רצון ה' הושענא למענך אלוקינו אז מען זאל קענען טיען דעם רצון ה' מען זאל זיך קענען צוזאמקומען מען זאל נישט פארשטערן די יו"ט פון יודישע קינדער.."

"א יחיד קען נישט זאגן אלוקינו -אלוקינו איז א רבים "הושענא למענך אלוקינו מען זאל קענען זאגן אלוקינו" מען זאל קענען קומען אין ביהמ"ד מען זאל קענען מתפלל זיין
א ביטערע גזירה מען וויל אפשפארן בתי מדרשים נישט נאר בתי מדרשיות וויל מען אפשפארן מען וויל אפשפארן די ת"ת פאר יודישע קינדער

"..קשה עלי פרידתכם ס'קשה עלי די אייבישטער זאגט סאיז מיר זייער שווער פרידתכם אז אידן קענען זיך נישט צוזאמקומען סטיט מיר וויי..."
"אידישע קינדער זאלן זיך קענען צוזאמקומען ברוב עם משמח זיין בשמחת התורה מקיים זיין די הקפות בשמחה רקידון של מצוה.."

"..אידישע קינדער בעטן דעם באשעפער אנא ה' הושיעה נא הייליגע באשעפער אונז בעטן זיך אנא ה' מען בעט די באשעפער הושיעה נא העלף אוי העלף אידישע קינדער צרכי עמך ישראל מרובים.."

אנגעהויבן מיטן משל פונעם קדושת יו"ט זי"ע וואס רבותינו הק' זי"ע האבן זיך געפירט נאכצוזאגן
אויסשרייענדיג "היינט איז די לעצטע טאג מען קען נאך יעצט צוקומען צום באשעפער" אידישע קינדער דארפן ישועות רפואות צרכי עמך ישראל מרובים "ס'יעצט די גרעסטע און לעצטע געלעגענהייט" מקען נאך יעצט בעטן

פונקן פייער אויסצוגן פון די דברי אלוקים חיים בבכיות נוראות עצומות פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דרשת הושענא רבא

יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
היינט און די נאכמיטאג שעות האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויסגעלאזט קיין פארשעי ווי די רבי וועט וויילען אויף מנוחת הנפש די קומענדיגע וואך

פארן דאווענען האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יואל ווערטהיימער- ק"י
וב"ר אברהם גאלדבערגער-ק"י
וב"ר יוסף עסטרייכער -וומ"ס
וב"ר אברהם יואל לעפפלער -וומ"ס
וב"ר נפתלי הערצקא פריעדמאן -וומ"ס
וב"ר שלום יוסף לעווי- ק"י
וב"ר יעקב יוסף האפפמאן -ק"י >>>

<<< וב"ר יואל פארגעס -ק"י
וב"ר שואל פריעדמאן -וומ"ס
וב"ר יוחנן מאנן -ק"י
וב"ר יצחק אליהו ביטמאן -טאהש
וב"ר מרדכי קאהן -ק"י

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים אין די נייע דרום פליגל אין ביהמ"ד

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר דוד לעווי -ק"י
נאכן דאווענן איז פארגעקומען די ברית פאר ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן -ק"י מנהל מערכת קול סאטמאר

היינט נאכן דאווענען זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בחדרו הפרטי בביהמ"ד הגדול די אויסלענדישע געסט זיך געזעגענען

פאר הזכרות קען מען רופען דעם הויז בחור אויף
917-378-3387

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"א תשרי תשפ"א10/9/2020

באריכט
פרייטאג כ"א תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

הוק-אפ נומערן צו קענען מיטהאלטן היינט הושענא רבא די פייערדיגע דברי אלוקים חיים דרשת הושענא רבא פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
-ווי עס איז צוגעשטעלט געווארען טויזענטער ליינ'ס פאר אנ"ש איבער די גארער וועלט דורך קול סאטמאר-
339-207-8688
712-432-1001 #425354354

לשמוע את דבר ה'

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברי אלוקים חיים דברי כבושין דרשת הושענא רבא

"רפואת הגוף" גימאטריא "תשפ"א"

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א היינט ביי די דברי כבושין בבכיות נוראות דרשת הושענא רבא

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ' תשרי תשפ"א10/8/2020

באריכט
זמנים הושענא רבא בקרב קהלתינו הק' וומ"ס ברוב עם הדרת מלך און שפיץ פון מורינו כ"ק הגה"צ די רב שליט"א
קריאת משנה תורה 9:30
אמירת תהילים 12:45
נאכדעם וועט זיך מורינו הגה"צ די רב שליט"א ארויסלאזן קיין קרית יואל וויילן בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

נאך משנה תורה בקרב קהלתינו הקדושה וויליאמסבורג וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע סעודה פארן גאנצן ציבור אינעם סוכה הגדולה שע"י הביהמ"ד הגדול ווי מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א וועט פירן און אויפטרעטן מיט דב"ק דברי כבושין לכבוד הושענא רבא

מיטוואךי"ט תשרי תשפ"א10/7/2020

באריכט
מיטוואך י"ט תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם
היינט קומט פאר די מעמד הגדול מודה אני לרגל די באפרייאונג פון הרה"ח בעל מסירות נפש ר' מרדכי יצחק סאמעט מחשובי אנ"ש תושבי ק"י אין בית מדרשינו הגדול אין קרית יואל

היינט ארום 5:00 נאכמיטאג וועט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפטרעטן מיט דברות קודש בביתו נאוה קודש פאר די צענדליגע בחורי חמד תושבי ארה"ק וועלעכע זענען געקומען וויילען בצל הקודש אויף חודש תשרי

מפעל חיינו דקהלתינו הק' ק"י שטעלט צו היינט דאנערשטאג א גאר רייכע דרשת הכנה צו די הייליגע הקפות בפרט אין די שיר קודש פונעם חרדים כהוראת הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים דרשת שבת שובה
דורך הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט -וומ"ס
8:45 צופרי אין ביהמ"ד הגדול

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ח תשרי תשפ"א10/6/2020

באריכט
דינסטאג י"ח תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רחמים שאלו !!
לש"ק מכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א נעכטן ביים עריכת השלחן הטהור
"..ס'הערשט א סכנה אז די רעגורונג אינסטאנסאן זאל אפשפארן בתי מדרשיות אפשפארן ישיבות פארשפארן די תלמיד תורות די בתי חינוך לבנות.."

כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו -מאנטריאל שליט"א האט געוויילט די ערשטע טעג יו"ט בצל הקודש פון גיסו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בביהמ"ד הגדול בקרית יואל

דעם ערשטן טאג יו"ט -שב"ק איז פארגעקומען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א די קריאת השם לרגל הולדת הבת אצל הר"ר יעקב מארקאוויטש

דעם ערשטן טאג יו"ט ליל שב"ק איז פארגעקומען די שלום זכור ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת השלחן הטהור
בן הנולד אצל נכדו הרה"ג מנחם שלמה אשכנזי
וב"ר אהרן יוסף בערגער
וב"ר אברהם מרדכי וועבער
וב"ר פישל סופר

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
"..אידישע קינדער דארפן האבן רחמי שמים מדארף נישט צו זאגן יעדער איינער ווייסט די מצב אויף דער וועלט ס'ליידער דא א ביטערע מחלה וואס ס'גייט ארום מ'האט געמיינט מ'האט געהאפט מ'האט מתפלל געווען אז דעי מחלה זאל אפגעטוען ווערן פון כלל ישראל

-ס'געווען א שטיק צייט א פארבעסערונג אידישע קינדער האבן געדאנקט דעם הייליגן באשעפער פאר די חסדי שמים-

אבער ווי מען זעהט יעצט די מצב 'די תפילה און בקשה אבינו מלכינו מנע מגיפה מנחלתיך אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמיך' זייער א הייליגע תפילה און זייער א וויכטיגע תפילה א בקשה צום הייליגן באשעפער דער רופי חולי ישראל ער זאל זעהן אז יודישע קינדער זאלן זיין געזונט
באריכט
"מהאמיר געמוזט מבטל זיין -סגעווען געפלאנט אויף מארגן זייער א שיינע מעמד פון א הייליגע מצוה פון "ראשית הגז זרוע לחיים והקיבה" א זעלטענע מצוה מהאט עס געוואלט מקיים זיין ברוב עם הדרת מלך במעמד א ציבור פון אידישע קינדער וואס פרייען זיך במצוות השם

סוואלט געווען א שמחת יו"ט פאר אסאך אידן
-אבער צוליב דעם מצב וואס מזעהט א גרויסע הקפדה פון די רעגורונג האט מען נישט געהאט קיין ברירה "און מען האט מחליט געווען אז מען וועט עס אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט" דעס קען מען אפשטיפען אויף א צווייטע געלעגענהייט.

מאנטאגי"ז תשרי תשפ"א10/5/2020

באריכט
מאנטאג י"ז תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אסיפה פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בנוגע המצב המגיפה

האף מיר אבער בעז"ה אז די תפילות ישראל הושענא רבא שמינו עצרת און שמחת תורה זאל אדורך גיין אומגעשטערט

די אייבערשטער זאל העלפן ער זאל מקבל זיין די תפילות ישראל בכל מקום שהם אלע אידישע קינדער זאלן זיין געזונט און דעי וואס זענען נישט געזונט זאלען האבן א רפו"ש מזאל מיר אלע זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה א גוט געבענטשט יאר א שנת גאולה וישועה בביאת גואל צדק בב"א

ס'איז אביסל פארשטערט די יו"ט אז מען קען זיך נישט צוזאמ-קומען לכבוד די אישפוזין פון משה רבינו סאיז ווייטאגליך מדארף אבער דאנקען די באשעפער אז מען קען זיין אינדערהיים און מאיז געזונט און מהאט א שמחת יו"ט אינדערהיים

מהאמיר נישט געהאט קיין ברירה מהאט געמוזט ליידער מבטל זיין היי יאר די שמחת בית השואבה לכבוד די אישפוזין עילאון היינט און מארגן און איבער מארגן

"ס'הערשט א סכנה אז די רעגורונג אינסטאנסאן זאל אפשפארן בתי מדרשיות אפשפארן ישיבות פארשפארן די תלמיד תורות די בתי חינוך לבנות"

אונז זענען נאך יעצט און א מצב פון "לעולם יקדים אדם תפילה לצרה"

מקען נאך יעצט מתפלל זיין און מען דארף מתפלל זיין אויף דעם סזאל נישט צוקומען צו דעם אז די רעגורונג זאל אפשפארן בתי מדרשות ישיבות ת"ת בתי חינוך
אידישע קינדער זאלן קענען דאווענען כראוי די חיצונים זאלן נישט קענען מעכב זיין תפילות ישראל מדארף אסאך מתפלל זיין אויף דעם

דברות קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת שלחן הטהור אישפוזא דמשה בסוכה שע"י בביתו נאוה קודש וואס איז מיטגעהאלטן דורך אלפי אנ"ש דורך א לייוו הוק-אפ

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ד תשרי תשפ"א10/2/2020

באריכט
פרייטאג י"ד תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר יואל בר"מ גראס -ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י

נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אויסקליבן ערבות בחדרו הפרטי לחג הסוכות הבעל"ט אין עס אהיים געטראגן לביתו נאוה קודש

ערב חג הסוכות זמן שמחתינו

מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנ"ש די באפרייאונג פון הרבני הנכבד ר' אלעזר אלימלך פארגעס עסקן גדול בקרב מוסדותינו הק' וומ"ס
וועלעכע איז ליידער געפאלן א קרבן מיט די לעגאלע פראבלעמען ממוסדותינו הק' וומ"ס די פארגאנגענע יארן

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
ליל שב"ק אושפיזא דאברהם וועט פארקומען די שמחת שלום זכור פון א איר אייניקל ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א חדב"ן
קומט פאר בצל הקודש אין סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול ק"י
שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ג תשרי תשפ"א10/1/2020

באריכט
דאנערשטאג י"ג תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אין דעי טעג האט זיך געווינטשען ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א גיסו האדמו"ר מבעלזא

פארגאנגענעם י"ג מידות האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אנגערופן כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א און געוואונטשן א ברכת השנה, דער רבי שליט"א האט ווארעם צוריקגעוואונטשן

פארגאנגענעם י"ג מידות האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגערופן גיסו כ"ק הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א און אנגעוואונטשן א ברכת השנה, ס'איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר יואל ב"ר י''מ לאנדא- ק"י
ב"ר שלום גאלדמאן ק"י

דערווייל וועלן מיר נישט שיקן קיין בילדער בחצרות קדשינו פון די עולם לאור המצב וכפי רצון קדשו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
ודי למיבן

נעכטן האבן זיך פארהערט ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א קרוב צו 200 תלמידים פון תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בק"י וואס האבן געענדיגט "גאנץ מס' קידושין"
אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ב תשרי תשפ"א9/30/2020

באריכט
מיטוואך י"ב תשרי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית'ן ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש
וב"ר שמעון סעגעדין

פארן דאווענען האט זיך כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א צוגעקוקט ביים שיעור וואס איז פארגעלערנט געווארן דורך מפעל חיינו שיעורי הכנה לחג הסוכות ווי די רבי האט שטארק הנאה געהאט פון דער פעולות להרמת קרן התורה לכבוד יו"ט
מגי"ש ביים שיעור הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א ראה"כ מבצר הכוללים

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר די בחורים
ב"ר ליפא ווייס - ב"פ
ב"ר עזריאל מאיר קאהן - וומ"ס

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
עס איז געבוירן געווארן א איר אייניקיל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בן לנכדו הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק ק"י שליט"א -חדב"ן וחתן הגה"צ בערזאשאנע רב שליט"א
שישו ושמחו בשמחת רבינו

יום הקדוש איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר ישעי לעבאוויטש

יום הקדוש איז פארגעקומען די קריאת השם ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת הבת ביי ר' משולם ראזענגער

ביים טיש מוצאי יו"ט במעמד רבבות אלפי אנ"ש
ביים לחיים האט די רבי געווינטשען "..א גוט געבענטשט יאר פאר גאנץ כלל ישראל די תפילות זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון כל מילי דמיטב בני חי' מזוני רויחי וס"ד.." מיט בענטשען האט די רבי מכבד געווען בנו בכורו מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א

6:40 האט מען אנגעהויבן נעילה נישטא קיין ווערטער צו שרייבן די געהויבענע געפילן בשעת ווען די רבי האט אויסגעשריגן דעם "שמע ישראל" "ברוך שם" "ה' הוא האלוקים" "ה' מלך" "לשנה הבאה בירושלים" מען האט געענדיגט 8:06

ביי מנחה האט די רבי געמאכט א מי שברך פארן ראה"ק הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו

תהיו לב פסע ופניו לקודש ומתפלל אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת קהל עדותינו עליך יסמוכו ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת די עבודת הקודש פונעם כהן גדול בדורינו ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש

ובכן צדיקים יראו וישמחו
די רקידי קודש ביים שטיקל ובכן צדיקים און ביי די קדישים נאכן דאווענען למעלה מהשגתינו

נאכן דרשה האט די רבי געזאגט וידוי מיטן גאנצן ציבור
נאך כל נדרי איז די רבי נישט ארום מיט די ספר תורה די רבינ"ס אייניקליך זענען ארום מיט די ס"ת אינעם ביהמ"ד
נאך מעריב האט די רבי געווינטשען פארן ציבור אויפן ארון קודש א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר

ביים מפייס זיין די תורה האט די רבי מחזק געווען "..דאס יאר וועט די תורה הקדושה ארויפגיין און מיליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער אז אפילו און די שווערסטע מצבים האבן אידין עוסק געווען בתורה און געדאווענט אין די פרעסטן און ווינטין.."

און אויסגעפירט בבכיות נוראות אז מען דארף רחמי שמים מען זאל נישט נאכאמאל פארשפארן די ת"ת
און מסיים געווען בברכות קדשו

ביי די פייערדיגע כל נדרי דרשה האט די רבי ארויסגעברענגט צווישן אנדערע בבכיות נוראות מ'טיט אן א קיטל מעורר זיין לתשובה אז א מענטש לעבט נישט אויף אייביג "פאריאר זענען געווען דא אין ביהמ"ד און אין אנדערע בתי מדרשים אידן אויך אנגעטוען א קיטל שוה במראה ובקומה>>>

<<< דאס יאר זענען זיי אין זייער אייגענע קיטל"

"..מדארף רחמי שמים מרובים די מגיפה איז נאכנישט אוועקגעגאנגען.."

ויברך אהרן את העם
מה נהדר היה המראה ווען שווערע הונדערטער אנ"ש אנשים זקנים אברכים ובחורי חמד שטייען נאכן טיש מיט א דערהויבענקייט אריינגיין אל הקודש פנימה באקומען א ברכה פונעם צדיק הדור ערב יום הקדוש

וואס האט זיך פארצויגן פאר אריבער א אנדערהאלבן שעה פון חדרו הפרטי פונעם רבין ביז ארויס אנפאנג פון די הופער גאס

די עריכת שלחן הטהור ערב יום הקדוש די התעוררות פון די טויזענטער אנ"ש פון זעהן דעם פנים פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ופניו דומה למלאך ה' ובפרט ביי די בכיות ביי די נגונים

ובעיקר די בכיות נוראות ווען די רבי האט פארגעזינגן דעם פזמון "ירצה צום עמך" ווי די רבי בעט זיך בבכיות נוראות
..חנון חון עמך אשר לשמך הוא מאמין..
..קרב ושמע רנתי לזעקתי תפתח שער..
..וצל קרתך באו בנים אשר נרגשו..
..מחר יהיה האות הזה..

די געהויבענע געפילען פון די טויזענטער אנ"ש וואס האבן געהאט די זכיה צו זיין בצל הקודש פון אבינו רועינו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם יום הקדוש בקרב קהלתינו הק וויליאמסבורג איז נישט מעגליך אראפצולייגן

די התעוררותדיגע טיש ערב יו"כ
די הייליגע דערהויבענע תפילות
די דברות קודש מלהבות אש ביי כל נדרי און ביי די טישן
די יום טוב'דיבע טיש מוצאי יו"ט

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג