▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
וואטסעפפ גרופע
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
מאנטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יוסף צבי גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בערנאטה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יואל ברי"י שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יודא קעניגסבערג הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:50 איז דער רבי אראפ אין די נייע זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען דעם מעמד קביעות מזוזה פאר די נייע זאלן אינאיינעם מיט א אסיפת עסקנים לטובת די חתונה תקנות, הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה. דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען באנייט צוויי נייע ביליגע תנאים זאלן, און געזאגט אז די שמחה פון א תנאים איז גרויס וויבאלד התחלה איז חצי הכל במילא א תנאים וואס איז די אנהייב פון די שמחה איז א גרויסע שמחה, און ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים וועלכע האבן דאס צושטאנד געברענגט און ארבעטן מיט אלע כוחות צו צושטעלן ביליגע זאלן פאר תנאים'ס, חתונות, און שבת שבע ברכות, מען זאל קענען חתונה מאכן גרינגערהייט מיט הרחבת הדעת, און ב"ה אז אין קר"י איז דא די ביליגסטע זאלן פון די גאנצע וועלט פאר אלע שמחות און דאס איז אלעס צו פארדאנקען פאר די עסקנים, און אזוי אויך פאר אלע מחותנים וואס שטעלן זיך צו און זענען גרייט צו מאכן שמחות אויף א ביליגע פארנעם און אזוי האלט מען די הוצאות די ביליגסטע וואס איז מעגליך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים.
דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר די ראשי וועד החתונה תקנות הרה"ח ר' יעקב אלי' רייזמאן הי"ו און הרה"ח ר' בנציון אליהו זאלדאן הי"ו, און דערנאך קובע געווען א מזוזה מיט א ברכה אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען בנו הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און די נדבנים און עסקנים צו קובע זיין א מזוזה אויף די אנדערע טיהרן, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר אלע עסקנים, מען האט געענדיגט ארום 9:15.
דערנאך האט דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך מענדל לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' בנימין בלעקמאן הי"ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים מתלמידי ישיבות קטנות פון קר"י וועלכע האבן אריינגעברענגט פון טויזענט דאלער און העכער ביים פקודת הקודש קאמפיין פארגאנגענעם בין הזמנים לטובת מוסדות קרית יואל, און דער רבי האט פארטיילט פאר די בחורים א מתנה ספרו לב אהרן - מסכת אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:55.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ב"ר ירחמיאל ביטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ל לאנדא הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו"ץ קהלתינו לאנדאן.
- בן הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א.
- ב"ר מרדכי דוב נייהויזער הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה כ"ץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אריינגעפארן קיין מאנסי צו די חומש סעודה פון תלמידי המוסדות וועלכע איז פארגעקומען אין די זאל בבנין הבית רחל 'בנין דוד ניישטאדט' אין מאנסי, דער רבי איז אנגעקומען ארום 2:30 און זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, און די אנדערע רבנים אויפן אויבנאן, די קינדער האבן פארגעזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד אנגעפירט דורכן מנהל הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהלים פאר אלע קינדער.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה ווען אזויפיל קינדער הייבן אן צו לערנען תורה שבכתב און וועלן בעז"ה ממשיך זיין מיט תורה שבע"פ, און ממשיך געווען בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר נישט אנצונעמען יעדע קינד אין די מוסדות נאר א קינד פון א ערליכע און חסידישע שטוב ווי עס פאסט, און אנהאלטן א שטארקע חומה סיי צווישן די גוי'אישע גאס און סיי צווישן די אידישע גאס, און מסיים געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הבית רחל 'בנין אלי' ניישטאדט' ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די עלטערע כתות פון מוסדותינו הק' וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער לטובת המוסדות, דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו - מנהל המוסדות, איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי המוסדות מיטן בויען נאך א בנין פאר די בית רחל און אזוי אויך פארברייטערן די ביז איצטיגע בנינים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די הנהלת המוסדות.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו און הרה"ח ר' שאול בראך הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ניימאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א אב"ד אהל משה וויען עסטרייך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר בערל שליט"א יו"ר וועד הרחבת גבולי העיר קר"י, לרגל ארוסי בנו למז"ט, און פאר בנו הרב נתן קרפיל שליט"א לרגל נשואי בתו למז"ט.
ארום 9:45 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים:
- הרה"ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאלדבערג הי"ו.
- הרה"ח ר' דניאל אברהם ניווח הי"ו און הרה"ח ר' אלי' דניאל עבוד הי"ו.
אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו אינאיינעם מיט הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו מנהל הקרי', מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די היי יעריגע זומער סעזאן הבעל"ט, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
שב''ק פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל אברהם פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרב הגאון ר' יחיאל מיכל אברהם פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.
- כל מקדש: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הר"ר נחמן כהנא שליט"א (ב"ב).
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויגר מואב מאוד כי רב הוא' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.
- קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו (אנטווערפען).
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק העטרת צבי מזידיטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג י"א תמוז.
- קה רבון עלם: הר"ר יואל בן הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א (לאנדאן).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מנחם פריינד הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
- פסוקי דזמרה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: החתן ברוך יצחק מאיר בהר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- שלישי: החתן שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו - באווארפען.
- רביעי: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל ברי"ה פערל הי"ו.
- ר' ליפא ב"ר יודל כ"ץ הי"ו.
- ר' משה הערש ווידער הי"ו.
- ר' משה אהרן שעהנברוין הי"ו.
- ר' אברהם יצחק מאיר ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
- ר' זלמן לייב גאטליעב הי"ו.
- ר' דוב ארי' בר"נ גאלדבערג הי"ו.
- שביעי: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- הוספות: החתן משה ב"ר שמעון לאנדא הי"ו.
- החתן משה דוב בן הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א.
- החתן הערשל ב"ר שמואל יעקב שווארטץ הי"ו.
- החתן יואל בן הר"ר פישל סופר שליט"א.
- הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א רב דביהמ"ד שערי איש דזשעקסאן.
- אחרון: החתן מרדכי בהר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו.
- החזרת הס"ת: הרה''ח ר' הירצקא ווייסמאן הי''ו.
- מוסף הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא טייטלבוים הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי בר"י שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל הערשקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- כהן: הר"ר נחמן כהנא שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהלתינו וומסב''ג.
- שלישי: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא הביט עון ביעקב ולא ראה עמל בישראל' און געטייטשט אז דער באשעפער האט געגעבן די סגולה פון די י"ג מדות, יעשו לפני כסדר הזה מען איז עס יוצא באמירה, אויב איז מען מקושר צו צדיקי אמת און אויב מען היט זיך דאס מויל כדבעי, וועגן דעם איז געקומען חורבן ציון וירושלים ווייל שבזו תלמידי חכמים און פסקו אנשי אמנה מען האט נישט געהיטן די מויל פון שקר ודברים אסורים, יעצט ווען מען איז אין דעי טעג וואס מען איז מתאבל אויפן חורבן דארף מען זיך מחזק זיין אין דעם ענין און זיך האלטן מיט'ן אמת.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' שמחה אהרן שטראהלי שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין ניו העמפשיר אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע פיר וואכן.
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה פון שיכון סקווירא, און א קבוצה תלמידי ישיבה שבט הלוי פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב"ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאג ערש''ק חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יחזקאל שרגא לאנדא הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק ענגלענדער הי"ו.
- ב"ר זלמן לייב שווארטץ הי"ו.
- ב"ר אלי' דוד סאלאמה הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' מרדכי יונה ווידער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שמואל מאיר שפילמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר זלמן לייב בראך הי"ו.
- ב"ר נטע מרדכי קויפמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה בית אברהם פון לעיקוואד, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אין די נאכמיטאג שעות איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא שליט"א גאב"ד קהילת שומרי הדת אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע פסקי הלכות פון זקינו הגה"צ בעל חשב האפוד זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר פישל בן הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' זלמן יוסף גאלד הי"ו און הרה"ח ר' חיים יודא גליק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יעקב בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב שטערן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א, לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שמעי' קרויס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' אברהם העכט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר הערשל קאהן שליט"א.
- ב"ר בנימין זאב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר שמואל משה מנחם סאנדעל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק כ'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א און הרה"ח ר' יואל בר"נ גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו.
- הרה"ח ר' בעריש גפן הי"ו און הרה"ח ר' וואלף שערצער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה בביתו נאוה קודש אויף צאנז איז אריין בקו''פ הר"ר שמעון שישא שליט"א ראש המצילים אינערהאלב מרכז עזרה ויעוץ שע"י העדה החרדית להצלת בחורי ישראל משמד הגיוס, וועלכע געפינט זיך יעצט אין אמעריקע לטובת די נייעם אפיס וואס מען האט אויפגעשטעלט אין ירושלים נאכצוקומען די ארבעט, ער האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות, און מען האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שווערע מצב ווי מען געפינט זיך יעצט אין ארה"ק מיט די ביטערע גזירה, און פון אלע שיכטן און קרייזן ווענדט מען זיך צו מרכז עזרה ויעוץ פאר הילף, דער רבי האט שטארק מחזק געווען די פעולות לטובה פונעם מרכז און מאציל געווען מברכת קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יודא הערש ווייזער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' משה ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס זיך אריבערציען קיין ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים איבער צדיקים וועלכע זענען ארויפגעגאנגען אויף די עלטערע יארן וואוינען אין ארץ ישראל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די התמנות פון הרה"ג ר' שמעון שמעי' פריעדמאן שליט"א בן הרה"ח ר' וואלף הי"ו חתן הרה"ח ר' מאיר שטערן הי"ו לשרת בקודש אלץ מו"ץ בקהילתינו הק' וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיו בהוראה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י האט דער רבי געהערט א באריכט פון די עסקנים פון אנ"ש וואל קאמיטע איבער די פריימערי וואל פארמעסט אויף די קאנסערוואטיווע ליניע פאר די סטעיט סענאט זיץ אינעם קרית יואל'ער אומגעגנט, ווי תושבי קרית יואל זענען ווידעראמאל ארויסגעקומען שטימען פאר די אנ"ש אינדארסירטע קאנדידאט, דער רבי האט געהערט א באריכט איבער די וואל רעזולטאטן ווי דער אינדארסירטער קאנדידאט האט באקומען כמעט הונדערט פראצענטיגע שטיצע דורך די תושבי העיר און דערמיט סוקסעספול געזיגט אינעם פארמעסט, און געוואונטשן די עסקנים זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט די פעולות הקודש און אנהאלטן די פארבינדונגען מיט די באאמטע צו קענען ווייטער אויפטון פאר די יהדות החרדית אין ניו יארק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חנני' לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' לייבוש פראנקעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין בקו''פ גבאים פון קופת הלבשה לחתנים שע"י מתיבתא סניף דברי יואל מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די יעצטיגע קאמפיין לטובת הקופה, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה פון וומסב''ג בהנהלת הר"ר יחיאל מיכל סעקולא שליט"א און האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים און דערנאך פארטיילט ספרו לב אהרן פאר אלע בחורים, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן מגי"ש נכדו הר"ר יואל אשכנזי שליט"א און פאר די רמ"י הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
בחדרו הפרטי איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און א שמועס בהלכות מקוואות און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברב"צ בערקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"ח ווייס הי"ו און הרה"ח ר' אהרן ברמ"ב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' שמעון ברא"ש לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א מטעמעשוואר קר"י און הר"ר אביגדור דניאל פיש שליט"א בן האדמו"ר ממאטע סאלקא שליט"א וחתן האדמו"ר מתפארת יחזקאל שליט"א.
- הר"ר משה קויפמאן שליט"א און הרה"ח ר' אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אינעם בית רחל אודיטאריום ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד מרומם 'הביאנו המלך', אלץ הכרת הטוב לשלוחי רבינו להעמיד יסוד איתן למוסדות יטב לב בארה"ק, אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בבית הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס איז פארגעקומען א שאלות ותשובות 'הביאנו המלך חדריו', הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א האט פארגעשטעלט שאלות פאר רבינו שליט"א און מען האט געהאט די זכי' אז דער רבי האט ארומגערעדט און אויסגעשמועסט פילע פערזענליכע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פאר אריבער א שעה צייט סיי בנוגע מוסדות יטב לב און סיי פילע מעשיות איבער כמה ענינים וואס דער רבי האט פערזענליך בייגעוואוינט און מיטגעלעבט במשך די יארן בצל הקודש פון דודו רביה"ק מרן בעל דברי יואל זיע"א, צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו און מוסדותינו הק' אין ארה"ק, און די חשיבות פון שטיצן מוסדות יטב לב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, און מיט די שבע ברכות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און הר"ר ישכר יאקאב שליט"א מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די וועד בעלי בתים חברי הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אשר אנשיל דרעזדנער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים משה אלימלך כ"ץ הי"ו.
- ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר מרדכי גראס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
בביתו נאוה קודש זענען אריין בקו''פ הנהלת מחנה בית רחל אין שפיץ פון די מנהלי המחנה הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א און הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לקראת דעם זמן הקיץ הבעל"ט, מען האט אויסגעשמועסט די פילע איינריכטונגען וועלכע זענען אהערגעשטעלט געווארן היי יאר אין די קעמפ לטובת די טויזענטער תלמידות בית רחל און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א, און הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' משה סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' יחיאל יודא פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת 'מפעל תורתו באומנתו' אינאיינעם מיט עטליכע בעלי בתים מאנ"ש פון גרויסע ביזנעסער וועלכע האבן עס שוין איינגעפירט ביי זיך אין די ביזנעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די געוואלדיגע אויפטוה פון די רעיון און די חשיבות פון די בעלי בתים וואס אנערקענען אז ווען די ארבעטערס קאפ ליגט אין תורה ארבעט ער בעסער אין די אנדערע שעות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ חברי וועד קרן הבנין פון ביהמ"ד דברי יואל דקהלתינו הק' ב"פ אין שפיץ פון הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די גמר המקח פון א גרויסן שטח פאר א נייע ביהמ"ד מיט אלע געברויכן, מען האט דערביי פארגעשטעלט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד און עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכות מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר הרה"ג דומ"ץ הביהמ''ד שליט''א און די חברי וועד קרן הבנין.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד צו די שמחת החתונה פון בת המשב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך געטאנצן ריקודי קודש מצוה טאנץ לפני הכלה, און דערנאך מיטן חתן און מיט משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו ובני משפחתו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️