בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

באריכטן

← ווייזט אלעס

זונטאגג' אלול תשפ"ו8/16/2026

באריכט
שב''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים.
- החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו.
- החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו.
- החתן יחזקאל שרגא בהר"ר נפתלי שטערן שליט"א.
- החתן מרדכי ני"ו ב"ר אהרן דוד יצחק רובינשטיין ע"ה.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' בנציון מאנדעלבוים הי"ו (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 10:05. נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: האדמו"ר מלייפניק שליט"א פון בני ברק.
- כל מקדש: הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א רב דקהלתינו לינדען.
- מנוחה ושמחה: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א (בני ברק).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי יפלא ממך דבר' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילתו.

- קה אכסוף: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
- ברכת המזון: האדמו"ר מלייפניק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ו' אלול.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב יצחק מאשקאוויטש הי"ו (בית שמש).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און ביר, און געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
- אז ביום השביעי: בעל שמחה הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 9:45.
- ברכות: הר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' חיים יעקב גוטמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל דוב קרויס הי"ו (ב''פ).
- פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ).
- הולכת הס"ת לבימה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך קליין הי"ו (וומסב''ג).

עליות.
- כהן: ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- לוי: הרה"ח ר' יואל יו"ט יאזשעף הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: הרה"ג רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
- רביעי: החתן יואל ברוך ב"ר יעקב יצחק שטיינמעטץ הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן אליעזר זוסמאן בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו.
- ר' מענדל גרשון בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- ר' יוסף מרדכי אבערלענדער הי"ו.
- ר' יואל נתן פריעדמאן הי"ו.
- ר' יקותיאל יצחק מייזעלס הי"ו (וומסב''ג).
- שביעי: החתן משה אברהם ב"ר יעקב ברי"א קליין הי"ו - באווארפען.
- הוספות: החתן אברהם יודא ארי' ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו - באווארפען.
- החתן יחזקאל שרגא בן הר"ר נפתלי שטערן שליט"א - באווארפען.
- החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו.
- החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.
- אחרון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא די וואך פון זקינו מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף מאיר שטערן הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ז פרידריך הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביים קידושא רבא בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל הרב יואל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין מאנסי.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הר"ר אברהם יושע עסטרייכער שליט"א (לאנדאן).
- כהן: הרה"ח ר' משה חיים פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו.

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק ו'ה' א'מר ל'כם ל'א תספון לשוב בדרך הזה עוד' וואס די דורשי רשומות זאגן אז די ר"ת איז אלול, און נאכגעזאגט די סיבה פארוואס משיח קומט נישט נאך א חודש אלול ותשרי ווען כלל ישראל איז עוסק בתשובה ותיקון המעשים איז וויבאלד נאך די הייליגע טעג איז ושבו בנים לגבולם און יעדער גייט צוריק צו זיינע אלטע דרכים און מען האלט נישט איין די קבלת טובות, זאגט אבער דער ייטב לב אז די עצה יא צו קענען בלייבן מיט די קבלת טובות איז עוסק צו זיין בתורה און דאס מאכט אז מען זאל קענען עומד זיין אויף די קבלת טובות אויף א גאנץ יאר.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו (מאנטרעאל).
- קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן בריעף הי"ו (מאנסי).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא ו' אלול די וואך.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:50.

ארום 12:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגא' אלול תשפ"ו8/14/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק שופטים ב' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ש גליק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ביים אנקומען אין ישיבה האבן אפגעווארט אינדרויסן די קלענערע קינדער וועלכע זענען סטאנציענירט אינעם בנין הישיבה קטנה, דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הישיבה און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר שלמה ראובן ג'ברא הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל.
נאך ברכו נפשי האט מען געזאגט לדוד ה' אורי וישעי, כנהוג.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז מען דארף האבן א זכי' צו קענען נתעורר ווערן לתשובה פון תקיעת שופר און דאס קען מען צוקומען דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן חודש אלול צו איבערחזר'ן די לימודים פון א גאנץ יאר, און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג שופטים - א' דר"ח אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אהרן וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר יעקב יושע קליין הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז לימוד התורה איז די בעסטע מליץ יושר ביים יום הדין און דאס איז די פאסיגסטע הכנה חודש אלול, און מסיים געווען בברכת קדשו.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו און הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

צווישן די חופות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו צום יערליכע מסיבה לטובת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן און אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די לעצטיגע פעולות לטובת די פליטים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הי"ו און פאר די אנדערע חברי הנהלה.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
דערנאך איז דער רבי אריין צו די תנאים פון די מחותנים, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו, דער רבי האט געלייענט די תנאים און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' לוי יצחק גרינבערג שליט"א אב"ד מיהאלאוויץ לעיקוואד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב בר"ל פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים יחזקאל לאזאר הי"ו.
- ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
- ב"ר יעקב חיים פאללאק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.

