בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

פרייטאגה' שבט תשפ"ו1/23/2026

באריכט
פרייטאג בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה גאלדשטיין הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען זענען די פרישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף שבת בצל הקודש אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו.

- פתיחה: הרה"ח ר' יחיאל מיכל אייזענבערגער הי"ו (שיכון סקווירא).
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
- גלילה: ר' ישראל אברהם רובין הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זיע''א וואס איז געווען די יארצייט.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד פארקאש הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט מען געדאווענט מעריב.
נאך מעריב האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' מיט זייערע ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין פאלם ספרינגס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א אין די בראשית יארן אין אמעריקע, הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגד' שבט תשפ"ו1/22/2026

בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף מנוחת הנפש בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
באריכט
דינסטאג בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי ר' זושא מאניפאלי זיע''א.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר''י).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן רבי ר' זושא זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.

אין די נאכמיטאג שעות בערך אום 5 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע געפינט זיך אויך אין פאלם ספרינגס למנוחה, ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינער שמועס בעניני כשרות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה. פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג בא - ר"ח שבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.

- פתיחה: הרה"ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי"ו (קר"י).
- בעל קורא: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר יואל הערש ראטענבערג שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' אלחנן יאקאבאוויטש הי"ו (קר''י).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו (קר''י).
- גלילה: הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו (קר''י).

- מוסף: הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א.

אין די נאכמיטאג שעות, בערך 4 אזייגער, איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

ארום 8:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ פאלקאוויטש הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען זענען די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג