בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

דאנערשטאגי"ד תמוז תשפ"ה7/10/2025

באריכט
דינסטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר דייטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזישיקוב גאס בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה - מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ווייזער הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה אינעם ביהמ"ד שע"י בית השחיטה פאר די שוחטים ובודקים והעוסקים במלאכת הקודש, ווי דער רבי האט זיי געזאגט דברי חיזוק והדרכה. אהנגהויבן מיט דברי שבח אויפ'ן בית השחיטה וועלכע האט זיך געעפנט מיטן ציהל צו קענען אהערשטעלן כשר פלייש אויפן העכסטן סטאנדארט פאר אידן מדקדקים בכשרות איבעראל, און תלי"ת האט עס מצליח געווען און האלט שוין אן פאר קרוב צו 25 יאר כולן שוין לטובה צושטעלנדיג פלייש מיט אלע חומרות והידורים, וואס רוב דערפון איז ב"ה במשך השנים געווארן א סטאנדארט אויך אין אנדערע מקומות השחיטה. דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שוחטים ובודקים האבן דאס אהערצושטעלן, און די שטארקע אחריות וואס יעדע שוחט ובודק דארף האבן אין אלע תחומי החיים, מקפיד צו זיין אפי' אויף חומרות אין זייער טאג טעגליכן לעבן. דער רבי האט ארויסגעברענגט די נאכאנאנדע וואוקס פונעם בית השחיטה, און ווי עס פארברייטערט זיך שטארק אין די לעצטערע יארן אויף א פארנעם וואס מהאט זיך קיינמאל נישט געגלייבט, דעריבער האט דער רבי מחליט געווען ממנה צו זיין די "רבני ועד הכשרות דקרית יואל" ארויסהעלפן לימין קדשו, ואלה מוסף על הראשונים, ארויס צו העלפן אנצוהאלטן דעם כשרות סטאנדארט ביתר שאת וביתר עוז. און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו אז מ'זאל ווייטער קענען מרבה זיין כשרות ביי אידידע קינדער און א ברכת הקודש פערזענדליך פאר די שוחטים און בודקים און פאר די הנהלת בית השחיטה.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לכבוד נשואי נכדו למז"ט, החתן בן לבנו הרה"ג ר' יעקב אלעזר ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה,
עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און עקסטער פארן זיידן הרה"ח ר' יושע הי"ו לרפו"ש וגמורה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

אום 7.15 איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. ארום 8:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00 אזייגער, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

מיטוואך פרשת בלק

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר ישעי' יודא בערקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יחזקאל יודא גליק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט זיין טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. און דאן איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין דו ישיבות סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר יצחק ווידער הי"ו און הרה"ח ר' יואל חיים משה מיללער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן זאב גלויבער הי"ו און הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יעקב שטערן הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה גאנץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז דער רבי אריין אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי עס זענען אנוועזנד געווען פילע בחורים פון אלע סניפי הישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים 'פקודת הקודש' קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדותינו הק'.

דער רבי האט געהערט א באריכט פון די הנהלת המוסדות און משמיע געווען ברכת הקודש און פארטיילט פאר די גבאים א סעט חידושי תורה מהר"י ט"ב - מסיבות, און פאר אלע בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - סוגיות.

רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו און הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' בנימין כהן הי"ו און הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א - גאב"ד מירון,
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע תיקונים וואס מען מאכט צו מוסיף זיין בקדושת המקום באתרא קדישא מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט שטארקע געגועין פונעם גרויסן שבת אין מירון - שבת פקודי תשע"ו, און די גרויסע השתוקקות צום בעפארשטייענדן גרויסן שבת קודש פ' תולדות הבעל"ט וואס רבינו שליט"א וועט פראווענען באתרא קדישא אין מירון סמוך ונראה צום ציון המציינת פונעם תנא אלוקי רשב"י.
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו מ'זאל קענען ממשיך זיין און שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דינסטאגי"ב תמוז תשפ"ה7/8/2025

באריכט
מאנטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף מענדל כהנא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די פארשארפטע גזירות הגיוס בארה"ק, און שטארק מחזק געווען אחב"י תושבי ארה"ק צו שטיין כחומה בצורה און אדורכמאכן די ביטערע גזירה בסייעתא דשמיא אזוי ווי מען איז אדורך אלע שווערע גזירות במשך דעם לאנגן גלות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בחדרו הפרטי לרגל די שמחת סיום הש"ס דורך הבה"ח אליקים יודא ב"ר אליעזר ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ממציוני תלמידי הישיבה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יעקב פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ליפא גוטמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברד"ל גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' ליפא סאנדעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' חיים שלמה אקערמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר איתמר טובי' ווידער שליט"א און הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א - מו"ץ קרית יואל.
און פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל יונתן עג'מי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א מאסרי הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקו"פ א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ג ר' יואל פארקאש שליט"א - רב דביהמ"ד עבודת אהרן בשכונת דזשעפערסאן אין קרית יואל המורחבת, האט מנדב געווען א שטח צו קענען בויען א מקוה טהרה דקהלתינו הק' אין שכונת דזשעפערסאן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שכונה און איבער די חשיבות פון מרבה זיין טהרה בישראל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן הרה"ג ר' יואל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן נדבן און פאר די תושבי השכונה.

אויך זענען אריין בקו"פ הנהלת בוני עולם אין שפיץ פונעם מנהל הרב שלמה באכנער שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם בעפארשטייענדע יערליכע קאמפיין פאר בוני עולם אין קרית יואל. דער רבי האט אויסגעפרעגט און איבערגעגאנגען די פרטים איבער די ארגאניזאציע און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים און עקסטער פארן מנהל ר' שלמה.

אויך איז פארגעקומען אן אסיפה בקו"פ אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און מיט די באטייליגונג פון הר"ר ירוחם סילווער פון אגודת ישראל דאמעריקע, ר' מנחם הורוויץ הי"ו און ר'
בעריש פריעד הי"ו פון די 'חיים ארוכים' ארגענעזאציע וועלכע העלפט פאציענטן אויף וועמען די דאקטוירים האבן שוין אויפגעגעבן ל"ע, עסקנים פון קרית יואל הצלה, און עסקנים פון נאך עטליכע רפואה ארגענעזאציעס, אינאיינעם מיט עטליכע דאקטוירים און טשאפלעינס פון שפיטעלער, צווישן זיי מעמאריעל, קארנעל, קאלאמביע איי סי יו אפטיילונג, און נאך, ווי מהאט אויסגעשמועסט ענינים העומדים על הפרק איבער דעם ביטערער מצב אין די שפיטעלער, צווישן אנדערע די נייע רציחה געזעץ אין ניו יארק וועלכע וועט ערלויבן דאקטוירים צו געבן גיפט פאר פאציענטן וועלכע ווילן ענדיגן זייער לעבן רח"ל. די עסקנים און דאקטוירים האבן אויסגעשמועסט דעם יעצטיגן מצב אין די שפיטעלער, די שטארקע פארנאכלעסונג און אנדערע מיסבאהאנדלונג דארט, און די דרוק וואס מען לייגט אויף פאציענטן אויפצוהערן קעמפן פאר זייער לעבן רח"ל, און וואס אזא געזעץ קען חלילה ערגער מאכן, און מטכס עצה געווען וואס עס איז שייך צו טוהן דאס אפצושטעלן, דורך שתדלנות ביי די ערוועלטע באאמטע און ביים גאווערנאר. דער רבי האט מחזק געווען די עסקנים ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב יוחנן ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר יואל פערלמאן הי"ו.
- ב"ר קלמן אליעזר סאפדי הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ברמ"א ווייס הי"ו.
- ב"ר דוד לייב גליק הי"ו.
- ב"ר יעקב הלל ליכטענשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בנין אריאל אמסטערדאם ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלכסנדר קליינמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' פייוויל סופר הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' קרויס הי"ו און הרה"ח ר' משה שמואל סאמעט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט"א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברר"א דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

נאך די תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב, דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים:
- החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- החתן משה דוד ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו.
- החתן יוסף ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי"ו.
- החתן יצחק ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו.
- החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו.
- החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו.
- החתן יעקב ב"ר אהרן שווארטץ הי"ו.

פרייטאג צו מאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה מעוטף בטליתו און צוגעגאנגן צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (ומסב"ג). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אהנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, כל מקדש: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב"ג). מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב"ג).
דערנאך האט דער רבי

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק זאת חקת התורה און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו מען גייט בתר רוב.

קה אכסוף: הרה"ג ר' נטע זילבערשטיין שליט"א - רב דביהמ"ד ישמח משה בראזיל.
ברכת המזון: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, ראה"כ וומסב"ג.

עובדות וסיפורים די וואך האט דער רבי פארציילט די ביטערע היסטאריע פונעם טאג ו' חקת און ארומגערעדט איבער יענע תקופה, און דערנאך ממשיך געווען מיט מיט סיפורים פונעם הייליגן אור החיים הק' זיע"א וואס זיין יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן פרייטאג ט"ו תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יחיאל מיכל בריזל הי"ו (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' מאיר אלכסנדר קליינמאן הי"ו.

אז ביום השביעי: הר"ר יוסף פאנעט שליט"א (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת

שב"ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:40.
ברכות: הרהח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק. און דערנאך צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יושע גליק הי"ו (מאנסי).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע פנחס ווייס הי"ו.
- כהן: החתן משה ב"ר ישראל לייב כהן הי"ו - באווארפען.
- לוי: החתן ישכר בער בהר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
- שלישי: האדמו"ר מקאמארנא ב"פ שליט"א.
- רביעי: החתן יצחק ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אלימלך ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברי"ל מאשקאוויטש הי"ו.
- ר' יחיאל ברי"ח שטעסל הי"ו.

- שביעי: החתן מרדכי בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - באווארפען.
- הוספות: החתן דוד ארי' ב"ר אשר יצחק ווידער הי"ו - באווארפען.
- החתן אברהם צבי ב"ר שמואל לאנדא הי"ו - באווארפען.
- החתן משה דוד ב"ר אהרן זאב גלויבער הי"ו - באווארפען.
החתן אהרן ב"ר אלטר משה קליין הי"ו.
- החתן שמואל משה בהרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
- הר"ר יואל בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א.
- אחרון: החתן משה ב"ר יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומ"ס).
- הגבה: הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב פארקאש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יונה לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברי"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. און א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל נפתלי הירצקא גאלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:55.
מנחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.

לוי: הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א, מו"ץ בקהלתינו וומסב"ג.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אנטשיל גאנדל הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען, אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'על כן יאמר בספר מלחמות ה'' און ארויסגעברענגט אז יעדע איד דארף האבן סיי די מדה פון ענוה און סיי די מדה פון גיאות דקדושה און מען דארף וויסן ווען צו ניצן וועלכע מדה,
די עצה וויאזוי צו קענען זיין א חכם און וויסן איז דורכן גיין אין מקוה וואס דאס ברענגט דעת און אזוי קען מען ניצן יעדע מדה ווי עס דארף צו זיין. און ממשיך געווען מעורר צו זיין צו גיין אין מקוה יעדן טאג אזוי ווי דער בעש"ט הק' און דער הייליגער רבי ר' אלימלך זיע"א האבן איינגעפירט, און בפרט איינער וואס איז א מרביץ תורה פאר תלמידים זאגט דער הייליגער מאור ושמש זיע"א אז מען דארף גיין אין מקוה יעדן טאג צו קענען זיין א מלמד תורה בטהרה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב"ג).
קל מסתתר: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן משה ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צמעריב מוצש"ק: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, און דערביי געוואונטשן 'א גוטע וואך און א גוטן חודש' פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:25.

נאך הבדלה איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש האדמו"ר מקאמארנא ב"פ שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:25 איז דער רבי אנגעקומען צום מעמד קביעות המזוזה פארן נייעם צוגעבויעטן פליגל אין ביהמ"ד בית חיים יעקב דקהלתינו הק' וועלכע איז סטאנציאנירט אין די 'אייקאן' ביזנעס סענטער,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן שער הביהמ"ד און דערנאך ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן ביהמ"ד און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הביהמ"ד איבער די פלענער צו בויען א מקוה אינעם ביהמ"ד,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי"ו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון גיין אין מקוה שבת אינדערפרי, און די הנאה אז מען גייט בויען א פריוויזארישע מקוה אויף ביז מען ענדיגט בויען דעם צענטראלן ביהמ"ד המפואר און מקוה פאר די געגענט נאכזאגענדיג אז מען קען נישט זאגן קיין נשמת אן גיין אין מקוה פארדעם, און דאן מאריך געווען בשבח פונעם נדבן הרבני הנכבד מוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

דערנאך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן זונטאג בהרי הקעטסקילס.
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ח ר' מענדל בער הי"ו, פאר אביו הרה"ח ר' אברהם הי"ו, און פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגח' תמוז תשפ"ה7/4/2025

באריכט
דאנארשטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל סופר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אלי' בר"ד ביקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב בשכונת עצי חיים לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו, בן הנולד אצל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב הביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שלום זושא קעסלער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד.
- מוהל איז געווען דער אבי הבן שליט"א.
- רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א.
ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יהודא' נאך הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאך א קורצע צייט איז דער רבי ארויף אויפן אויבערשטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די סעודת הברית, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן בד"ת דער בעל שמחה אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און די זיידעס הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ארומגערעדט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
צום סוף האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קרית יואל און אין קר"י המורחבת, און געזאגט אז מען בויעט דא דערנעבן דירות, נאך אידישע דירות, נאך דירות ווי מען וועט דינען השי"ת און טוהן דעם רצון הבורא, און דער רבי האט קורא שם געווען פאר די קארלסבורג גאס ווי דאס ביהמ"ד און די ישיבה געפינען זיך אינאיינעם מיט די דערנעבנדיגע דירות פריאעקטן ע"ש זקינו הגה"ק זיע"א מיטן נאמען "שכונת עצי חיים".
אזוי אויך איז דא א נייע שכונה וואס ווערט געבויעט דורך ר' יוזפא לאנדא הי"ו וואס געפינט זיך אויפן רוט 208 ממש ביים גרעניץ פון שטאט קר"י, 'כל המחובר לטהור טהור' און דער רבי האט דערויף קורא שם געווען מיטן נאמען "שכונת אור החיים" נאכן הייליגן אור החיים זיע"א וואס די יארצייט געפאלט קומענדיגע וואך ט"ו תמוז, און דער רבי האט פארענדיגט מיט ברכות קדשו מען זאל ווייטער קענען מרבה זיין די שטאט קרית יואל בכמות ובאיכות וואס רביה"ק דער מייסד העיר האט שוין מקדש ומטהר געווען עד ביאת הגואל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די רמ"י הישיבה און די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות כנהוג.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א גאנדעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון מעזעי הי"ו און הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יעקב קאהן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 2:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה האט זיך דער רבי טעלעפאניש פארבינדן מיט הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל קר"י, און הר"ר מאיר יוסף בר"א גראס שליט"א - מנהל מחנה בית רחל, ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס איז אריבער די ערשטע וואך אין קעמפ, און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 10:45 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' פישל ריספלער הי"ו און הרה"ח ר' בנימין ארי' לייבוש הירש הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

אין די שפעטע נאכט שעות זענען אריין בקו"פ הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר וועד הכשרות קר"י אינאיינעם מיט עטליכע חברי הוועד אויף אן אסיפה ווי מהאט אויסגעשמועסט עטליכע ענינים העומדים על הפרק בעניני כשרות, אויף וואס דער רבי האט זיי געגעבן הוראות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו"פ די חברי וועד הרחבת גבולי העיר און אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק אין די נייע שכונות אין קרית יואל, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגז' תמוז תשפ"ה7/3/2025

באריכט
מיטוואך פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר חזקי' פייבל שעהר הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק י"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי אריבער אויף א קורצע באזוך אינעם נייעם בנין פון די מקוה טהרה וואס מען האט באנייט אין די פארגאנגענע וואכן, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי''ו, מגדולי נדבני המקוה.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע שטאקן און אפטיילונגען פונעם בנין און צוגעוויזן פאר ר' יואל הי"ו די פילע חומרות והידורים, און דעם סאפיסטיקירטן סיסטעם וויזוי ס'ווערט אפערירט.
דער רבי האט אנגעווינטשן ברכת קדשו פאר ר' יואל הי"ו און פאר די הנהלת המקוה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל - רב דביהמ"ד הלכה ברורה, און הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' בנציון בלום הי"ו און הרה"ח ר' משה קרויס הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מיכל שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת סיום הש"ס דורך הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א - מנהל קביעות עתים לתורה אין קרית יואל.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט טרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר יואל שליט"א ובני משפחתו שיחי'.

זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' משה באסול הי"ו און הרה"ח ר' אברהם גברא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

נאך מעריב איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין שטוב פון נכדו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון הרה"ק הברוך טעם זיע"א וואס די יארצייט איז היינט ז' תמוז, דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א, פאר די זיידעס גיסו הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר די יולדות, כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 1:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךו' תמוז תשפ"ה7/2/2025

באריכט
דינסטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"ח העללער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:00 איז דער רבי אנגעקומען אין לינדען ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה בבית מדרשינו החדש און פאר די מקוה טהרה דקהלתינו הק'.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און מיט חותנו הגה"צ רבי אנטשיל שעהר שליט"א אבד"ק קלעסאן, און אריין בהיכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יעקב יואל ווייס הי"ו - מגבאי הביהמ"ד, איבער די פלענער צו פארענדיגן די ביהמ"ד אויף קומענדיגע ווינטער הבעל"ט, און דערנאך אראפ אויפן אונטערשטן שטאק און זיך אומגעקוקט אויף די היכל התורה וואס ווערט געבויעט.
דאן האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען הרבנים הגאונים שליט"א און חברי קהלתינו הק' צו גיסן די בורות, דערנאך איז דער רבי ארויף אויף א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, ביים לחיים זענען אנוועזנד געווען די רבני העיר האדמו"ר מקאסאן שליט"א און האדמו"ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט"א און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג רב דקהלתינו שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק זאת חקת התורה און ארויסגעברענגט אז די תלמידי בעש"ט האבן איינגעפירט אז מען זאל לערנען און דאווענען בטהרה און גיין אין מקוה יעדן טאג, במילא איז א גרויסע שמחה אז מען איז געקומען היינט גיסן א מקוה אין א ביהמ"ד ווי מען גייט לערנען און דאווענען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל קענען באנייען די ביהמ"ד און די מקוה בקרוב ובניקל. מען האט געענדיגט ארום 5:40.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם ריזן בנין וואס איז אפגעקויפט געווארן פאר מוסדותינו הק' אין לינדען, און איז ארום געגאנגן אינעם בנין זיך אומקוקן און געהערט א באריכט איבער די פלענער פונעם בנין פון די טרטיגע געטרייע עסקני המוסדות און אויך פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - מגדולי הנדיבים פון מוסדותינו הק' אין לינדען, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן אפיס בנין אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל די קאנטראקט שליסן פונעם בנין המוסדות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' אברהם הי"ו און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום יציקת הבורות אין די מקוה טהרה דקהלתינו הק', דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען הרבנים שליט"א און די נדבני המקוה צו גיסן די בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אלע נדבני המקוה זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש, במיוחד האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרבני הנדיב מוה"ר יצחק זאב לעפקאוויטש הי"ו. אויך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הר"ר יעקב מנחם שטייף שליט"א יו"ר פון די שטאטישע מקוה טהרה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן אז די זכות פון מרבה זיין טהרה בישראל זאל משפיע זיין כל טוב פאר די נדבני המקוה.

ארום 6:30 האט דער רבי פארלאזט לינדען און אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 9:00 און מעריב ארום 10:00 אזייגער.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון איידליס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים תאומים בני ר' משה זאב פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מרדכי יעקב קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' בערל גרינהויט הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יושע בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו.
- הרה"ח ר' חיים בער מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מסקולען שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זקינו הרה"צ רבי מאיר גרינוואלד זצ"ל אב"ד טעטש, און איבער די יארן וואס הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א איז געווען רב אין שטאט טעטש, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן טיר.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגד' תמוז תשפ"ה6/30/2025

באריכט
זונטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אביעזר מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חנני' יו''ט ליפא סופר הי"ו.
- ב''ר יצחק משה גראס הי"ו.
- ב"ר יעקב יואל סאפדי הי"ו.
- ב"ר אברהם וויינשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 2:00 איז דער רבי אנגעקומען אין די עטרת טשארנא זאלן אין מאנסי צו די יערליכע חומש סעודה דורך די תלמידי מוסדותינו הק'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר יעדעם באזונדער.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און זייערע עלטערן, און משמיע געווען דברי ברכה פאר די קינדער און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען תורה מיט פיאות און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען געווען פארזאמלט די צוועלעפטע קלאס תלמידות בית רחל פון מוסדותינו הק', און דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מ'פארלאזט דעם בית רחל נאך אזויפיל יארן דארף מען האלטן פאר די אויגן וואס מען פארלאנגט פון א בית רחל תלמידה און בפרט אז דאס איז די ערשטע יאר פון די יארגאנג ביי מוסדותינו הק' אין מאנסי און ווען מען באטראכט די פירות פון בית רחל באטראכט מען זיי, און דאס פארלאנגט פון יעדעם א געוואלדיגע אחריות צו מאכן א קידוש השם, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה וויאזוי א אידישע שטוב דארף ווערן געפירט און מסיים געווען בברכת קדשו.

אום 3:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בבנין הת"ת 'בנין גאלדשטיין' אויף מאנסי בלווד. דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד ווי די תלמידי המוסדות האבן עוסק געווען בתורה, און אריבער צווישן די קינדער און בחורים און זיך מפלפל געווען אין די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע כתה ווי די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת מוסדותינו הק' זענען אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות און סידורים.

פון דארט איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה קטנה סניף קנין תורה בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט פונעם נייעם בנין הישיבה וועלכע ווערט געבויט דערנעבן און געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה
דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און ארומגעגאנגען צווישן די טישן מיט א שטארקע הנאה און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.

פון דארט איז דער רבי אריבער צו ישיבה קטנה סניף דרכי תורה בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א, דער רבי איז אריין בהיכל הישיבה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח און אנגעוואונטשן פאר די הנהלת הישיבה.

דערנאך ארום 4:00 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו החדש ברך משה אין די ספרינג וועלי געגענט וועלכע האט זיך געעפענט אין די פארגאנגענע חדשים, דער רבי איז ארום אינעם גאנצן בנין הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אין די חדרי התפילה, מקוה, און עזרת נשים, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן ר' יואל שמואל גאטליעב הי"ו מגבאי הביהמ"ד.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פאר הרה"ג ר' אהרן איזריעל שליט"א, מו"ץ, און פארן גאנצן ציבור, ובמיוחד פארן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שטארקע הנאה פון די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי בכמות ובאיכות און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור ובפרט פאר הרה"ח ר' משה יצחק הי"ו וועלכע האט מנדב געווען און אהערגעשטעלט אזא שיינע ביהמ"ד, און געזאגט אז די עיקר שיינקייט פון א ביהמ"ד איז ווען עס איז פיל מיט לומדי תורה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום בנין הביהמ"ד החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל וועלכע האלט אין די טיפע בוי פאזעס, דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אין אלע שטאקן אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - נדבן ופטרון הביהמ"ד, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. ארום 4:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו און הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברר"א דאנא הי"ו און הרה"ח ר' חיים מרדכי שמעא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער פארנט פונעם בנין ישיבה קטנה סניף ישמח משה צו די לוי' פון הרה"ג ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה ר"מ בישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' חיים שלמה בר"מ ווערטהיימער הי"ו.
- הרה"ח ר' מנחם שמואל פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).

נאך די תנאים'ס איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משפחת הרה"ח ר' ישראל חיים גוטמאן ע"ה, און נאך די ניחום אבלים צוריק לביתו נאוה קודש אויף איהעל ממשיך זיין די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א אינאיינעם מיט חשובי ופני הקהילה איינצולאדענען צום מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה בבית מדרשינו אין לינדען וועלכע קומט פאר דעם דינסטאג, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן שמואל משה בהרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז"ל.
- החתן משה ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר הערשל קאהן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו. מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' פנחס כ"ץ הי"ו (ב"פ).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותפתח הארץ את פיה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון המקדש במלוה.

קה אכסוף: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטריאל שליט"א. ברכת המזון: נכד רבינו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הברוך טעם זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ז' תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יואל כאירה הי"ו (ארגענטינע). די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ.

עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
- לוי: החתן ישכר בער בהר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן זאב ב"ר יודא יושע וויינשטאק הי"ו - באווארפען.
- רביעי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- חמישי: ר' שמואל זאב ראזענבערג הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שמעון גאלדבערג הי"ו.
- ר' מאיר זאב מענדלאוויטש הי"ו.
- ר' שמחה בער פוקס הי"ו.
- ר' אשר יונה ווייסמאן הי"ו (וומסב''ג).

- שביעי: ר' פישל בהרה"ג ר' יוסף הערש סופר הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: ר' אברהם חיים לעווי הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שרגא חיים פעדער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' משה יוסף מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג). פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון יודא ברב"י ווייס הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05.
- מנחה: הרה"ח ר' מאיר נפתלי פערל הי"ו (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
- שלישי: הרב חיים מייזליש שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אל תפן אל מנחתם' און געטייטשט אז צו קענען תשובה טוהן כראוי דארף מען דבוק זיין אין יעקב אבינו כדאי מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען בעולמות עליונים, יעצט אין די זומער וואכן דארף מען האבן אויפן מח אז עס קומען די ימי תשובה אלול און תשרי והחכם עיניו בראשו נישט צו מאכן קיין פגם בעולמות עליונים.

ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג). קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף קליין הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו. נאך נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג קרח בדר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אהרן הכהן גלאנצער הי"ו.
- בהר"ר משה יצחק בערנשטיין שליט"א.
- ב"ר שבתי קארפען הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק זאגענדיג אז מען שטייט שוין אום חודש תמוז און מען דארף זיך שוין גרייטן צו די ימים נוראים הבעל"ט און עס משלב געווען מיט די לימודי הישיבה און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג