דאנערשטאגו' אייר תשפ"ו4/23/2026
מיטוואךה' אייר תשפ"ו4/22/2026
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
מאנטאגג' אייר תשפ"ו4/20/2026
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
זונטאגב' אייר תשפ"ו4/19/2026
שב''ק פרשת תזו''מ - ב' דר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - אויף מנוחת הנפש בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, אין א שטילע געגנט אין קר"י המורחבת
ערש"ק נאכמיטאג ארום 3:00 האט רבינו שליט''א געמאכט ברכת אילנות אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד שע''י בית האכסניא מעוטף בטליתו, וואו עס האבן מיטגעדאווענט במשך דעם שבת אן ענגע ציבור מתושבי השכונה און געציילטע מקורבים ונכבדי אנ"ש, און דער רבי איז צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברא''ש וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 9:35, און די מתפללים זענען אדורך זאגן גוט שבת.
רבינו שליט''א האט געפראוועט דעם שלחה''ט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא. ארום 11:30 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות וד"ת.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה, קרית יואל.
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' שמעון דייטש שליט''א רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי קר''י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני ימול בשר ערלתו' לא נתקררה דעתו של איוב עד שהגיע לפרשת אשה כי תזריע און געטייטשט מיט א לענגערן דרוש אין די סוגיא פון קנין פירות כקנין הגוף.
- קה אכסוף: הר"ר לוי יצחק בארזסקי שליט"א מנה"ר במתיבתא הק' סניף ויואל משה.
- ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון הרה''ק רבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב''ק א' אייר.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 9:50
- פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ).
- שחרית: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. פאר הלל האט דער רבי אים פארבעטן ממשיך צו זיין באמירת הלל.
- הוצאה והכנסה: ר' משה שטיין הי"ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א, דומ"ץ ביהמ"ד אהל בתי'ה.
עליות.
- כהן: הרה"ג ר' שלמה יעקב הערמאן שליט"א.
- לוי: הרה''ח ר' שמעון בר''א לעווי הי''ו.
- שלישי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו.
- רביעי: הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו (וומסב''ג).
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו (וומסב"ג).
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' יודא היימאן הי"ו (וומסב"ג).
- הוספה: הרה''ח ר' משה מוטצען הי''ו (וומסב''ג).
- אחרון: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.
- מפטיר - קריאת ר''ח: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
- גלילה: ר' יואל ברא"ש וויינבערגער הי''ו.
- מוסף: הרה''ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: ר' ישעי' יצחק וויינבערגער הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:15
- מנחה: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח יואל בערנאטה הי''ו.
- בעל קורא: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו.
- כהן: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- לוי: הרה''ח ר' יואל ברמ''ב לאנדא הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' אברהם סופר הי''ו (וומסב''ג).
- הולכת הס"ת: הרה"ח ר' חיים שלמה זינגער הי''ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- שיר המעלות: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תהיה תורת המצורע ביום טהרתו' און געטייטשט אז דער כח התורה מגין צו זיין ברוחניות ובגשמיות קען נאר זיין מיט ריינע מחשבות און נאר אזוי ווערט מען ניצל פון אלע שלעכטס און די כח התורה איז מגינא ומצלא.
- ידיד נפש: הרה''ח ר' אברהם סופר הי''ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי''ו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו, דער ציבור איז אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 10:10.
הבדלה האט רבינו שליט''א געמאכט אויף א פריוואטן פארנעם בבית האכסניא.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגל' ניסן תשפ"ו4/17/2026
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי ברכת אילנות היינט ערש"ק נאכמיטאג אין חצר פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
פרייטאג תזו"מ - א' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף ארי' כהנא הי"ו.
- ב"ר יואל ברד"א יאקאב הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק שטיין הי"ו.
- ב"ר חיים בנימין בראך הי"ו.
- בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
- מוסף: ר' שמואל יודא הערשקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שמואל פישער הי"ו.
- ב"ר יואל דוד ווייס הי"ו.
- ב"ר אברהם העכט הי"ו.
- בעל תפילה: ר' הלל פאגעל הי"ו.
- פתיחה: הרה"ח ר' יואל דוד ווייס הי"ו.
- בעל קורא: הר"ר יואל עקשטיין שליט"א.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אברהם העכט הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל פישער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב ברמ"ד מאסרי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די בר מצוה בחורים.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: הבה"ח אברהם יעקב ב"ר שלום משה פעלדמאן הי"ו, און ארום 9:00 האט מען מעריב, בעל תפילה: הבה"ח משה ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר עזריאל מאיר שעהנברוין הי"ו.
- בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' חיים מענדל בן הר"ר יואל עקשטיין שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די מיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 2:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום בית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגענטער אין קרית יואל המורחבת ווי דער רבי וועט וויילן אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע וואך צייט.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' שמשון מיטטעלמאן הי"ו, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' ישראל ב"ר משה יוסף פריעדלענדער הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג תזו"מ - כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' גרשון שווארטץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש ובחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד מיט גרויס התעורורות.
- פתיחה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- לוי: הב' הבר מצוה ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
- גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
צו תהילים איז צוגעגאנגען נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק זאגענדיג אז מען שטייט שוין היינט ביי די צוואנציגסטע יארצייט, עס איז שוין אריבער צוואנציג יאר - א גאנצע דור פון די פטירה, און ארויסגעברענגט די פעולות פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א צו פארשפרייטן אידישקייט, ובפרט זיינע פעולות פאר הרבצת התורה במשך אלע זיינע יארן, אין קערעצקי, זענטא, תיכף נאכן קריג, און אלע יארן אין אמעריקע, סיי פאר בחורים און סיי פאר אינגעלייט, און אזוי אויך זיינע פעולות אויפצושטעלן פרישע דיינים ומורי הוראות, און מסיים געווען בברכת 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 2:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א ברית לבן הנולד אצל ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו, און דער משמש הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.
פארנאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה ארום 8:30 האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום שלחן הטהור וסעודת הילולא.
נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט קדיש, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו של רבי הבעל ההילולא זיע''א.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א רב דביהמ"ד קעניזשא מתלמידי בעל הילולא.
ארום 9:35 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש וחובת השעה און האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אשה כי תזריע וילדה זכר' א צדיק וואס איז משפיע פאר אנדערע אידן האט די הבטחה פון 'כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו' און עס אויסגעשמועסט באריכות במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און מאריך געווען איבער גדלתו וצדקתו בג' עמודי עולם, זיינע פעולות לרוב בכל ענינים, זיין התמדת התורה און הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע ווארימע תפילות יוצאות מן הלב הטהור איז געווען נכנסים ללב, די מלחמת ה' קעגן טומאת הציונות, זיינע הייליגע תפילות וואס ער האט מתפלל געווען פאר אידישע קינדער וואס זענען געקומען בצל קורתו נאך א ישועה, ער האט גע'פועל'ט ישועות פאר אידישע קינדער, מה כאן עומד ומשמש, אף שם בעולם העליון איז ער עומד ומשמש און איז מתפלל בעדינו ובעד כל ישראל.
דערנאך ממשיך געווען בענינים העומדים על הפרק ובפרט בנוגע קדושת עיר קרית יואל לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, דער פעטער ז''ל איז עומד על המשמר ער האט א גרויסע הקפדה אויף ווער ס'טוט א פעולה אריינצומישן דא תושבים מיט אנדערע השקפות, אפילו זיי זענען יראי ה' אין אנדערע ענינים ..און איך וויל ווארענען יעדן איינעם וואס האט א חלק אין דעם הזהרו בגחלתו! ..און איך פרעג, ווער האט נישט מורא פאר די הקפדה. בשבח פון 'קרן קרית יואל' און די בתי מדרשים אין אלע שכונות אין קרית יואל המורחבת וואס דערהייבט דעם קדושת המקום. זיך האלטן צו די דירות פרייזן אין קרית יואל בכל תוקף ועוז. פאר כלל חסידי ברוקלין ווערן געבויט הונדערטער דירות פארן פרייז פון בלויז $200 פער סקווער-פוס!!! בעיר ואם בישראל 'מאנטיסעלאו' יצ"ו.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער החזקת מוסדות יטב לב זאגענדיג 'דאס דביקות פון אנשי שלומינו אינעם פעטער ז"ל דער מייסד המוסדות און אינעם טאטן ז"ל ווענדט זיך אין די שייכות וואס מ'האט צו מוסדות יטב לב!', דערנאך איבער החזקת כולל עצי חיים בארה"ק, די שווערע מצב אין ארה"ק סיי בנוגע די מלחמה און סיי בנוגע די גזירה פון גיוס בני ישיבות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 10:25.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא בר"י קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הדברי חיים מצאנז זיע''א .
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- ב"ר יחזקאל קרויס הי"ו.
- ב"ר מיכל וויינגארטן הי"ו.
- ב"ר משה חיים ווידער הי"ו.
- ב"ר משה דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי בהיכלי הפאליש לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון ר' שלום יואל פריעד הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די ברית'ן לתאומים הנולדים לו למז"ט ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאך די ברית'ן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו. און הרה"ח ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו האט געמאכט די מי שברך כנהוג.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פאר מנחה געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:45 ביז 2:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די לעצטערע שבתים און מעמדים וואס האדמו"ר מליזענסק שליט''א האט געפראוועט בתוככי ישיבות קטנות אין קר"י און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ הר"ר שמואל שלמה טעללער שליט"א און הר"ר יצחק מיטטעלמאן שליט"א מוצאי לאור פון ספרי 'ומשה היה רועה' ו"ח לרגל דאס איבערדרוקן די ספרים לכבוד די צוואנציגסטע הילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט אין די פרישע צוגעלייגטע קאפיטלעך אינעם ספר און פארציילט פרישע זכרונות פונעם מר אביו רביה"ק זיע''א, און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה, און מאציל געווען מברכת קדשו און פארטיילט מטבעות פאר די עסקני החבורה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל"ק פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאגכ"ט ניסן תשפ"ו4/16/2026
סעודת הילולא רבתי כ''ו ניסן יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע"א, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי אנ''ש בהיכלי ביהמ''ד הגדול דקרית יואל יצ''ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מיטוואךכ"ח ניסן תשפ"ו4/15/2026
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
דינסטאגכ"ז ניסן תשפ"ו4/14/2026
שב''ק פרשת שמיני - מבה"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו
מען האט געענדיגט ארום 9:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול צד צפון, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
די חלות האבן געהאט א צורה פון א שליסל כנהוג. אין די זופ איז געווען קניידלעך, און מען האט אויפגעגעבן מצה כנהוג צווישן פסח און שבועות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א.
- מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'כיון שראה איוב מיתת בני אהרן אמר על זאת יחרד לבי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ארץ ישראל מוחזקת לאבותינו.
- קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א לרגל די יומדה"ק וואס געפאלט מאנטאג כ"ו ניסן.
- קה רבון עלם: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:20.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:45.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א.
עליות.
- כהן: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא קר''י.
- לוי: הב' הבר מצוה בן הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- רביעי: בעל שמחה נכד רבינו הר"ר משה מייזליש שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט, ויקרא שמה בישראל: לאה רילא ע"ש די באבע הרבנית מסיגעיט ע"ה.
- חמישי: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל ר' יואל זיאד הי"ו.
- שביעי: הר"ר יואל ברי"ש וויינבערגער שליט"א.
- אחרון: הרה"ח ר' אהרן יוסף בערגער הי"ו.
- מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' ראובן מאלח הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם ביקסנשפאן הי"ו (לאנדאן).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א כ"ו ניסן.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו משמש.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא בהיכל הביהמ"ד צד צפון, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הר"ר משה מייזליש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז עוסק בפרו ורבו איז מען חושש אויף קיום העולם, איז הקב"ה זיך אויך נוהג מיט אים די זעלבע און איז חושש אויף קיום העולם און איז משפיע השפעות טובות, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.
נאכמיטאג ארום 6:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק א' משנה א' 'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' און אויפן מדרש 'הים ראה וינוס', און געטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי מוסר אז כלל ישראל האט א דין הקדש און דארף זיך פירן ווי עס פאסט זיך פאר הקדש אפילו ווען עס איז שווער, ובפרט בנוגע דאווענען ליל שבת פרי ביים זמן, און בנוגע גיין אנגעטוהן מיט א בעקיטשע ביי די סעודת שבת און אינטערן קיטל ביים סדר און יום הקדוש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב און געזאגט אז מען שטייט נאך אין חודש ניסן און מען האפט אז בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל. מען האט געענדיגט ארום 7:50 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלכסנדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).
- כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ד קאהן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' אלישע יואל ראזענפעלד הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו' און געטייטשט אז אזוי ווי ביי א מקוה זאגט מען אז עס איז מטהר אין איין רגע אפילו פון א טומאה וואס גייט שוין אן א לאנגע צייט, אף הקב"ה מטהר את ישראל און ווען א איד האט א הרהור תשובה אמיתיות איז אים הקב"ה מטהר פון אלע עבירות וואס ער האט געטוהן, און אפילו אויב מען זינדיגט ח"ו נאכאמאל אפילו כמה פעמים איז אים הקב"ה אויך מטהר ווען מען טוט תשובה, און מען טאר זיך נישט לאזן ווערן איבערגערעדט פונעם יצר הרע וואס פרובירט איינצורעדן אז מען איז שוין פארפאלן, נאר מען דארף זיך שטארקן און וויסן אז עס איז אלץ דא א וועג ארויס אין יעדע מצב וואס מען געפינט זיך.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ''ו ניסן.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:20.
מוצאי שב"ק בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען אן אסיפה מיטן וועד הרחבת גבולי העיר קרית יואל, ווי ס'איז אויסגעשמועסט געווארן די ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן ברוחניות מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה אין אלע שכונות בקרית יואל המורחבת, און די איבערפלוס פון דירות וואס שטייען צום פארקויפן אין די אלע געגנטער, וואס ברענגט אז די ארטיגע דירות פרייזן זאלן פאלן נידעריגער ווי די $250 פער סקווער-פוס תקנה.
אויך זענען אריין בקו"פ א דעלעגאציע פון ק"ק ומוסדות התורה בעיר מאנטיסעלאו וועלכע האבן געצייגט פארן רבין דעם שיינעם לעבנס שטייגער בגשמיות וברוחניות פון די קרוב צו הונדערט איצטיגע תושבי עיר מאנטיסעלאו און די ענדגילטיגע פערמיטן פאר די איבער 300 נייע הערליכע דירות וועלכע מהאט יעצט אהנגעהויבן צו בויען פאר גאר ביליג (אינטער $200 פער סקווער-פוס) פאר פרישע תושבים פון כלל חסידים איבער גרעיטער ניו יארק וועלכע זיכן זיך אריבער צו ציען בקרוב, דער רבי האט אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג שמיני ב' - אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א.
- תאומים בני ר' יוסף יוזפא ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר דוד מיטטעלמאן הי"ו.
- ב"ר יואל גאלדשטיין הי"ו.
- ב"ר ליפא כ"ץ הי"ו.
- ב"ר שלמה יצחק איידליס הי"ו.
- ב"ר שמואל יודא מנשה גאלדבערג הי"ו.
- ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
- ב"ר יצחק ווייזער הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ש ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר יואל בלייך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
עוד מדברו"ק של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, אצל סעודת הילולא קדישא כ"ו ניסן, בביהמ"ד הגדול קרית יואל, בנוגע:
- דירות פרייזן 'אין צענטער פון קרית יואל' לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, פאר בלויז $300 פער סקווער-פוס!
- דירות פרייזן אין 'קרית יואל המורחבת' לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, פאר אינטער $250 פער סקווער-פוס!
- איבערפלוס פון דירות אין 'קרית יואל המורחבת' וועט אראפברענגן די דארטיגע פרייזן צו נאך ביליגער!
- הונדערטער דירות ל'כלל חסידים', פארן פרייז פון בלויז $200 פער סקווער-פוס!!! בעיר ואם בישראל 'מאנטיסעלאו' יצ"ו!
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
- דירות פרייזן 'אין צענטער פון קרית יואל' לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, פאר בלויז $300 פער סקווער-פוס!
- דירות פרייזן אין 'קרית יואל המורחבת' לתלמידי וחסידי רבותיה"ק זיע"א, פאר אינטער $250 פער סקווער-פוס!
- איבערפלוס פון דירות אין 'קרית יואל המורחבת' וועט אראפברענגן די דארטיגע פרייזן צו נאך ביליגער!
- הונדערטער דירות ל'כלל חסידים', פארן פרייז פון בלויז $200 פער סקווער-פוס!!! בעיר ואם בישראל 'מאנטיסעלאו' יצ"ו!
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מתוך דברו"ק של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
בגודל חיוב החזקת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו
אצל סעודת הילולא קדישא כ"ו ניסן בביהמ"ד הגדול קרית יואל:
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בגודל חיוב החזקת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו
אצל סעודת הילולא קדישא כ"ו ניסן בביהמ"ד הגדול קרית יואל:
.....דביקות אנשי שלומינו אין פעטער ז"ל דער מייסד פון די מוסדות, און אינעם טאטן ז"ל, איז תלוי אין די שייכות וואס מ'האט מיט די 'מוסדות יטב לב'.... ווי ווייט די מוסדות זענען ביי אים חשוב...!!!
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע


