פרייטאג ערש''ק תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' אפרים ברי"ב שטערן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' פנחס נחמן בוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר מרדכי הערש הערשקאוויטש הי"ו.
- ב"ר אברהם יצחק שמואל מערץ הי"ו.
- ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכטן
← ווייזט אלעספרייטאגי' אדר תשפ"ו2/27/2026
דאנערשטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר קלמן אליעזר שמעא הי"ו.
- ב"ר יצחק נתן גאנדל הי"ו.
- ב"ר ארי' ב"ר מרדכי הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און ביים ליינען עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל המנהל שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל, זיידעס, בר מצוה בחורים, און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק בעניני פורים און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אראפ צו ביהמ"ד רב טוב ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט ביי די שמחה זאל וועלכע ווערט געבויעט לטובת די מתפללי הביהמ"ד.
נאכמיטאג ארום 2:00 איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען א לענגערע צייט הרה"ח ר' אברהם יושע גראס הי"ו ובני משפחתו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה והכנה לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט פאר די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים בנוגע די לבושים, נגינה, און התנהגות אום יו"ט פורים, און גערעדט בשבח פון קופת אבני חסד וועלכע צאלן אויס די שטריימלעך פאר רוב חתנים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל דאנא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ג'ברא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' הלל ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יעקב וויזעל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די תלמידים פון מוסד המספיק וועלכע זענען אויפן וועג צו א שבת התוועדות וועלכע קומט פאר אין המספיק רעזארט, די קינדער זענען אריבער אפנעמען ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו פאר די איינגעשטעלטע פונעם מוסד.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א און הר"ר יעקב פעלדמאן שליט"א.
- הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א און הרה"ח ר' וואלף רעטעק הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ עסקני קבוצת אנ"ש אריזאנע אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי וחבר וועד הרוחני, און דער מייסד היישוב הרב יושע רובין שליט"א, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אסיפת אריזאנע וועלכע איז פארגעקומען אין וומסב''ג אין די פארגאנגענע וואכן און דערביי איבערגעקוקט בקורת רוח נייע אפליקאציעס פון אינגעלייט מחשובי אנ"ש איבער ניו יארק וועלכע פלאנירן זיך אהינצוציען, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פרייזן פון די דירות און די פרנסה ערמעגליכקייטן און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל בר"ה מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב לאזאר הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א, ויקרא שמו בישראל: משה יהושע נאכן עלטער זיידע האדמו"ר מישועות משה זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכלי הפאליש, במשף די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און די זיידעס חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א און הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יושע פריעדמאן שליט"א בן הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אבד"ק ברעזשאן שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"ה פליישמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די גבאים פון קופת רבינו - קופת אבני חסד מקבל זיין ברכת הקודש לכבוד יו"ט פורים הבעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה לקראת יו"ט פורים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00.
נאך מעריב איז דער רבי אריין אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ליכטענשטיין הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים ביי די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א, דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח, דערביי האבן די בחורים אנגעהאט קאשקעטלעך לכבוד חודש אדר און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מנהלים און מלמדים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט די היסטאריע פון חסידישע היטן במשך הדורות.
ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' בערל ברמ"י הירש ע"ה, צווישן זיי בניו הרה"ג ר' דוד שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, און הרה"ג ר' מרדכי שליט"א, מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח הישיש ר' יצחק פאגעל ע"ה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךח' אדר תשפ"ו2/25/2026
מאנטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה בונם קאהן הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר ישראל יאקאבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' הלל ניימאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר יחיאל גוטמאן שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו און הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- הרה"ח ר' דוד דוב וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יודא הערש שווארטץ הי"ו.
- ב"ר ישראל רובין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יוסף חיים ווייס הי"ו.
- ב"ר חיים פנחס גאלדשטיין הי"ו.
- ב"ר מאיר בערגער הי"ו.
- ב"ר בנציון פאזנער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק י"א. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברע"מ ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"צ שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
- החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו.
- החתן משה ב"ר יואל שרייבער הי"ו.
- החתן משה אביגדור ב"ר יוסף דוב ראזענפעלד הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 7:45. עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל אהבת ציון זיבענבערגן בארה"ק. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד רב טוב.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שלמה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ בקהל מחזיקי הדת בית שמש.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א דומ"ץ קארלסבורג וומסב''ג.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון דבר שאין לו קצבה.
- קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי אייזיקל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ז' אדר.
- קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מאיר גריסגאט הי"ו (וויען).
מען האט געענדיגט ארום 11:25.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:20.
- ברכות: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יצחק לאקס הי"ו (סיגעיט).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א (מאנסי).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו (וומסב''ג).
עליות:
- כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף גרובער הי"ו - באווארפען.
- שלישי: כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א.
- רביעי: החתן אהרן ב"ר שלמה דוד דאסקאל הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב ב"ר מנחם שמואל פרענקל הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' מרדכי בר"י שווארטץ הי"ו.
- ר' יוסף אלי' בר"י ווערצבערגער הי"ו.
- ר' יעקב אליעזר פארגעס הי"ו.
- ר' מענדל ברה"ב מייזעלס הי"ו.
- ר' יעקב חנוך העניך שעהר הי"ו.
- ר' יושע אליעזר ווייסמאן הי"ו.
- ר' אברהם יוסף בערגער הי"ו.
- שביעי: החתן יחיאל מיכל ב"ר אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן משה ב"ר יואל שרייבער הי"ו - באווארפען.
- החתן יצחק ב"ר משה יודא הירש הי"ו.
- החתן אלעזר בהר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א.
- החתן חיים הערש ב"ר יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו.
- אחרון: החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' שלמה זלמן רייזמאן הי"ו (מאנסי).
- גלילה: הרה"ח ר' ליפא האלפערט הי"ו.
- מוסף: הרה"ח ר' יושע נחמן ברא"ב שרייבער הי"ו (לאנדאן).
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אלי' רייזמאן הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן פראנקעל הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ג ר' שלמה זלמן פריעדמאן שליט"א.
- לוי: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי).
- שלישי: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמעי' לעבאוויטש הי"ו (מאנטרעאל).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען:
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט אז די כח פון לימוד התורה גיבט א תקומה פאר יעדע איד אז נישט קיין חילוק אין וועלכע נידריגע מצב מען געפינט זיך קען מען אלץ צוריק קומען און ח"ו מען זאל זיך מייאש זיין, וויבאלד מיט די כח התורה קען מען ארויסקומען אפילו פון די נ' שערי טומאה.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו.
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה חיים שפיטצער הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:30.
מוצש''ק ארום 10:30 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית בעלזא, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אור החיים צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב הביהמ"ד, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט דער זיידע הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א און די חשוב'ע מחותנים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים אין קרית יואל המורחבת צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים לרגל דאס פארענדיגן דאס ביהמ"ד בהדרו, נדבת הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו פטרון הביהמ"ד.
ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד אויף א מסיבת לחיים, ווי עס האט אויפגעטרעטן הר"ר בערל מרגליות שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, פאר די אנוועזנדע רבני השכונה, און פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פארן חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם וכן תעשו', אויף וואס רש"י זאגט 'וכן תעשו' לדורות, און ארויסגעברענגט אז ווען מען בויעט א ביהמ"ד דארף מען זען עס זאל זיין לדורות, עס זאל זיין א פלאץ פאר די קינדער אז זיי זאלן קענען בלייבן ערליך, און ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד און מעורר געווען די גבאים זאלן זיכער מאכן אז די ביהמ"ד בלייבט א סאטמארע ביהמ"ד סיי אינדערוואכן און סיי שבת מיט אלע פרטים, און אזוי וועט עס זיין א פלאץ צו מגדל זיין די דורות הבאים, און מעורר געווען צו דאווענען נאר און אונזערע בתי מדרשים מיט אונזער השקפה און נאר שיקן אין אונזערע ישיבות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה פאר א שטיק צייט, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די חדרי התפילה און די מקוה המפוארה. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבה מבקשי השם פון ב"פ בהנהלת הר"ר משה בערגמאן שליט"א נאכן וויילן אויף שבת אין קרית יואל המורחבת, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים און דערנאך זענען אלע בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגה' אדר תשפ"ו2/22/2026
פרייטאג ערש''ק תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ברי"א בערקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר זאב פאלאטשעק הי"ו.
- ב"ר מאיר זאב מענדלאוויטש הי"ו.
- ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו.
- ב"ר מיכאל איצקאוויטש הי"ו.
- ב"ר משה אלי' גראס הי"ו.
- ב"ר יוסף אלי' אפענהיים הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען חתנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א היושב ע"פ אמו הרבנית הצ' מסיגעיט ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון שנת האבילות און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ די קינדער יתומים און די עסקנים פון די אור חדש ארגענעזאציע וועלכע האבן אפגעראכטן א שבת התחזקות אין די קעטסקילס, דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק פאר די יתומים און אלע קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דערנאך האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר די עסקני אור חדש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' אלי' בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד שכונת זרע קודש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל, נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו.
דער רבי איז אריין אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די שמחה זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה, און דאן ארויף צום אויבערשטן שטאק און קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג.
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט, מען האט אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה' און ארויסגעברענגט אז יעדע ביהמ"ד פארמאגט קדושת ארץ ישראל, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים און ערליכע בעלי בתים, און דאס נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אינעם קייט פון קהלתינו הק', און מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק', און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און דערנאך ממשיך געווען מיט ההדרכה פאר אנ''ש זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען נאר צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים און שיקן אין אונזערע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה מיט די ספר תורה און געטאנצן מיט די אפענע ספר תורה א לענגערע צייט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיט די ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער נדבן הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו, אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, און מּחמיו הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו, צו טאנצן מיט די ספר תורה.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו יו"ר הנהלת מרכז עזרה ויעוץ בארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע מצב פון גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק, האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 7:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קר"י.
ביים אנקומען אין קר"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:00 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בשכונת חתם סופר אין מּקר"י המורחבת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאביל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א און הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א בן /חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו /בנו וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין שיכון סקווירא און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בקו''פ הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד הקריאה שע"י חומת העיר, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י ומו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו, דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פון די פעולות הוועד און אויסגעשמועסט פילע הוראת והדרכות און מאציל געווען מברכות הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תרומה - ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן עולה זיין גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה בעיר האבות סיגוט יע"א /מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דערביי האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימודי שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף זיין וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א אפנעמען א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין קר"י, דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און משבח געווען דעם נייעם היכל התורה וועלכע איז א כלולת יופי לכבוד התורה ולומדיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 10:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג תרומה - א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה אין שטוב פון ב"ג הרה"צ רבי חיים מאיר ערנסטער שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער.
נאך די מקוה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בתו היולדת אשת נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש און די עלטערע ילדי מוסדותינו הק' ובחורי ישיבתינו הק'.
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו (מאנטשעסטער).
- ב"ר משה יצחק גליק הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר משה יודא וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר יואל נתן גרינפעלד הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר חיים אביגדור קארנבלי הי"ו (לאנדאן).
- ב"ר משה לייב עפשטיין הי"ו (לאנדאן).
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב ארי' לאנגבערג הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל בהתלהבות אש.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.
- בעל קורא: הר"ר יואל קעללנער שליט"א.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) מנדבני ההיכל.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א.
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי) מנדבני ההיכל.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י) מנדבני ההיכל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הר"ר יצחק יעקב ווייס שליט"א בן הגה"צ רבי פנחס שליט"א רב דביהמ"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה החדש היכל לב אהרן צום מעמד קביעות מזוזה, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן גרויסן שער ההיכל, דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל התורה, מען האט געזינגען ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו בשם די וועד בוני ההיכל און האט באגריסט די איבעריגע נדבנים וועלכע מ'האט נישט דערמאנט ביים חנוכת הבית.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א, פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש ואגדה בעניני לימוד התורה אויף עטליכע אופנים, און דערנאך ממשיך געווען מיט מוסר והדרכה, זיך צו קובע לימוד זיין אינעם היכל התורה, עס איז טאקע א שיין היכל אבער א עכטע שיינע היכל איז ווען עס איז פיל מיט לומדים, זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' יעדער לפי בחינתו, און ממשיך געווען בעניני צו דאווענען על הסדר אנגעהויבן פון ברכות, און דערמאנט די סגולה פון אמירת קטורת, בעניני צניעות ביי אנשים נשים וטף פון קאפ ביז פיס, בעניני טעכנעלאגישע כלים, ועוד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א געזעגנט פון רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין ניו יארק צו א חתונה פון אן אייניקל וועלכע איז פארגעקומען מיטוואך אין קר"י.
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו מראה"ק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגופא אהערצוקומען מחזק זיין קהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי מוסדותינו הק' פון אלע יארגענג, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, פאר הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק' און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה.
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער פיר טויזענט שעות רציפות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די עלטערע תלמידי המוסדות אלץ הכנה צום ביקור קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר אלע תלמידים. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל ווי אלע תלמידות זענען געווען פארזאמלט בחצר הבנין, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני צניעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
ארום 2:45 האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה ווי אנ''ש האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה בפו"פ לברך ולהתברך לויט א ספעציעלן סדר.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון ר' חיים היימליך שליט"א ראש הדיינים בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו מראה"ק ובונה ההיכל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' אלחנן טויבער הי"ו (לאנדאן).
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדבנים פטרוני שם ההיכל התורה און ראשי קהלתינו הק' מאנטשעסטער, מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים.
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו מגדולי עסקני קהלתינו הק' און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו הק', וועלכע האבן ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט די פילע פעולות פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף הי"ו לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער.
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן. שושנת יעקב: הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
צום בענטשן איז אריבערגעקומען הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד.
מיטן ברהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו.
ביים ענדיגן האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו מראשי עסקני קהלתינו הק' ובפרט פארן היכל התורה החדש, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמני כניסה פאר ביז ארום 8:15.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הנגיד הנכבד הרה''ח ר' יחזקאל שרייבער הי''ו פון לאנדאן האט אפגעקויפט א גרויסע זכות פאר א ריזן סכום אינעם היכל התורה 'לב אהרן', דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה בעיר מאנטשעסטער יצ"ו אינאיינעם מיט הנגיד המרומם הרב יהושע עוזר האלפערן הי"ו מראה"ק מחזיקי הדת בעיר מאנטשעסטער יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני העיר און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז אריין בפו"פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א און רבינו שליט"א האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג צום עירפארט.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים בנין הת"ת 'בנין ווידער' ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפן נייעם חלק פונעם בנין וואס די ת"ת האט לעצטנס אפגעקויפט, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג 'שער ראזענבערג' און דערנאך אריין אינעם בנין אויף א קורצע מסיבת לחיים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע חברי הנהלת המוסדות און די עסקנים. מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און דער רבי האט ממשיך געווען די וועג צום לופטפעלד.
ארום 9:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם עירפארט, און דער רבי איז אריין אין א זייטיגן צימער ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים מיטן אנוועזנדן ציבור.
ארום 9:30 איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטן פליגער און נאך א קורצע צייט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער.
אויפן פליגער האט דער רבי עוסק געווען אין זייער שיעורים א לענגערע צייט, און שפעטער האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס מיט די מיטרייזענדע איבער פארשידענע היסטאריע קאפיטלך בקורות עם ישראל.
ארום 12:00 האט דער פליגער געלאנדעט אינעם טיטער-בארא עירפארט און נאכן מסדר זיין די פארמאליטעטן איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י. דער רבי איז אנגעקומען אהיים ארום 1:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג, דינסטאג תרומה - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:15 אינעם מאנטשעסטער עירפארט ווי עס האבן אפגעווארט נכבדי אנ''ש הרבנים הגאונים שליט"א והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק', אין שפיץ פון הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט א וועג פון ארום 40 מינוט אין די קאר פונעם בונה ההיכל הרבני הנכבד מוה"ר חיים יוסףס גרינפעלד הי"ו מראה"ק צו די אכסניא אין שטוב פון הגה"ח ר' לייבל טויבער שליט"א.
נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.
ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק', און נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב"ק בדרוש ואגדה און דברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע פרטים וואס עס פארלאנגט זיך פון א סאטמארע בחור בעניני תפילה, לימוד התורה, חסידות, טעכנעלאגישע כלים, און די גאנצע התנהגות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל קעללנער שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א גארטל פאר אלע בחורים.
ארום 8:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגער שמועס בדברי תורה והלכה, דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מהורדענקא שליט"א בבית מדרשו, עס איז אויך אנוועזנד געווען ח"א הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען. און נכדו הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א מדייני קהלתינו מאנטשעסטער.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט און האדמו"ר מהורדענקא שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו אור יצחק, מען האט אריינגעברענגט מזונות און קוגל און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש, האדמו"ר מהורדענקא האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו הגדול אויף א באזוך אינעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן.
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן היכל און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו מראה''ק ובונה היכל המפואר לב אהרן, דער רבי האט שטארק באוואונדערט די שווערע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט צוצושטעלן אלע פרטים אויפן שענסטן אופן כראוי לכבוד התורה ולתועלת פאר די לומדי ההיכל.
ביים ארויסקומען פונעם היכל האט אפגעווארט און שלום גענומען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט פילע אנ''ש תושבי לאנדאן צום מעמד חנוכת הבית וקבלת פנים.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע, און פילע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און זיך דערנאך געוואשן צו די סעודה, מען האט מאריך געווען מיט ניגוני תורה לכבוד המאורע.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים און אויפגערופן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער בפרט און בשם אלע אנ''ש פון אייראפע.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור ובמיוחד פאר די בוני ההיכל הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וחתנו האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו.
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן ומגדולי נדבני ההיכל זאל אויפטרעטן לכבוד המעמד און דערנאך אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, און דערנאך ארויפגערופן די איבריגע שותפים נכבדים פטרוני שם ההיכל אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, ה"ה הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, האברך ר' שמואל בענעדיגט הי"ו, הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו, הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, און צום לעצט הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה א זילבערנע האניג האלטער.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו מראשי חברי הנהלת ההיכל בארה"ב.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק והדרכה, דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא פון די שטאט מאנטשעסטער מיט אירע חשובע רבנים, בעלי בתים, אברכים, און קהלתינו הק' בפרט, און ממשיך געווען בדברי דרוש ואגדה מיט עטליכע בחינות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה וואס אין דעם זכות איז געווען די נס פורים און געזאגט אז איינער וואס איז עוסק בתורה טוישט עס די גאנצע מענטש, זיין דאווענען איז אנדערש, און זיין גאנצע התנהגות איז אנדערש, און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מעמד ווי מען באנייט א היכל התורה ספעציעל אויף צום לערנען, עס איז טאקע געבויעט געווארן פאר חברי קהלתינו הק' אבער עס איז געמאכט פאר אלע תושבי העיר, יעדער וואס זיכט א רואיגע פלאץ צו לערנען ערב ובוקר וצהרים איז געלאדענט צו מרבה זיין לומדי תורה, אונז האמיר דאס שוין אויף אנדערע מקומות און עס האט געוויזן אז ישראל קדושים הם און עס איז מרבה לומדי תורה און דאס טוישט יעדעמס התנהגות, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אזויפיל געלטער צו מקיים זיין ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אזוי אויך די חשוב'ע עסקני ההיכל ישלם ה' פעלם וצדקתם עומדת לעד, און מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג תרומה - יומדהל"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר ארום 6:00 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:10 איז דער רבי ארויף צופיס צום בית החיים בעיר האבות סיגוט, פוקד צו זיין די ציונים הקדושים פון אבותיו רבותינו הק' העצי התמרים זיע''א, ביומא דהילולא קדישא פון זקינו הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א, אינאיינעם מיט די הונדערטער אנ''ש איינצורייסן למען הכלל והפרט להפקד בדבר ישועה ורחמים.
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריין אינעם אוהל הק' באימה וביראה וברגש קודש און געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט ביי יעדע פון די ציונים פון מרן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו"ט, העצי חיים זיע''א, און אויך ביים ציון פון הגה"ק רבי משה יוסף ז"ל אבד"ק אוהעל.
דער רבי איז צוריק צום ציון פונעם קדושת יו''ט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און נאך עטליכע מינוטן האט דער רבי אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך המקובל פון הגה''ק הישמח משה זיע''א מיט בכיות עצומות, און דערנאך פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון מיט בכיות א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש, און דערנאך געלערנט די משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זיע''א, דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור צו איבערגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט''א וואס דער רבי האט געליינט און דערנאך אראפגעלייגט ביים ציון הק', און דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' א לאנגע צייט.
דאן איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון פונעם ייטב לב זיע''א אראפגעלייגט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון פונעם עצי חיים זיע''א.
ארום 8:40 האט דער רבי פארלאזט דעם אהל הק' האבנדיג געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און צוריק שפאצירט צום שוהל הויף.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית מעוטף מיט טו"ת, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית לרגל די הילולא קדישא.
- פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן).
- בעל קורא: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י).
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו (קר"י).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון א צדיק גייט נישט לריק און פארציילט א מעשה פונעם בעל הילולא וועלכע האט געזאגט אז זיינס א ברכה גייט נישט לאיבוד, אויב נישט תיכף דאן שפעטער, דער רבי האט אויסגעפירט אז דער בעל הילולא בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען אויף זיין ציון און עס איז זיכער אז יעדער האט געפועלט אלעס גוטס, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:30 האט דער רבי פארלאזט דעם שוהל הויף אויפן וועג צום באניע לופטפעלד, ווי ארום 3:15 האט זיך דער רבינ'ס פליגער געהויבן ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער לפאר בראש פונעם חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש "היכל לב אהרן".
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מסע קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע"א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מסע קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין עיר האבות סיגוט יע"א לרגל די הילולא קדישא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און דערנאך קיין מאנטשעסטער לפאר בראש מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן
מוצש''ק משפטים, זונטאג, מאנטאג תרומה - עיר האבות סיגוט
מוצש''ק ארום 11:00 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום טיטער-בארא עירפארט פון ווי דער רבי אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים ופרנסי הקהלה האבן זיך געהויבן ארום 12:40 מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין באניע רומעניע.
אויפן פליגער האט רבינו שליט"א עוסק געווען בתורה אין זיינע קביעות'דיגע שיעורים א לענגערע צייט.
ארום 5:00 פארטאגס ניו יארקע זייגער האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען שחרית אויפן פריוואטע פליגער. בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 3:30 נאכמיטאג (8:30 אינדערפרי ניו יארקער צייט) האט די פליגער געלאנדעט אינעם באניע לופטפעלד.
נאך מסדר זיין די פארמאליטעטן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג פון ארום איינס אהאלב שעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען בעיר האבות סיגוט ווי דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום ביהמ"ד עצי התמרים אינעם היסטארישן שוהל הויף, דער רבי האט זיך באגריסט מיטן אנוועזנדן ציבור, און נאך א קורצע צייט געגאנגען אין מקוה.
נאך די מקוה האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל משה ארי' אינעם שוהל הויף, בעל תפילה: הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען, צווישן אנדערע זענען אריבער פילע אנ''ש פון ארה"ק און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די הילולא קדישא בצל הקודש פון רבינו שליט"א.
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל משה ארי'. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מעריב איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום שלחן הטהור וסעודת הילולא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ג' און פילע אנ''ש.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען ביי רבותינו הק' זיע''א.
ביים אמירת לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', און נאך די פלייש דערציילט סיפורי קודש, און ארומגערעדט איבער די היסטאריע און די השתלשלות פון די רבנים אין שטאט סיגוט אנגעהויבן ביי זקינו הגה"ק רבי אלעזר ניסן זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל ייטב לב זיע''א און דערנאך ביי מרן הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א ואחריו הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א, און דערביי ארויסגעברענגט די כח הנהגה ורבנות פונעם בעל הילולא זיע''א.
דער רבי האט ממשיך געווען בקול רגש און געזאגט אז מען גרייט זיך ארויפצוגיין פוקד זיין די ציון הק' וכשם שבא לראות כך בא ליראות... מען קוקט זיך אן און עס כאפט אן א בושה ווער בין איך ארויפצוגיין צום זיידנס ציון, אבער אז מען גייט ארויף אינאיינעם מיט די בחורים טרייסט מען זיך אז אין דעם זכות וואס מען איז ממשיך דעם דרך פונעם בעל הילולא אויפצושטעלן חסידישע בחורים אין דעם זכות קען מען ארויפגיין צום ציון הק' און אויספועלן אלעס גוטס.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די דיבורים און תפילות פון א צדיק לאזט א השפעה לדורות עולם פאר ווער עס גייט אין זייערע דרכים, און דער בעל הילולא איז זיכער משפיע כל טוב פאר אלע וואס זענען געקומען צופארן פוקד זיין דעם ציון הק' און פאר גאנץ כלל ישראל. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 10:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת משפטים - שבת שקלים - מברכים חודש אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
- החתן משה יודא בן הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א.
- החתן יצחק דניאל ב"ר יוסף חביב מאסרי הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 7:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה''ק שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הר"ר שמעון שישא שליט"א (ירושלים).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ו' להוסיף או ו' לחלק.
- קה אכסוף: הרב מענדל הערש פאנעט שליט"א (סטעטן איילענד).
- ברכת המזון: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק הטורי זהב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"ו שבט, און ממשיך געווען מיט סיפורים פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע לרגל די הילולא קדישא מאנטאג כ"ט שבט.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו (וומסב''ג).
- אור פניך לכבוד שבת שקלים: הרה"ג ר' יוסף אשר זילבערשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, און דער רבי האט עס געזינגען בהתעוררות רב ובבכיות.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב פריינד הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 12:00.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:25.
- ברכות: הרה"ח ר' חיים קארנבלי הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א, מו"ץ.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית ויוצר, און מען האט געזינגען ביי מכלכל חיים און ממקומך כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג) און הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי"ו.
- לוי: החתן מנחם זאב בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - באווארפען.
- שלישי: הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א.
- רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו.
- חמישי: החתן משה יודא בן הר"ר שלמה אלעזר שפילמאן שליט"א - באווארפען.
- שישי: החתן אלעזר בן הר"ר אשר אנשיל ווייס שליט"א - באווארפען.
- שביעי: החתן יצחק ב"ר משה יודא הירש הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן חיים הערש ב"ר יושע וואלף מיטטעלמאן הי"ו - באווארפען.
- החתן ישראל ב"ר יואל אלכסנדר שטערן הי"ו.
- החתן גדלי' ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו.
- החתן מנחם משה בן הר"ר יואל ברי"ח גרינוואלד שליט"א.
- אחרון: החתן משה נחמן ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו - באווארפען.
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
מפטיר - קריאת פרשת שקלים: רבינו שליט''א, דער רבי האט געזאגט א לשם יחוד און געליינט די קריאה בהתעוררות רב.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יחיאל שלמה שטערן הי"ו
- ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו.
- ר' מענדל מערץ הי"ו.
- ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מאיר יצחק ווייס הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, אין צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת שקלים, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים כנהוג בהתעוררות רב.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר שלום יוסף סאמעט שליט"א.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הר"ר שמעון שישא שליט"א.
- שלישי: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די קריאה פון פרשת שקלים 'זה יתנו כל העבר על הפקדים מחצית השקל בשקל הקדש' און געטייטשט אז דורך תשובה און לימוד התורה איז מתקן סיי די עצם עבירה און סיי אז אין די צייט וואלט מען געקענט מקיים זיין א מצוה, און מעורר געווען אז יעצט בסיום ימי השובבי"ם דארף מען זיך מקבל זיין א קבלה טובה אויף להבא צו נזהר זיין פון אן עבירה בדיבור במעשה ובמחשבה און עוסק צו זיין בלימוד התורה.
- ידיד נפש: הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן הערש הירש הי"ו (וומסב''ג).
- שושנת יעקב: הרה"ח ר' יואל אלכסנדר שטערן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זיע''א כ"ט שבט.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור אינאיינעם און אנגעוואונטשן מען זאל זיך בקרוב זען געזונטערהייט, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות לרגל די נסיעה קיין עיר האבות סיגוט יע"א און דערנאך קיין מאנטשעסטער.מען האט געענדיגט ארום 8:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה מתלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה מקור חיים פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"צ ר' ברוך האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ט שבט תשפ"ו2/16/2026
מאנטאג תרומה 4:18 נאכמיטאג אין מאנטשעסטער די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א האט יעצט געלאנדעט אינעם ארטיגן עירפארט, ווי רבינו שליט''א איז אפגעוואפט געווארן דורך א גרויסער ציבור אנ''ש אין שפיץ פון הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.
רבינו שליט''א וועט צופארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא ווי רבינו שליט''א וועט דאווענען מנחה.
פארנאכטס וועט פארקומען דעם גרויסן מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
רבינו שליט''א וועט צופארן א וועג פון 40 מינוט לבית האכסניא ווי רבינו שליט''א וועט דאווענען מנחה.
פארנאכטס וועט פארקומען דעם גרויסן מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
זונטאגכ"ח שבט תשפ"ו2/15/2026
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך מוצש''ק משפטים אום 12:40 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א פונעם טיטער-בארא עירפארט, די פליגער וועט לאנדען אין שטאט באניע, רומעניע מארגן נאכמיטאג 3:00 ארטיגע זייגער (8:00 אינדערפרי ניו יארקער צייט).
זונטאג נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אנקומען אין עיר האבות סיגוט ווי דער רבי וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בעצם יומא דהילולא כ''ט שבט.
מאנטאג וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער צום מעמד חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש 'היכל לב אהרן'.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
זונטאג נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אנקומען אין עיר האבות סיגוט ווי דער רבי וועט פוקד זיין דעם ציון הק' פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו''ט זיע''א בעצם יומא דהילולא כ''ט שבט.
מאנטאג וועט דער רבי ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג קיין מאנטשעסטער צום מעמד חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש 'היכל לב אהרן'.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ו2/13/2026
פרייטאג ערש''ק משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 5:20 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם, בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 7:10, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף מעיין התורה פון ב''פ בהנהלת הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א.
ביים אנקומען איז דער רבי צום ערשט אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל ברי"י פריינד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל ורמ"י הישיבה, פארן בר מצוה בחור, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש 'נתקשה משה במחצית השקל הראה לו הקב"ה מטבע של אש' און ארויסגעברענגט אז ווען מען טוט א מצוה מיט א ברען ובהתלהבות אש האט עס א גרעסערע חשיבות ביי הקב"ה, און מעורר געווען די בחורים צו דאווענען מיט א ברען און טוהן אלע מצוות בהתלהבות אש, און ממשיך געווען מיט הכנה צום יו"ט פורים הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר חיים יעקב מרדכי זופניק הי"ו.
- ב"ר אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 3:50 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד יום האיחוד" פון די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד, און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד פארנט פונעם ארון הקודש, מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים, דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה, התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר די מנהלים אפצושיקן צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ארה"ק און אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 5:20.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יואל צבי הירשפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' שלמה הערש ברא"י עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע צוליב א משפחה ביקור חולים באזוך, אינאיינעם מיט עטליכע עסקני מרכז עזרה ויעוץ פון אמעריקע.
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען בנוגע די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק ווי פילע בחורים ווערן ארעסטירט וועכענטליך, און מאמענטאל געפינען זיך קרוב צו הונדערט טויזענט! בחורים און אינגעלייט אין א מצב פון משתמטים און קענען האבן פראבלעמען טאג טעגליך, דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג איבער די וואס ווילן מאכן פשרות בנוגע די גזירה וואס דאס ברענגט אריין א קאלטקייט און א הכשר ביי די שוואכערע בחורים, און דאס ברענגט אז ליידער שטעלן זיך פילע בחורים פון אלע קרייזן צום טמא'נע מיליטער ה"י, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דינסטאג אויפדערנאכט בעת די זמני כניסה האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרבנים הגאונים שליט"א בני הגאון הגדול רבי אליקים שלעזינגער זצ"ל ר"י הרמה לאנדאן.
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שבתי ראזענוואסער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד ברוך ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און ציצית, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חאלאקע אינגל און פאר בנו הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א ובני משפחתו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו 18'טע עוו. ב"פ.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל טעללער הי"ו.
- הרה"ח ר' נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ד שבט תשפ"ו2/11/2026
דינסטאג משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג', און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די חשיבות פון אמירת תהילים ולימוד התורה בימי השובבי"ם. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:20 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א מסיבת לחיים אין שטוב פון הרה''ח ר' יקותיאל אהרן דוד ווייס הי"ו לרגל נשואי בנו למז"ט, דערביי האט ער מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת א מקוה טהרה החדש דקהלתינו הק' וועלכע ווערט יעצט געבויעט בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג.
עס זענען אנוועזנד געווען הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד לב אהרן בשכונת סאוט אכט אין וומסב''ג. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נשואין און איבער הרחבת גבולי קהלתינו הק' אין לינדען.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט ארום 8:45 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון גינת אסתר צו די שמחת התנאים פון נכד רבינו החתן הרב יואל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יחזקאל דוד זינגער שליט"א ר"מ בישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די עלטער זיידע הגה"צ אבד"ק פאשקעוויץ טשענסקאוויץ שליט"א צו ליינען די תנאים.
- עדי תנאים: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו און ר' יצחק הערש מיטטעלמאן הי"ו.
- ערב קבלן מצד החתן: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי"ו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, ארום 9:15 האט דער רבי פארלאזט די זאל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:25 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יצחק צבי סופר שליט"א מרבני ראכמיסטריווקא מקבל זיין ברכת הקודש אין באגלייטונג פון בנו הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
