בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגא' מרחשון תשפ"ו10/23/2025

פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת נח שנת תשפ"ו לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
וכל באי עולם יעברון לבניך כבני מִרוֹן .
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מיטוואך נח - א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים יואל ברי"ז פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- תאומים ב''ר פישל ב''ר אברהם יושע פריינד הי"ו.
- ב''ר יושע שלמה פעקעטע הי"ו.
- ב''ר יואל בנציון אבעלעס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:45 און מעריב ארום 10:00 בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק מאשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים עזריאל פריעד הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שאול גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און די בעל ברית ובני משפחתו.

פארנאכטס איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב ברוך טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א אויף די סאסוב גאס ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען מחותנו האדמו"ר מגארליץ שליט"א היושב ע"פ אחיו הרה"ג ר' יושע צבי יונגרייז ז"ל - אב"ד טאלטשאווע ב"פ.

דערנאך האט דער רבי אריבערשפאצירט צו ביהמ"ד בית ברוך ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה לייב פרידריך הי"ו.
נאך מעריב האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט להרחבת גבולי הביהמ"ד, און דערביי געהערט א באריכט פון בנו הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א איבער די בוי ארבעט, דערנאך איז דער רבי צוריק לבית האכסניא.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר ראובן מנחם לענעראוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 און מעריב ביים זמן ר"ת בבית האכסניא.

שפעט בייינאכט איז דער רבי איבערגעגאנגן מיטן הויז בחור די פרטים פונעם קאמפיין וואס ווערט געפירט צווישן די בחורים תלמידי הישיבות ע"פ בקשת רבינו, צו שאפן גרויס געלט לעניי אר"י לקראת די בעפארשטייענדע נסיעה קיין ארה"ק, דער רבי האט באקומען א פולע באריכט פונעם הויז בחור און אויסגעפרעגט אלע פרטים און אויסגעדרוקט זיין האפענונג אז מוועט אויפטרייבן צו שאפן גרויס געלט צו קענען מיטנעמען קיין אר"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 3:45.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט קיין מאנהעטן צום מחאה אדירה דורך דעם יהדות החרדית ברבבותיהם קעגן די טריפה'נע ממשלה בארה''ק און דימגזירה פון גיוס בני הישיבות.
אויפן וועג האט זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט רבינו שליט"א הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג וועלכע האט אפגענומען הוראת קדשו און אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים וואס ארויסצוברענגען ביי זיין דרשה ביים פראטעסט, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט די נקודות וועלכע דארפן ארויסגעברענגט ווערן צו ריכטיג געבן דעם מעסעדזש פונעם פראטעסט כפי דרך המסורה לנו פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ביים עצרת מחאה האבן אויפגעטרעטן.
- יו"ר: הגאון ר' יושע נחמן בערגער שליט"א ר"י אהל תורה.
- הגה"צ ר' דוד הירשלער שליט"א מארה"ק.
- הגה"צ רבי אנשיל אשכנזי שליט"א אב"ד חות דעת.
- הגה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א ר"י בית מאיר.
- הר"ר אהרן גרינבערג הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה אויף ענגליש צו אדרעסירן די פרעסע.
- הגאון ר' ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
- קבלת עול מלכות שמים האט פארגעזאגט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:50 און זיך באגריסט מיט די אנוועזענדע רבנים דערנאך האט די רבי זיך אראפגעזעצט אינאיינעם מיט רבני ודייני קהלתינו הק' אויף איינע פון די גאסן.
ארום 6:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י, ביים אנקומען אויף קר"י איז דער רבי ארויף געגאנגן מנחם אבל זיין משפחת הרה"ח ר' יעקב ישראל פריינד ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת בראשית - מברכים חודש מרחשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אין א שטילע געגנט אין קר"י המורחבת

פרייטאג צונאכטס ארום 6:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו וואו עס האבן מיטגעדאווענט א ענגע מנין מתושבי השכונה און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו. נאכן דאווענען האט אים דער רבי באדאנקט און געזאגט 'ישר כח, ממש אן עונג שבת'..., מען האט געענדיגט ארום 8:10, און די מתפללים זענען אדורך זאגן גוט שבת.

רבינו שליט''א האט געפראוועט דעם שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.

ארום 10:35 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה, קרית יואל.
- מנוחה ושמחה: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א, מנה"ר בית רחל דמוסדותינו הק' וומסב"ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה און משלב געווען סוף התורה לתחילתה בדרך דרוש אין די סוגיא פון דברה תורה כלשון בני אדם.

- קה אכסוף: הר"ר יואל דאסקאל שליט"א, מנה"ר ישיבת ביאלא בני ברק.
- ברכהמ''ז: הר"ר שמעון דייטש שליט"א, רב דביהמ"ד שערי חיים בשכונת 'חכם צבי' קרית יואל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון מרן הגה"ק החתם סופר זיע"א וואס די יארצייט איז געפאלן פרייטאג כ"ה תשרי
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו, בני ברק.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו, וומסב"ג.
מען האט געענדיגט ארום 12.15.

וביום השבת קודש

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9.45
- פסוקי דזמרה: הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א.
- שחרית: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, און דער רבי האט אים זייער ווארעם באדאנקט.

- הוצאה והכנסה: ר' שמעון לעווי הי"ו.
- בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.

עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזסקי שליט"א מנה"ר במתיבתא הק' סניף ויואל משה.
- לוי: הבה"ח אהרן מאנדל הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה מוטצען הי"ו, וומסב"ג.
- רביעי: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' יודא היימאן הי"ו, וומסב"ג.
- אחרון: הר"ר בנימין ליכטנשטיין שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- הגבה: הר"ר יואל דאסקאל שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
מ'האט אויסגערופן דעם מולד און רבינו שליט"א האט ר"ח געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

- מוסף: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי.
- פתיחה אנעים זמירות: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו
מען האט געענדיגט ארום 12.30.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א געהייסן אריינברענגן קידוש פאר די פאר אידן וואס וואוינען ווייט און דארפן נאך אהיימגיין א דרך רחוקה.

די סעודת שב''ק האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטן פארנעם.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 6:50
- מנחה: הרה"ח וואלף פריעדלענדער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח יוסף עסטרייכער הי"ו, וומסב"ג.
- כהן: ר' שמעון בארזעסקי הי"ו, ירושלים.
- לוי: ר' חיים ברבצ"א ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף פריינד הי"ו, לאנדאן.
- הולכת הס"ת: הרה"ח ר' משה קאפפעל הי"ו, לאנדאן.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "ויאמר אלוקים יהי אור'' און געטייטשט אז מיטן כח פון עסק התורה וואס דערלייכט די אויגן פון אידישע קינדער האט מען די לעכטיגקייט צו פארשטיין די הסתה פונעם יצר הרע און מקען זיך שטארקן זיך נישט צו לאזן פונעם עצת היצר.

- ידיד נפש: הר"ר בנימין ליכטענשטיין שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח גרשון שלעזינגער הי"ו, וומסב"ג.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: ר' נפתלי סופר הי"ו, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 8:40.

הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט אויף א פריוואטן פארנעם.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא די בריתן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
- ב"ר יעקב יחזקי' גאנדל הי"ו.
- ב"ר שלום מאיר רובין הי"ו.
- ב"ר יואל בהר"ר ברוך לעווי הי"ו.
- ב"ר שמואל מרדכי רובינשטיין הי"ו.
- ב"ר אשר שמואל כ''ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בראשית - אסרו חג סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם זאב קויפמאן הי"ו, מאנטרעאל.
- ב"ר חיים ראטה הי"ו.
- ב"ר אפרים שטערן הי"ו.
- ב"ר יואל פייערווערקער הי"ו.
- ב"ר ישראל מנשה ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר הערשל נאווי הי"ו.
- ב''ר יואל כ''ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מרדכי נחמן שאלאמאן הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם זונטאג נח אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 6:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קר"י המורחבת ווי דער רבי וויילט במשך די וואך אויף מנוחת הנפש.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 און מעריב ארום 7:30 בבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךל' תשרי תשפ"ו10/22/2025

באריכט
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה.

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, בעל תפילה: הרה''ח ר' ישראל מרדכי ברח''ב פילאפף הי''ו.

אום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית, פתיחת הארון: הרה''ח ר' וואלף פערל הי''ו.

אום 1:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די הייליגע עבודה מיטן טאנצן די געהויבענע הקפות.
רבינו שליט"א האט געזאגט פיר מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', מיט'ן כח פון יעקב אבינו און די ריקודין אין די טאג שמחת תורה קען מען זיך מתגבר זיין אויפן כח השטן און טוהן דעם רצון ה' בשלימות.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז 'הדור נאה' דורך ד' מינים און מצוות סוכה ווערט נשפע רפואות בשלימות, שמיני עצרת און שמחת תורה ווען עס איז נישטא די ד' מינים דורך די תורה הקדושה וואס מען טאנצט מיט די רמ''ח אברים ווערט אויך נשפע רפואות בשלימות, און פארציילט א עובדא פון הרה''ק ר' ישעי'לע טשעחויבער זיע''א וואס איז געווען נישט געזונט און דער הייליגער דברי חיים זיע''א האט אים געברענגט א פרי פון גן עדן צו שמעקן און עס איז אים באלד בעסער געווארן, עס שטייט אין זוה"ק אז די אבות הקדושים קומען אראפ זיך פרייען ברענגען זיי אראפ א פרי און דער גאנצער ציבור קען נהנה זיין דערפון און זוכה זיין צו א רפואה שלימה.
- דריטע תורה: אויפן חרוז 'הגלה נא' מען דארף זיך באנוצן סיי מיט מדות ענוה און סיי מיט מדות הגאות פאר עבודת ה', אבער נאר מיטן ריכטיגע דעת ווייסט מען וויאזוי בין משתמש צו זיין, דורך מצוות סוכה וואס איז משפיע דעת קען מען זיך באנוצן אויפן ריכטיגן אופן, שמחת תורה ווען מען טאנצט און מ'פריידט זיך מיט די תורה זאל נישט א מענטש טראכטן ווער בין איך זיך משמח זיין בשמחת התורה נאר יעדע איד האט א קשר מיט די תורה און א רעכט און א חוב זיך צו פרייען מיט די תורה און דאס וועט אים געבן התחזקות פאר די גאנצע יאר.
- פערטע תורה: אויפן חרוז 'בראשית תורתך הקדומה' עס איז דא ד' חילוקי כפרה אדער כדאי די תשובה זאל נוצן דארף עס זיין מיט תפילה, דורך עוסק זיין בתורה באקומט מען צוריק די צלם אלוקים על פניו קען מען שוין ריכטיג מתפלל זיין, דארף מען זיך מקבל זיין יעדן טאג עוסק זיין בתורה אזוי צו באקומען די צלם אלוקים אויפן פנים.

מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4 אזייגער,
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זיבעטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט די הקפות ארום 5:15.

נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל ה' מלך און די אנדערע פסוקים.
- פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו (מאנטרעאל)
עליות.
- כהן: הר"ר בעריש קליינמאן שליט"א (מאנסי).
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' גבריאל זגיל הי"ו (ארגענטינע).
מען האט געענדיגט 5:40, דער רבי האט געוואונטשן גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש און תיכף קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו''ט אויף א פריוואטן פארנעם מיט עטליכע אייניקלך און באי ביתו, בשעת די סעודה האט האט זיך פארמירט א שמועס איבער די עבודת ההקפות ביי רבותיה"ק.
מיט די זמירות און ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אשר אנטשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער).

יום שמחת תורה

שמחת תורה אינדערפרי ערש"ק, ארום 11:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יוסף פילאפף, ביי נשמת האט מען געזאגט האל, המלך און שוכן עד, בנוסח יו''ט, ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש. מען האט געענדיגט ארום 1:15, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית, פתיחה: הרה''ח ר' יואל ברא''ז פריעדמאן הי''ו.

ארום 2:05 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די הייליגע הקפות. מען האט געענדיגט די הקדמה בערך 3:40 .

רבינו שליט''א האט געזאגט 6 מאל תורה, פיר מאל ביי די הקדמה און פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש', אפילו מען האט אויפגעטוישט די נשמה צו א נשמת גוי דורך שלאפן אין די סוכה באקומט מען צוריק די אייגענע נשמה, אזוי אויך דורך ריקודין של מצוה אין שמחת תורה באקומט מען צוריק די אייגענע נשמה עס זאל בלייבן א הייליגע ריינע לעכטיגע נשמה אזוי ווי מען האט עס באקומען פון הקב''ה.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז פון 'הגלה נא' עס איז דא יעדן טאג א פרישע נתינת התורה אבער נאר אז מען האט נישט אויפגעטוישט די נשמה צו א נשמת גוי, שמחת תורה דאנקט מען דעם אייבערשטן און מען טאנצט א לענגערע צייט מיט די נייע נתינה פון יעדן טאג וואס איז מסוגל עס זאל זיך האלטן אין זיך די נשמה פון א איד.
- דריטע תורה: אויפן חרוז פון 'בראשית תורתך' וויאזוי קען א בשר ודם לוחם זיין מיט די יצר הרע נאר דורך טוהן מצוות באש להבת שלהבת, און דעיס איז פועל דורך ריקודין באש להבת אין שמחת תורה צו פארברענען די כח פון די חיצונים און אין דעם טאג קען מען מתפלל זיין און אויסבעטן אלעס גוטס.
- פערטע תורה: נאך די ערשטע הקפה אויפן חרוז פון 'הקל הגדול' ווע עס קומען די מקטריגים קעגן אידישע קינדער דורך די נענועים אין סוכות ווערט נתעורר די כח פון אברהם אבינו און עס ווערט בטל אלע טענות און קשיות.
- די תורה פאר די פערטע הקפה - הקפה פון משה רבינו, אויפן פסוק 'בראשית ברא אלוקים': צדיקים האבן א כח מיט צוריפי אותיות מהפך זיין מדות הדין לרחמים דורך עוסק זיין בתורה, ביום שמחת תורה איז געניג דורך א קבלה טובה מהפך זיין אלע צירופי אויתיות לטובה און מען קען שוין יעצט זיך פרייען, יעצט ביי די הקפה פון משה רבינו איז די צייט זיך מקבל זיין א קבלה אמתיית יעדער לפי ערכו בעלי בתים, אברכים, בחורים, און תלמוד תורה קינדער עוסק צו זיין בתורה וואס מען וועט אי''ה אויספירן.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה - הקפה פון יוסף הצדיק: הקדמה צו די תורה איז יראת שמים אזוי האלט זיך די תורה אין די יסוד פון לימוד התורה איז תלוי אין יראת שמים, במילא איז מען זיך מקבל שמירת עינים און שמירת המחשבה וועט מען האבן יראת שמים וועט זיין חכמתו מתקיימת.

צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, טיילן טרערן זענען פארגעסן געווארן ברגשי געגועים והתעוררות ביי רבבות אלפי אנ"ש.

ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק'.
ביי די זיבעטע הקפה שוין בלויז אויף די בימה צוליב די שפעטע שעה, האט דער רבי איבערגענומען די אייגענע ספר תורה און געטאנצן די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.

ביים ענדיגן בערך 6:15 האט דער רבי געזאגט ויאתיו, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.

מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א שנעלקייט מפני קוצר הזמן.

- בעל קורא: הרה"ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי"ו.
עליות.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה פון וזאת הברכה
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
- שלישי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- רביעי: ר' אברהם ווייסמאן הי"ו (ב"פ).
- חמישי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.

משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו מיט נאך א מקריא האבן פארגעזאגט דעם רשות חתן תורה, און רבינו שליט''א האט עולה געווען און געליינט בהתעוררות רב די קריאה פון מעונה.
הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' טובי' ליפא גראס הי"ו (וומסב''ג).

- חתן בראשית: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג, און ער האט מנדב געווען סכומים הגונים לצדקת רבינו מיוחד לעניי אר"י.
הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יואל וועלץ הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הבה"ח שמעון מאיר ב"ר יצחק בערנאטה הי"ו.
- חתן מפטיר: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הב' חנני' יו"ט ליפא ב"ר שלמה מארק הי"ו (ירושלים).

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מען האט תיכף געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:15.

רבינו שליט''א האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.

שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און ממשיך געווען די סעודה, און מאריך געווען בניגוני יו''ט.
נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר די גאנצע ציבור, און געזאגט מען האט געזאגט הושענא רבה הושענא למען דתך אחב''י בארה''ק ליידן יעצט פון גזירות גיוס בני ישיבות, דאס יהדות החרדית וועט ארויסגיין אויף א מחאה אדירה בחוצות העיר קעגן די ממשלה הטמאה, און אויפגעפוידערט יעדע יחיד זיך צו באטייליגן בגופו. און מען האט געזינגען ה' הוא מלכינו און עצו עצה ותופר.

מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און דערנאך ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הרב ר' הערשל קאהן שליט''א.

מען האט אריינגעברענגט קרויט כנהוג.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א מרבני קהלתינו מאנסי.

רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט ברוך המבדיל, און משמיע געווען דב"ק אויף א מייק.

די תורה האט דער רבי געזאגט אויפן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל' און געטייטשט אז עס איז מרומז סיי שבחו של הקב''ה און סיי שבחן של ישראל וואס זענען דבוק אין די תורה און מצוות, און דער רבי האט מאריך געווען בשבחם של קהלא קדישא הדין וואס האבן אפגעראכטן די הייליגע ימים טובים מיט געהויבענקייט בפרט די צווייטע טעג יו''ט בהתרוממות הנפש ובדביקת התורה וואס וועט משפיע זיין אויף אויף א גאנץ יאר כל מיני השפעות.

נאך די תורה האט מען געזונגען ובכן צדיקים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש א לענגערע צייט, וחסידים ברנה יגולו און אויפגעהויבן דעם גאנצן ציבור לאלפים און פייערדיגע ריקודין.

דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרות בבלי וירושלמי אין מס' ברכות און געטייטשט שיינע רמזים וענינים משולב בסיפורי צדיקים.

נאכן טיש האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און געזאגט 3 מאל לשנה הבא בירושלים.

מעריב מוצאי יו''ט: הב' משה וואגשאהל בן הרה''ג ר' אברהם דוד ז''ל (מאנסי).

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.

מען האט געזינגען נגוני יו''ט, און נגוני מירון לקראת השב"ק פ' תולדות באתרא קדישא מירון הבעל"ט, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש א גוטע וואך און א געזונטער ווינטער, און מעורר געווען צו אויספירן אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט 'יזכר לך עתה אתמול אשר דברת' יעדער לפי ערכו הקטנים עם הגדולים, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ זיך געזעגענען א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנשי שלומינו פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש און האבן נישט געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בליל הושענא רבה.
עקסטער האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון מאנטריאל איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קרן קרית יואל און דער רבי האט פארטיילט פאר יעדעם ספרו לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.
אזוי אויך האבן א קבוצה בחורי שלומינו פון לאנדאן איבערגעגעבן גרעסערע סכומים לטובת קופת רבינו לעניי ארץ ישראל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו ומלכינו בראשינו

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.

אום 9:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: הרה''ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו.

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן למנצח.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
בערך 9:15 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו מיט די ריקודין פון די געהויבענע הקפות, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה מול הדרך בהתלהבות ורשפי אש קודש ובשמחה של מצוה, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.

אום 10:15 האט מען געענדיגט די הקדמה און אנגעהויבן די ערשטע הקפה.
ביי די פערטע הקפה האט מען מכבד געווען די פולע געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.

ביי די זיבעטע הקפה נאכן ארומטאנצן דעם ביהמ''ד בעוז ותעצומות איז רבינו שליט''א כדרכו בקודש ארויף אויף די בימה און ממשיך געווען מיט די ריקודי קודש ביתר שאת וביתר עוז.
נאך די הקפות נאך עלינו האט דער רבי געוואונטשן במאור פניו גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 11:55.

ארום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערשה"ט בהיכל השלחנות.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחת תורה ברוב שמחה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. הגה''צ ר' יעקב מערץ שליט''א רב דביהמ''ד תפארת יחזקאל בקר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיית אך שמח' און געטייטשט אז מען דארף איבערן יאר זיך צוגרייטן אז ווען מען גייט טאנצן מיט די תורה זאל נישט די יצר הרע מיטטאנצן מיט אים נאר טוהן אלעס לשם שמים.

ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. מען האט געענדיגט 2:45.

יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל ברמ"מ ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

- ברכות: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה וומסב''ג.
- פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ בנו הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' מאנסי, און הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטרעאל.
- פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו, וומסב''ג, און הרה"ח ר' משה טאבאק הי"ו, מאנסי.

עליות.
- כהן: הרה''ח ר' יודא רובין הי"ו - וומסב''ג.
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו, וומסב''ג.
- חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שלום ווייס הי"ו.

- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב חיים הערש בן הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א.
- גלילה: הרב מרדכי יודא בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, וועלכע האט דערנאך געשנדר'ט ממשיך צו זיין אלס פטרון חבורת יסודי התורה אין קרית יואל אויף די צווייטע האלב ש"ס פאר די קומענדיגע צוועלעף יאר.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו, וומסב''ג.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק קליין הי"ו, וומסב''ג.

עס איז געווען יזכור. און צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז אהערגעשטעלט געווארן די ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינקומען מיטן קיטל און רבינו צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' שמואל בענעדיקט הי''ו (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 3:20.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות, נאנט, קינדל און פיש.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח פון תפילת גשם 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און געטייטשט אז די תפילות פון די צדיקים הקודמים האבן אויפגעטוהן לטובה עד היום הזה וואס אידישע קינדער זענען נהנה פון דעים מכל מיני ישועות.
מען האט געענדיגט ארום 3:45.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינעם סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק.מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' סיני טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן נוסח 'להחיות מזכירין גבורות הגשם' און געטייטשט אז הקב"ה גיבט חיות פאר די אומה"ע און דאס איז משפיע השפעות פון פרנסה פאר כלל ישראל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכמיטאג ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפילה: הרה''ח ר' העניך קרויס הי''ו.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה זיך געזעגענען פון די סוכה.
מען האט געזינגען ניגוני יו''ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא כנהוג און דעם גאנצן ציבור אלפי אנ''ש, און געמאכט א ברכה אויף א עפל.

מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות און הגלה נא.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן חרוז 'הגלה נא' צום ערשט געזאגט פאר ווערטער מיט התרגשות זכרונות בצל קדשו פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ווער עס האט אמאל געהערט ביי די דרשת הושענא רבא דינהייליגע דיבורים 'באשפער אנטפלעקט זיך פאר אונז...!' ביי דעם האט די ווערטער הגלה נא אינגאנצן אן אנדערע טייטש, און די זעלבע ווער עס האט געהערט זיין ומפני חטאינו.

'ס'ליגט אונז נאך אין די ביינער עד היום...!'.
דער רבי האט ממשיך געווען די דב''ק און געטייטשט אז די ד' מינים זענען קעגן די אברים פון דעם מענטש, מען ברענגט עס אריין אין די סוכה, עס איז משפיע פרנסה און בריאות בשלימות און עס ווערט א כבוד שמים, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאך די תורה האט מען ממשיך געווען און נאכאמאל געזינגען הגלה נא בהתעוררות רב.
רבינו שליט''א געווארפן עפל א לענגערע צייט, כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.

דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 7:55, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל הושענא רבא אושפיזא דדוד מלכא משיחא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

צוליב דעם רעגן האט דער רבי אפגעראכטן די סעודת יו"ט אין די פריוואטע סוכה בביתו נאוה קודש, נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאך משנה תורה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פון ארון הקודש בהיכל ביהמ"ד הגדול, מען האט מאריך געווען בניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב.

מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
- הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'תקעו בחודש שופר' און געטייטשט אז דורך די תורה באקומט א מענטש א בחירה חפשיות ווייל בראתי תורה תבלין כנגדו, דארף עס אים מעורר זיין צו תשובה אויף די מעשים, נאך מער די סיבה פארוואס די אידן האבן מקבל געווען די תורה און נישט די מלאכים איז ווייל א מענטש האט א בחירה און די התבוננות דארף אריינברענגן אין א מענטש א שינוי לטובה, די מנהג ביי אונז צו בלאזן שופר הושענא רבה שפרו מעשיכם און דער טאג ווערט נתהפך די קללה לברכה מען קען זיך אויסבעטן פונקט ווי ראש השנה.
מען האט געענדיגט ארום 12:45, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

נאכן עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט בערך 2:45 און רבינו שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט געבינדן די הושענות פאר זיך און פאר הרבנית הצ' תחי'.

יום הושענא רבא

הו''ר אינדערפרי ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א, און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול כנהוג, און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים ברגש קודש, בדביקות ובהתעוררות רב, ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש. נאך הלל האט מען אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב כנהוג.

אום 1:50 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, 'הולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות', און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
- הושענא למענך אלוקינו: איז ר''ת אהל וואס איז מרמז אויף א מקוה צו ווייזן אז מדות הקב''ה האט נישט קיין קצבה, און עס ווערט פארענטפערט אלע קשיות, אין דעם הייליגן טאג זענען זיך אידן מקבל זיך צו פארבעסערן בדיבור מעשה ובמחשבה, תורה ותפילה, און עס קומט א ישועה פאר זיך און פאר די בני בית.
- למענך בוראנו: עס איז דא א דין וחשבון, דין אויף די מעשה עבירה און חשבון אויף די צייט וואס מען וואלט געקענט טוהן א מצוה, פארדעם בלאזט מען צוויי מאל שופר צו מתקן זיין ביידע.
- הושענא למענך גואלינו: מען איז אויסגעלייזט געווארן פון מצרים ווייל עמו אנכי בצרה במילא דארפן נישט שאר גליות משלים זיין און מען קען טאקע זוכה זיין צו די גאולה השלימה.
- הושענא למענך דורשינו: דרשת חז''ל אז הקב''ה וועט נישט אויפטוישן כלל ישראל מיט אנדערע אומת, במילא איז הקב''ה מחיוב משפיע זיין שפע פון פרנסה רפואה און גאולה.

- הושענא למען אמיתך: דורך עוסק זיין בתורה תורת אמת ווערן די חיצונים פארברענט און מען קען מתפלל זיין כראוי, ומכאן הקריאה יוצאות פאר יעדער זיך קובע זיין א שיעור פארן דאווענען.
- הושענא למען בריתך: דורך ברית מילה האבן אידן א דין הקדש און עס נעמט אראפ דעם פגם בעולמות העליונים.
- הושענא למען גדלך ותפארתך: אלו ד' מינים שבלולב, דורך דעים וואס מען האלט די ב' מינים ביד ימין וואס איז מער חשוב איז א ראיה אז מען גייט בתר כמות און תשובה מיראה ברבים ווערן די זדונות אויך נתהפך לזכיות, שטייען א עדה קדושה א רבים און הושענא רבה וועט אוודאי ווערן נחתם לטובה ולברכה, און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט געענדיגט די דרשה בערך 3:45, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.

מען האט געזאגט אתה הראית,י''ג מדות, רבש''ע און שיר המעלות פון עשי''ת כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטטער הי"ו (בני ברק).
- פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א (ב"פ) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- בעל קורא: הרה"ח ר' יעקב שרייבער הי"ו (אנטווערפען).
עליות:
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א (מאנטשעסטער), ער האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען די פרישע הונדערטער געסט אנ"ש מעבר לים.
- שלישי: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו (בית שמש).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ג ר' יואל דאסקאל שליט''א (בני ברק).
- גלילה: הרה"ח ר' אהרן מאיר ווייס הי"ו (בני ברק).

מוסף: הגה''צ ר' חיים האלבערשטאם שליט''א. די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה''ג ר' יואל ב''ר בנימין זאב ווייס שליט"א (בני ברק). מען האט געענדיגט ארום 4:30.

עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, און מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יצחק דוד יאקאב שליט''א (ירושלים). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, מען האט געענדיגט 5:15.

בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט, און שפעטער געצינדן די יזכור ליכט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג ערב הושענא רבה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאכמיטאג ארום 6:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת רחל ע''ה אשת חבר פון הגה''ק הייטב לב זיע''א.
נאך מנחה זענען אריין לברך ולהתברך בקו''פ א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנ''ש מעבר לים, וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:20, אנגעטוהן מיטן ווייסן קאפטן, בביתו נאוה קודש.
נאך מעריב זענען אלע דארטיגע אריבער לברך ולהתברך.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה - בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - בעיר עוז לנו ק''ק קרית יואל יצ"ו

וידבר משה את מועדי ה' אל בני ישראל, מתוך שבח והודאה פארן הייליגן באשפער פארן געבן די הייליגע לעכטיגע ימים טובים, בשבחן של ישראל וועלכע האבן געהאט די זכיה צו פראווענען אינאיינעם מיט א היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ''י בליעה''ר מכל רחבי תבל תחת קורת גג אחד, די לעכטיגע הקפות ושמחה אמיתית, כלו אומר כבוד, כבוד התורה וכבוד נותן התורה, בצל קדשו פונעם צדיק כתמר ממשיך דרכם בקודש של רבותינו הק' זיע''א, מאור חיינו הוד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, וואס איז אונז מרומם בחיים של תורה א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט יו''ט שמחת תורה גייט עס אריבער אלע גבולים, שעות ע''ג שעות טאנצט מען מיט אמת'ע אהבת התורה, וחסידים היו מרקדין מיט התעוררות וגעגועין דקדושה, בהתפשטות הגשמיות כמאמר הרה"ק מצאנז זיע"א 'דריי טעג נישט עסן און דריי נעכט נישט שלאפן', און איז משפיע השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, השפעות של שמחה וקדושה, התרוממות הנפש וקרבת אלוקים. אשרי עין ראתה אלה, אשרינו מה טוב חלקינו, מה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו

בתפילה לקל חי מען זאל זוכה זיין מקבל זיין די השפעות משמים אויפן גאנצן יאר לנו ולבנינו עד עולם, מקבל זיין די הייליגע הדרכות פון קדושת רבינו שליט''א, וימים על ימי מלך תוסיף בבריות גופא ונהורא מעליא, עוד ינוב בשיבה טובה, נאך אסאך לאנגע געזונטע יארן לחסות בצל הקודש ולהתחמם לאורו הבהיר, ולאור קדושתו נסע ונלך לקראת משיח צדקינו בעגלא ובזמן קריב


דא וועלן מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוייתן וסדר הימים פון די געהויבענע זמני הרוממות, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגכ"ט תשרי תשפ"ו10/21/2025

בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ניחום אבילים ביי מחותנו האדמו"ר מגארליץ שליט''א היושב ע"פ אחיו הרה"ג ר' יושע צבי יונגרייז ז"ל אדמו"ר מטאלטשאווע ב''פ.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת מעריב אין ביהמ''ד בית ברוך, און דערנאך ביים זיך אומקוקן אויף די בוי ארבעט להרחבת גבולי הביהמ''ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
מוצאי שב"ק, ליל אושפיזא דיוסף צדיקיא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת השלחן אין די סוכה הגדולה ארום 12:00.

דער רבי האט געזאגט דעם סדר האושפיזין, און זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האט מען געזינגען די זמירות למלוה מלכה, מען האט ארויף געגעבן די מאכלים ווי יו''ט, די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט זיי פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א.
- הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר מאנסי.
- הרה"ג ר' משולם נתן שפיגל שליט"א - רב דביהמ"ד אסטראוו קאלאשין מאנסי.
- הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד בית חיים דוד בשכונת פרי מגדים.
- הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א - מו"ץ.
- הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויוסף הוא השליט' און געטייטשט אז יוסף הצדיק האט אריינגעברענגט א כח אין יעדע איד זיך צו קענען מתגבר זיין אויף זיינע נסיונות אין יעדע מצב מען געפינט זיך נאר, און דאס דארף יעדער האלטן פאר די אויגן עד היום הזה, די זעלבע ביי מצות סוכה וואס איז משפיע קדושה זאל מען נישט טראכטן אז דאס איז נאר פאר די בני עליה נאר דאס מיינט מען יעדעם פערזענליך און יעדער שעפט ארויס א קדושה לפי מדרגתו און איז משפיע כל טוב.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

זונטאג, יום ד' דחוה"מ סוכות

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר דוד וואלף עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 10:20. דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט קדיש פאר הודו לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו, מאנסי.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב.
- פתיחה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א, מאנסי.
- כהן: הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
- לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
- שלישי: הר"ר ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר"ר הערשל אשכנזי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יודל ענגעל הי"ו, ב"ב.
- מוסף: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר מאיר פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שבת חוה"מ סוכות, אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

ערב שב"ק ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר ליפא יואל פישער שליט"א. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:15. נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 10:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה. דער רבי האט קודם געזאגט דעם סדר האושפיזין און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א - רב דביהמ"ד שערי תפילה בשכונת העלף האלאו קר"י.

די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט זיי פארטיילט שיריים, אויך האט מען אויפגעגעבן א ספעציעלן קוגל לכבוד די אושפיזא פון רבינו שליט"א.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
- כל מקדש: הרה"ג ר' יעקב שלמה פאנעט שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יצחק ווערצבערגער שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד דברי יואל.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק בהעלותך את הנירות און געטייטשט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעברענגט אין אידישע הערצער א עריבות ומתיקות התורה און דורך דעם קען כלל ישראל הנאה האבן פון עולם הזה.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ.
- ברכת המזון: הבה"ח אלטר יצחק פאנעט שליט"א, המיול"ח נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן קדושת לוי זיע"א וואס די יארצייטן געפאלט דעם פרייטאג כ"ה תשרי.
- קה רבון עלם: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד מהרש''א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים, אויך איז פארגעקומען דער שלום זכר ביי ר' יוסף שלמה ברב"מ מארקאוויטש הי"ו.
- אז ביום השביעי: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א, ירושלים.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:55.

וביום השבת

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:30.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית, צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און דערנאך פארגעזאגט די הושענות פסוק בפסוק.
- פתיחה ביי די הושענות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו, וומסב"ג.

- הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א- מו"ץ, און הר"ר ישראל אויש שליט"א, וומסב"ג.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומסב"ג.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' פנחס שווארטץ הי"ו, וומסב"ג, און הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו, לאנדאן.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב יושע סאנדער הי"ו, וומסב"ג.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו, לאנדאן.
- רביעי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמעון אקערמאן הי"ו.
- שביעי: הרה"ח ר' אברהם ביקעל הי"ו.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
- גלילה: הרה"ח ר' לייב לעבאוויטש הי"ו, לאנדאן.
- מפטיר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: - הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב"ג.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה סאלאמאן הי"ו , לאנדאן.

תפילת מוסף: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
די כהנים האבן געדוכנט כנהוג.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו, וומסב"ג.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל ברא"ש פוקס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:40.

רעוא דרעווין

נאכמיטאג איז דער רבי איז אריינגעקומען צו מנחה ושל"ס ארום 7:00.
- בעל תפלה: הר"ר אלי' הערשקאוויטש שליט"א, וומסב"ג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף מאלח הי"ו, ארגענטינע.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
- לוי: הר"ר יואל גרובער שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו, וומב''ג.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם אלי' פאגעל הי"ו.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין די סוכה הגדולה צו של"ס.

- אודה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט ביי די תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז די צדיקים הקודמים האבן משפיע געווען ישועות פאר זייער דור און פאר די דורות הבאים, און די זעלבע ברוחניות האבן זיי אריינגעברענגט א קדושה וואס גייט אן עד היום הזה, און ממשיך געווען מיט דברי הכנה צו הושענא רבה זאגענדיג אז זכרני ימים מקדם ווען די פריערדיגע צדיקים האבן אויסגענוצט דעם טאג אריינצוברענגען אין אידישע הערצער א התעוררות תשובה און מיט זייער כח קען מען היינט צוטאגס אויך נתעורר ווערן צו תשובה און געהאלפן ווערן מיט כל מיני השפעות.

- ידיד נפש: הרה"ג ר' יואל שטיין שליט"א - חבר בד"ץ התאחקה"ח כדתיא, ומו"ץ בקהלתינו לאנדאן.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א
- מעריב: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה אין די סוכה הגדולה און דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד. מען האט געענדיגט ארום 9:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ח תשרי תשפ"ו10/20/2025

בילדער · 15
יהדות החרדית ברבבותיהם ובראשם אדמורי''ם ורבנים, אין שפיץ פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ביים מחאה אדירה אין מאנהעטן, קעגן דעם טריפה'נע ממשלה בארה''ק וועלכע איז גוזר גיוס בני ישיבות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייז פריערדיגע טעג