ארום 1:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירת יום כיפור קטן כנהוג אום ער"ח אלול, און געזאגט מיט א שטארקע התעוררות ובכי בפרט ביי אמירת ווידוי דרבינו נסים.
- בעל תפילה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - ר"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען אינעם טהרה שטיבל בבית החיים דקרית יואל און מנחם אבל געווען האחים האדמורי"ם מקשאנוב שליט"א היושבים ע"פ אמם הרבנית מקשאנוב ע"ה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי ומנהגי בית צאנז און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ס''ת דורך תלמידי המתיבתא סניף ויואל משה לע"נ הב' יהודה ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק ממציוני תלמידי הישיבה.

ארום 4:50 האט דער רבי ארויסגעפירט די ס''ת פון ביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטאנצן מיטן ס''ת בביתו נאוה קודש עטליכע מינוט און דערנאך ארויסגעפירט די ס''ת לרחובה של עיר און געטאנצן אינטער די חופה פאר עטליכע מינוט, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 6:40 איז דער רבי ארויף להיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום הכנס"ת, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש כנהוג, און דערנאך מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, די בני המשפחה און די חברי הנהלת המתיבתא צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. און דערנאך געדאווענט מנחה בהיכל הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:20 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ דייטש הי"ו און הרה"ח ר' יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.
- הרה"ח ר' מרדכי יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ישראל ארי' האללענדער הי"ו.
- הרה"ח ר' ברוך יוסף ברוין הי"ו און הרה"ח ר' דוד בלום הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ א קבוצה דעוועלאפער'ס בעלי בתים וועלכע פארמאגן אין זייער באזיץ הונדערטער אקער לאנד אין מאנטיסעלא מיטן פלאן צו בויען אין די קומענדיגע יארן קרוב צו דרייצן טויזענט דירות! און האלטן שוין אין די לעצטע פאזעס פון באקומען פערמיטן צו בויען די ערשטע עטליכע טויזענט דירות פאר ביליגע פרייזן פאר חרדי'שע אידן, דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע דעטאלן איבער די מאסיווע פלענער און גאר ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש פישער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך די תלמידי הישיבה, לע"נ הב' יודא ע"ה בהר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א פון בני ברק - ממציוני תלמידי הישיבה.
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און הבה"ח שאול ב"ר אלימלך בראך ני"ו האט פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד.
דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, און מען האט ממשיך געווען בנגוני התעוררות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פאר הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א און די רמ"י ותלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אנגעשטרענגט בטירחא דגופא ובטירחא דממונא און געשריבן א ספר תורה פאר א חבר מתלמידי הישיבה וואס איז א גרויסע זאך פאר די נשמה, ובפרט פאר איינער וואס האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער, בראשית איז די אותיות ב' ראשית וואס גייט ארויף אויף די צוויי תורות, תורה שבכתב און תורה שבע"פ, תורה שבכתב האט מען שוין מקיים געווען, און מעורר געווען אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף זמן צו חזרן די תורה שבע"פ, די לימודי הישיבה במסכת בבא בתרא, או מסיים געווען בברכת קדשו,

דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט, הר"ר אלי' זאב יאקאב שליט"א איז געגאנגען גלילה, לבישת החגורה: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו, לבישת המענטעלע: הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, נתינת הכתר: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו - חברי הנהלת המתיבתא.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען דער דיין שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך ממשיך געווען מיט די ריקודין.
מען האט געענדיגט ארום 6:20,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' חיים יושע כ"ץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' שלמה זלמן ברילל הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יחזקאל יחיאל מיכל מעזעי הי"ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם משה ראזענבערג הי"ו.
- ב"ר אברהם ג'ברא הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' יצחק יואל שטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע וואכן אין ניו יארק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין לאנדאן, און ער האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש אויף הלכות טהרה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש - נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן לברך ולהתברך לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג שופטים - כ''ו מנחם אב הילולא קדישא פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יואל אלטר גאלדשטיין הי''ו (וומסב''ג) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין ישיבה על קברו היכל המתיבתא סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש ותלמידי המתיבתא.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט ביים עמוד, און יורד געווען לפני התיבה ביומא דהילולא בהתעוררות רב.

עטליכע מינוט נאכן דאווענען ארום 12:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט געמאכט דעם סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען נגוני התעוררות ודביקות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט אז משה רבינו וואס איז געווען א שר האט אבער באקומען דעם כח פון א עבד וואס האט שטענדיגע צוטריט צום מלך צו קענען פועל'ן ישועות, דאס זעלבע רביה"ק בעל הילולא זיע''א און מיט דעם קען ער פועלן ישועות און משפיע זיין פאר כלל ישראל, און ארומגערעדט איבער די מתיבתא הקדושה וואס איז א המשך פון די ישיבה וואס רביה"ק זיע''א האט אויפגעשטעלט און וואס דאס מיינט פאר א תלמיד הישיבה, און ממשיך געווען איבער די פילע בקשות וואס כלל ישראל איז מתפלל היינט ביומא דהילולא סיי בעניני רוחניות, און בגשמיות זה בכה וזה בכה, רפואות, בזכות פונעם בעל הילולא האפט מען אויסצופועלן אלעס גוטס, ובפרט די גאולה השלימה אויף וואס רביה"ק זיע''א האט אלץ מתפלל און מעורר געווען און פארגאסן טייכן טרערן אויף דעם, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די מסיבת לחיים ארום 1:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש און די תלמידי המתיבתא.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זיע''א, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערביי האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעלע קוויטל פון די נדבנים פון 'קרן קרית יואל', דער רבי האט א לענגערע צייט אדורכגעליינט אלע נעמען און אראפגעלייגט די קוויטל ביים ציון הק', דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד יואל ני"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 3:00.

ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געצינדן ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו די צענטראלע סעודת הילולא פונעם בעל הילולא זיע''א, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף וירשת' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א, און איבער גדלתו וצדקתו, מיט זיין אש להבה פון יראת שמים איז ער אנגערופן געווארן א עבד פון הקב"ה און כל הקונה עבד עברי לעצמו כאילו קונה אדון לעצמו האט ער געהאט די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און משפיע זיין ישועות און מבטל זיין גזירות פון אידישע קינדער, זיינע תלמידים וואס ער האט אויפגעשטעלט א קהילה יראים ושלמים א מוסד תורה ויראה און ב"ה שטייענדיג צענדליגע יארן נאך זיין פטירה וואקסן די מחנה אלקים, ערליכע בעלי בתים, נשים כשירות וצניעות, און דאס איז אלעס זיין השפעה יראת ה' טהורה עומדת לעד, ובפרט אין קרתא קדישא הדין בעיר קרית יואל וואס איז לשמו ולזכרו וואוינען שוין היינט קרוב צו ניין טויזענט משפחות אלעס ערליכע אידן וואס גייען אין זיינע דרכים, און מעלה געווען זכרונו הטוב פון אביו רביה"ק זיע''א וועלכע האט אריינגעלייגט אזויפיל כוחות ממשיך צו זיין די ארבעט און די ירושה פונעם פעטער ז"ל אין קרית יואל.

דער רבי האט ממשיך געווען בדברים העומדים על הפרק איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך און גרייטן זיך צו ווערן געבויעט אין אלע זייטן פון קרית יואל וואס וועט צוברענגען קרוב צו פיר טויזענט נייע דירות אין די קומענדיגע עטליכע יאר, און אלעס פאר די פרייז פון 300 דאלער א סקווער פיס! און עס וועט זיין לתפארת קר"י און פונעם מייסד העיר זיע''א.

דערביי מבשר געווען די בשורה טובה אז מען האט ב"ה ערהאלטן פארגאנגענע וואך די פערמיטן פאר די נייע קריה אין מאנטיסעלא פאר די ערשטע 200 דירות ספעציעל פאר אנ"ש, און וועט גערופן ווערן 'קרית משה' לשמו ולזכרו פון אביו רביה"ק זיע''א, און וועט זיין נאך ביליגער ווי קרית יואל.
דאן האט דער רבי מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די שקרים וכזבים וואס מוכרים רעדן איין פאר די קונים,  סיי מיט די גרויסקייט פון די דירה און מיט די שטייערן וכו', דאס איז אונאה, א איסור דאורייתא און דערביי דערציילט א מעשה שהיה אז א איד האט געקויפט א דירה אין קרית יואל המורחבת ווי דער מוכר האט אים געזאגט אז די שטייערן זענען זעקס טויזענט דאלער א יאר און למעשה איז עס זיבעצן טויזענט דאלער!.
דער רבי האט אפעלירט צו די אלגעמיינע חסידישע גאס פון איבער גאנץ ניו יארק וועלכע פלאגן זיך צו קויפן א דירה צוליב די טייערע פרייזן אז מען זאל זיך אויפהייבן און זיך אריבערציען קיין מאנטיסעלא ווי עס בויען זיך יעצט אריבער דריי טויזנט נייע דירות פאר גאר ביליגע פרייזן.

דער רבי האט ממשיך געווען איבער די ביליגע שמחה זאלן וועלכע זענען געבויעט געווארן אין קר"י סיי פאר חתונות און סיי פאר שבת שבע ברכות, א דבר טוב מאוד, און מבשר געווען א בשורה טובה אז מען וועט קענען באקומען א הלואה פון פערציג טויזענט דאלער מיט קליינע תשלומין פון פינף הונדערט דאלער א חודש ספעציעל פאר די וועלכע שטעלן זיך צו צו די שלוה תקנות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן דאס צושטאנד געברענגט.
דערנאך ארומגערעדט דברי הכנה צו חודש אלול מרבה זיין בלימוד התורה און זיין אנגעשלאסן אין איינע פון די חברות פון קהלתינו הק' בקביעות גמור, די חורבנות וואס קומען ארויס פון די טמא'נע כלים, און דערמאנט די דרשה פון רביה"ק זיע''א שבת פרשת שופטים תשכ"ה פאר קריאת התורה איבער די פרישע מאדעס ביי לבושי נשים סיי די שייטלען און סיי די דורכזיכטיגע זאקן, און מחזק געווען די תקנת פון מוסדותינו הק', און דערביי געבעטן הנהלת קהלתינו אין וומסב''ג אז זיי זאלן איבערדרוקן די פייערדיגע דרשה, און ממשיך געווען איבער די מלחמה לה' בעמלק וואס רביה"ק בעל הילולא זיע''א האט געפירט מיט די טומאת הציונית און נאכגעזאגט זיינע הייליגע ווערטער וואס דער רבי האט אליינס געהערט אז ער האט מורא אז עס וועט קומען א צייט וואס א ערליכע איד וועט נישט קענען וואוינען אין ארץ ישראל צוליב די גזירה פון גיוס בני ישיבות, איז ארויסגעברענגט די שווערע מצב וואס מען געפינט זיך, און עס איז נישט צום פארשטיין וויאזוי עס זענען דא אזעלכע וואס זענען גרייט צו מאכן פשרות און סעלעקציעס, און דאס איז חוץ מזה וואס אזא געזעץ וועט במילא נישט אדורכגיין די בג"ץ הציוני און עס איז א שאד צו פאפן זיך אדער אנדערע, נאר מען דארף זיך אפטיילן אינגאנצן פון זיי, און מחזק געווען די מוסדות עטה"ק און בפרט מוסד הק' קרן הצלה - וועלכע איז די לעצטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען לפני פטירתו - וועלכע העלפט ארויס אלע מוסדות עטה"ק, און דערמאנט לשבח די עסקנים פון מוסדות יטב לב - וועלכע איז די ערשטע מוסד וואס רביה"ק זיע''א האט מייסד געווען נאך די מלחמה - וועלכע האבן אוועקגעשטעלט די מוסד אויף די רעלסן און געהעכערט די תמיכה און ב"ה מען האט שוין עטליכע חדשים באצאלט די געהאלט אין צייט, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים און נדבנים, און מסיים געווען בשבח פון די מתיבתא הקדושה וועלכע געפינט זיך על קברו און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די ישיבה ברוח נדיבה און געענדיגט מיט ברכות לרוב.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 10:40.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ראה - מברכים חודש אלול - שבת לפני הילולא קדישא של רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
- החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו.
- החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם שלום מענדלאוויטש הי"ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 10:10. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: נכד רבינו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- כל מקדש: הרה"ג ר' מנחם יודא גאטליעב שליט"א אב"ד ניאמץ וומסב''ג.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' דוד יואל כוואן שליט"א ראה"כ בארגענטינע.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו (ב"פ).
- ברכת המזון: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן הגאון הגדול מרא דארעא קדישא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון דודו מרן רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ו אב.

- קה רבון עלם: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ליפא ברש"ל וויינבערגער הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 2:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית.

פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש אויף צד מזרח, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר ישראל ידא ווערצבערגער שליט"א.
עליות.
- כהן: החתן שלום ב"ר משה ברוך כ"ץ הי"ו - באווארפען.
- לוי: הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב"ד הוניאד.
- שלישי: החתן מנחם זאב ב"ר ישראל שלום אונגאר הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן אלימלך ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יעקב בן הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' אברהם שמעון גלאנץ הי"ו.
- ר' חיים שלמה פארקאש הי"ו.
- ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו.
- ר' שמעון ב"ר יעקב רייך הי"ו.
- ר' שמואל דוד קליין הי"ו.
- ר' משה ב"ר יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו.
- ר' אביעזר מרדכי ברב"ז שווארטץ הי"ו.

- שביעי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו.
- הוספה: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- אחרון: החתן שמואל זאנוויל בן הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א.
- מפטיר: הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלעזר טאבאק הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' חיים מרדכי געשטעטנער הי"ו (ב"ב).

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא כ"ו אב.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה קעסטענבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה כ' 'יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר וכו' יהי"ר שיבנה ביהמ"ק במהרה בימינו ותן חלקינו בתורתך' און געטייטשט אויף אכט אופנים בדרך דרוש אגדה ומוסר.

ביים סוף ארומגערעדט איבער די מהודר'דיגע קרית יואל'ע עירוב וועלכע נעמט ארום קרית יואל און אלע שכונות ארום קרית יואל צו א סך הכול פון צענדליגע מיילן, און ארויסגעברענגט די פראבלעמען וואס פלעגן זיך מאכן בעפאר עס איז געווען איין גרויסע עירוב, און אזוי אויך איז די עירוב מאחד גאנץ קרית יואל כאיש אחד, און מעורר געווען אנ"ש צו שטיצן די וועד העירובין ברוח נדיבה צו קענען אהערשטעלן איין גרויסער 'עירוב קרית יואל' און ארויסהעלפן די גרויסע הוצאות וואס דאס קאסט אפ וועכענטליך, צו בודק זיין, פאררעכטן, וכו', און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:05 און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין


דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:40.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה יואל פריעדמאן הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יעקב חיים פאללאק הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו (מאנטרעאל).
- שלישי: הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' משה דוד גוטמאן הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה וקללה' און געטייטשט אז דאס אז שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דאס איז נאר אויב מען האט א דין עבדים למקום, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יא דא שכר בהאי עלמא, אבער אויב האט מען א דין בנים למקום איז יעדע עבירה וואס מען טוט סאך הארבער, און מאריך געווען בדברי מוסר לקראת חודש אלול הבעל"ט און שטארק מעורר געווען צו מאכן א עכטע חשבון הנפש ווי מען האלט אויף דער וועלט און זיך צוגרייטן צום יום הדין כדבעי, און אז מען וועט זוכה זיין צו א געהויבענע אלול וועט מען זוכה זיין צו א לעכטיגן חודש תשרי און ארויסגיין זכאי בדין און האבן א גוט יאר.

- ידיד נפש: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א.
- קל מסתתר: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען ליל הילולא קדישא כ''ו אב.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:00.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ער האט אפגעקויפט די זכות פונעם ארון הקודש ופרוכת בבנין החדש פון ישיבה קטנה סניף קנין תורה מאנסי, עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי, און הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - חבר הנהלת הישיבה האט געגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט אויפן ערשטען פאזע פונעם בנין וועלכע מען גרייט זיך צו עפענען קומענדיגע וואך.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ו8/7/2026

באריכט
פרייטאג ערש''ק ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר בער רובינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א בבנין הת"ת בנין גאלדשטיין. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יעקב ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען די בחורים אויסצוניצן די לעצטע חודש ביז סוף יאר מיט מער לימוד התורה און מיטן אויפשטיין פארטאגס לערנען, און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.מפארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ישעי' אייגנער הי"ו.
- ב''ר יקותיאל יודא מאלאח הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שארון הי"ו פון פלעטבוש אינאיינעם מיט בני משפחתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די בית השחיטה און די מקוה טהרה נאכן באזוכן דארט בעפאר, און איבער די ביליגע פרייזן צו מאכן שמחות אין קר"י, דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט, ובפרט פאר די קופת הצדקה פון הרבנית הצ' תליט"א, און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן.

ארום 7:20 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש צום שמחת פדיון הבן פון נכדו, בן הנולד אצל הרב יואל טייטלבוים שליט"א (ב"פ) בן הגה"צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט"א.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און האדמו"ר מדאמבראווע שליט"א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דערנאך איז פארגעקומען די פדיון הבן, אלץ כהן הפודה האט געדינט הר"ר יחיאל גלאנץ שליט"א חתן הרה"צ רבי שלום האלבערשטאם שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און טועם געווען מזונות און פיש, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק און געטייטשט אז ביי א פדיון הבן איז הקב"ה אויך מוחל אלע עבירות פון אלע משתתפים אזוי ווי ביי א ברית, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:50.

ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 9:00 איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו און הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יהודה גארמי שליט"א הויפט רב פון איראן אינאיינעם מיט חברי הנהלת מוסד רב טוב להצלת פליטי איראן, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער אידישקייט אין איראן היינט צוטאגס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:30 איז דער רבי אריין אינעם נייעם ביהמ''ד בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה וחנוכת הבית אינאיינעם מיט די פילע נייע שטובער און איינריכטונגען וועלכע זענען געבויעט געווארן לטובת אלפי אנ"ש הבאים אל הקודש פנימה.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג מיט א ברכה און דערנאך מכבד געווען די ראשי הקהילה און די נדבנים צו קלאפן א מזוזה אויף די איבריגע שטובער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי הקהילה נדבנים און עסקנים און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט מיט קורת רוח אז מען האט אהערגעשטעלט דא אינעם שטוב פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א בית וועד לחכמים ארויסצוהעלפן אידן בעת שמחתם און ערמעגליכן צו מאכן תנאים'ס און שבת שבע ברכות פאר שטוינענד ביליגע פרייזן, און מסיים געווען בברכות לרוב.

אויך איז אריין בקודש פנימה עסקני מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט ר' נתן ראזענבלאט הי"ו פון ירושלים - א גרויסע לויער למען הצלת בחורי ישראל משמד הגיוס און שטייט אלץ צו די הילף פאר מרכז עזרה ויועץ, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילע פעולות און מהלכים וואס מען באניצט זיך ארויסצוהעלפן טויזענטער בחורים פונעם גזירת הגיוס, און ער האט זיך דערביי שטארק באדאנקט פאר די הילף וואס חסידי סאטמאר שטעלן צו מיטן בויען נאך און נאך אפיסעס ארויסצוהעלפן ווי מער בחורים, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר יואל בר"ב בערגער שליט"א און הר"ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"א אבראמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש שניטצער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל ברד"א גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מאיר ראזענפעלד הי"ו.
- הר"ר יואל אקער שליט"א און הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.

ארום 10:10 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בקו''פ לרגל די שמחת קישור החיתון פון חתן כלה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, החתן בן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה, עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד צישענוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער מנהגי נשואין ביי רבותינו הק' זיע''א לבית סיגוט און צאנז.
מען האט געמאכט קבלת קנין און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, בני משפחה, און פארן גאנצן ציבור, צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה ובני המשפחה און פאר אחותו הרבנית ממאנטרעאל תליט"א, מען האט געענדיגט ארום 10:30.

אויך איז פארגעקומען בקו''פ א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן יצחק דוד לאנדא הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת מוסדות החינוך פון מאנטיסעלא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בליה און וואוקס פון די מוסדות התורה איבער די גאנצע יאר, און איבער די פילע נייע תושבים וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין מאנטיסעלא נאך די רוף פון רבינו שליט"א ביים סעודת הילולא פארגאנגענע כ"ו ניסן פאר כלל חסידי זיך אריבערצוציען פון ברוקלין קיין מאנטיסעלא, און דער רבי האט זיי מאציל געווען צברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.
- ב"ר שמואל שאלילאף הי"ו.
- ב"ר אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר ברוך מרדכי רייך הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' צבי מרדכי מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' יצחק האכהייזער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל ברי"מ לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יוסף לייב ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' עזריאל בלומענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שמואל זאנוויל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:05 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' יוסף יצחק ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ שבט הלוי מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע עסקנים פון די 'הגיבורים' ארגענעזאציע לעניני טעכנעלאגיע, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פון די ארגענעזאציע און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת 'מוסדות קרית יואל' און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א פונעם היינטיגן באזוך דורך די הויכגעשעצטע גאווערנער האוקל אין מחנה בית רחל ווי זי איז ענטפאנגען געווארן מיט די ריכטיגע כבוד דורך די טויזענטער תלמידות און מען האט איר באדאנקט פאר איר הילף לטובת החינוך, און באזונדער אויסגעשמועסט די דעטאלן פונעם נאכפאלגנדער זיצונג מיט די עסקנים אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ווי מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים לטובת אחב"י תושבי ניו יארק בכלל און תושבי קר"י בפרט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל נפתלי הירצקא גלאנץ הי"ו.

ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם תהילים שיעור אויף קאפיטל ל' פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א און הרה"ח ר' עקיבא צבי געשטעטנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה מענדלאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א און הרה"ח ר' מרדכי מענדל גוטמאן ע"ה אין די זאלן פון גינת קליין.

אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש מיט די רבני וועד לטהרנו דקהלתינו הק', מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די שטארקע הצלחה בנוגע טעכנעלאגישע כלים מיטן הכשר פון וועד הקהילות, דער רבי האט אויסגערימט די פעולות פון וועד הקהילות און איבערגעגעבן הוראת קדשו צו שטיין ווייטער על המשמר מיט א פאראייניגטן כח אינאיינעם מיט אלע קהילות און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 1:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דחסידי בעלזא בארה"ק, אינאיינעם מיט חתנו הרה"ג ר' משה שטעסל שליט"א מדייני בעלזא ב"פ, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכות טריפות, און איבער די נייע בעלזא שטעטל וועלכע בויעט זיך יעצט אין אמעריקע, דערביי האבן די דיינים ארויסגעברענגט די שטארקע אפקלאנג וואס די דרשות פון רבינו שליט"א האבן בנוגע וואס דער ציל פון האבן א אייגענע שטעטל און וואס מען דארף זיכער מאכן ביים בויען א נייע אידישע שטאט, ובפרט נישט צו בויען נעבן א עקזיסטירנדע חסידישע שטעטל וואס מאכט חרוב יענעמס הארעוואניע און יענעמס צילן פון בויען א עקסטערע שטעטל, און דאס האט א שטארקע השפעה אויף אלע ערליכע קהילות, הגה"צ רבי פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו בשבילי פנחס און דער רבי האט געגעבן ספרו לב אהרן על מס' הש"ס און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, האדמו"ר מסקאליע שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספר מעין גנים פון זקינו הרה"ק מסקאליע זצ"ל וואס איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל קאסירער הי"ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר צבי ווייס הי"ו.
- ב"ר יצחק שניטצער הי"ו.
- ב"ר אליעזר וויינבערגער הי"ו.
- ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו.
- ב"ר ישכר מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו.
- ב"ר יואל ב"ר אברהם מאיר שווארץ הי"ו.
- ב"ר אליעזר ארי' יונגרייז הי"ו.
- ב"ר חיים רחמים סרוגא הי"ו.
- ב"ר דוד וויינבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א הגה"צ ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד.
אויך איז אריין בקו''פ הר"ר מרדכי דוב מייזליש שליט"א בן הגה"צ ר' אהרן שליט"א ונכד הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו פרי חמד אויף רבית, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

ארום 1:00 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די 'חומש סעודה' פאר די 550 תלמידי כתה א' בליע"ה פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל. די קינדער האבן געזינגען ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, און געזאגט די פסוקי חומש ויקרא אנגעפירט דורך די מנהלים הר"ר יואל אקער שליט"א, הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א, און הר"ר דוד פאלקאוויטש שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים, און משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר אלע קינדער א קרי"ש שעל המטה זאגערל, ווי אויך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר הרבני הנכבד ר' שלום אלי' מארקאוויטש הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות פונעם מעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח, מען האט געענדיגט ארום 1:50.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויף די יערליכע באזוך אין מחנה בית רחל.
ביים אנקומען ארום 2:45 איז דער רבי אריבער אינעם נייעם ביהמ''ד פון די קאנטרי 'בית אברהם אבא'. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני המחנה און זיך אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, פאר די רבני המחנה, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בשבח פון הנהלת המחנה וועלכע גיבן זיך אוועק פאר די תלמידות הבית רחל אז זיי זאלן קענען נתחנך ווערן אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות ע"ד המסורה לנו, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן פאר הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל, ספרו לב אהרן אויסצוטיילן פאר די לומדי הכולל שע"י מחנה בית רחל.

דערנאך ארום 3:05 איז דער רבי אריבער צו בנין שערי שלוה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די טויזענטער תלמידות בית רחל, דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב''ק והדרכה בעניני צניעות, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר''ר אלי' שלמה קאהן שליט''א און געבעטן דעם רבי'ן בשם די טויזענטער תלמידות אז דער רבי זאל אינזינען האבן די תלמידות אין די ימי הרחמים והרצון מען זאל קענען שטייגן בתורה ויראת שמים און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

דערנאך איז דער רבי אריבער צו איינע פון די דארמעטארי בנינים, און זיך אומגעקוקט אויף די שלאף צימערן, דערביי האט דער רבי געבעטן די הנהלת המחנה מ'זאל זיך אריינלייגן צו פארברייטערן די דארמיטארי בנינים צו קענען אהערשטעלן שלאף צימערן פאר די תלמידות אויף א מער א רחבות'דיגע פארנעם, און אנגעוואונטשן פאר די חברי הנהלת המוסדות און חברי הנהלת המחנה, מען האט געענדיגט ארום 3:30.

פון דארט איז דער רבי געפארן קיין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא צו די שמחת הכנסת ספר תורה לע"נ הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ הקריה.
ארום 3:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד זכרון יחיאל מיכל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגוני תורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר
די פילע אנוועזנדע רבנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה פון א סיום כתיבת ספר תורה, און מאריך געווען בשבח המקום וועלכע איז א הערליכע ווינקל א מקום שהכול פונים בה במשך די זומער וואכן, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת הקריה וועלכע שטעלן צו אלע געברויכן פארן ציבור במשך די לעצטע 27 יאר וואס די קריה איז געגרינדעט געווארן, דער רבי האט דערמאנט דעם חשובן דיין הגה"צ רבי לייבוש זצ"ל וועלכע איז געשטאנען בראש פון די קריה במשך אלע יארן, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר בנו דומ"ץ הקריה וועלכע גייט אין די דרכים פון זיין טאטע און איז עוסק לדון ולהורות פארן גאנצן ציבור, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 4:25.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום המספיק רעזארט אין די קעטסקילס, דער רבי איז צום ערשט אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו אינעם רעזארט אויף א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די פילע דירות פראיעקטן וועלכע בויען זיך אין די קעטסקילס און איבער די פילע פעולות פון די המספיק ארגענעזאציע, צווישן אנדערע די קעמפ 'ממתקים' פאר פילע תלמידות פון המספיק אוו ראקלענד.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו ובני משפחתו, און פאר הר''ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט''א מנהל מחנה ממתקים.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין פון קעמפ ממתקים און זיך אומגעקוקט אינעם נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם בנין און אריין אין זאל ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און די איינגעשטעלטע פונעם קעמפ.
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלעזר יונה זילבערמאן שליט"א און מקבל געווען פני רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי חיזוק פאר די תלמידות און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון ארויסהעלפן חולי ישראל, און האט דערמאנט לשבח פון הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט דעם מוסד און טוט אזויפיל פאר חולי ישראל שוין פאר לאנגע יארן, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 5:00.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון עטרת ווערטהיימער אינעם רעזארט ווי עס איז פארגעקומען דער סיום מסכת שבת - תלמוד ירושלמי במסגרת חבורת תורתך שעשועי. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן און מיטן נואם הכבוד הרה"ג ר' נח אייזיק איילבוים שליט"א אבד"ק הומנא, און מען האט געזינגען חרוזים.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק די שמחה ביי א סיום מסכת איז נישט נאר אויף די מסכת וואס מען האט געענדיגט נאר אויך פרייט מען זיך אז מען הייבט אן א נייע מסכת, און ארומגערעדט בשבח פון די מסיימים וואס א גרויס חלק האבן שוין מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי, און אנגעוואונטשן מען זאל קענען מסיים זיין גאנץ תלמוד ירושלמי און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די הנהלת חבורת תורתך שעשועי און פאר אלע לומדים.

אויפן וועג ארויס האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו פטרון ורוח החיים פון חבורת תורתך שעשועי.
דערנאך איז דער רבי אראפ צום אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה מיט אירע קרוב צו 300 זיץ פלעצער. און ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די רעזארט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' שמעון הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א און הר"ר אברהם מאיר מארקאוויטש שליט"א אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל מאיער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם פארקאש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביהמ"ד החדש בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך מנחה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין וומסב''ג און הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו.
- הר"ר הערש אלימלך רובינפעלד שליט"א און הר"ר יואל ברמ"ג שפיטצער שליט"א.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 9:10 ביז 1:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' צבי אביגדור פעקעטע שליט"א אבד"ק נאפקאר און האט איבערגעגעבן ספרו החדש אמרי טל מיט א קיצור פונעם ספר שמלה חדשה אויף הלכות שחיטה, דער רבי האט מעיין געווען דערין א שטיק צייט און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ט מנחם אב תשפ"ו8/2/2026

באריכט
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בן הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
- קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:20. עס איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה פאר די מוסדות עטה"ק בארה"ק. דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח יואל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר ישראל הערש ווייס שליט"א.
- כל מקדש: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א (ב"ב).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (ב"ב).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואכתוב את הדברים אשר היו על הלוחות הראשנים אשר שברת' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טעם כעיקר.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א צו זאגן דברי תורה.

- קה אכסוף: הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א רב דביהמ"ד ציעשנוב קר"י.
- ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זצ"ל בעמח"ס מטה אפרים וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ד אב.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' שלמה קובאלסקי הי"ו (ביתר).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר לבן הנולד אצל נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- אז ביום השביעי: ר' יחזקאל טייטלבוים הי"ו (מאנסי).
מען האט געענדיגט ארום 2:05.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40
- ברכות: הר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א.
- פסוקי דזמרה: הר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אלטר פאלקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם שלום פריעדמאן שליט"א, מראה"כ.
עליות.
- כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו.
- לוי: הגה"צ ר' מרדכי אייזען שליט"א אדמו"ר מליזענסק ב"פ.
- שלישי: החתן משה יוסף ב"ר יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- רביעי: החתן יעקב בהר"ר אברהם גאלדבערגער שליט"א - באווארפען.
- חמישי: החתן משה יואל ב"ר שלמה מענדלאוויטש הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' לייב ברא"ה שפילמאן הי"ו.
- ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
- ר' בנימין יוסף גוטמאן הי"ו.
- ר' אשר אנשיל יאזשעף הי"ו.
- ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו.
- ר' הערש לייב גאטליעב הי"ו.

- שביעי: החתן ליפא בהר"ר אברהם שמחה גאטליעב שליט"א - באווארפען.
- אחרון: החתן הערשל בהר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א - באווארפען.
- מפטיר: הרה"ח ר' יואל בר"י מיטטעלמאן הי"ו.
- הגבה: הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' עקיבא געשטעטנער הי"ו.

- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר שמואל פרענקל שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:45.
- בעל תפילה: הר"ר יואל ברי"ב שטערן שליט"א (וומסב''ג).
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שרגא יצחק ברי"ח ווייס הי"ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
- שלישי: הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' שלום חננאל מענדלאוויטש הי"ו (ב"פ).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפען.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון את המשפטים האלה' און געטייטשט וואס דער בני יששכר זאגט ע"ד מוסר אז דאס גייט ארויף אויף סוף יאר זיך צו מאכן א חשבון הנפש און זיך צוגרייטן צום יום הדין כראוי, און ממשיך געווען מיטן משל הידוע וואס רבותינו הק' זיע''א פלעגן נאכזאגן הושענא רבא איבער א מלך וועלכע פלעגט קומען באזוכן זיין מדינה און די קלוגע מענטשן פלעגן זיך צוגרייטן ווי עס פאסט און ארויסגיין אפווארטן די מלך בשמחה רבה, משא"כ די נישט קלוגע מענטשן פלעגן אנקומען דעם לעצטן טאג מיט גרויס בושה, מען שטייט יעצט נאך חמשה עשר באב ווען די כרוזים הייבן אן ארויסצוגיין איז יעצט די צייט זיך צוצוגרייטן צו ראש השנה מיט תשובה און תיקון המעשים און אזוי אויספועלן א גוט יאר און נישט ח"ו עס אפשטופן און אנקומען מיט גרויס בושה אין די לעצטע מינוט.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:10.

ארום 12:30 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד"ק נייטרא מאנסי, ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען בכובד ראש איבער פארשידענע קאמפליצירטע ענינים בנוגע די שחיטה המהודרת לגסות דקהלתינו הק', דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בכמה ענינים בהלכה איבער וואס מ'האט דן געווען, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ברוב ידידות.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגי"ז מנחם אב תשפ"ו7/31/2026

באריכט
פרייטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברוך באש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אברהם יעקב צבי דרומער הי''ו.
- ב"ר יעקב יוסף ראזענבערג הי''ו.
- ב"ר יואל חיים פילאפף הי''ו.
- ב"ר ישראל מאיר יושע ב"ר אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו.
- ב"ר יואל ב"ר יצחק ראכליטץ הי''ו.
- ב"ר אברהם מרדכי בראך הי''ו.
- ב"ר מרדכי פייערשטיין הי''ו.
- ב"ר יואל ב"ר שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי''ו.
- ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי''ו.
- ב"ר משה שלום לוסטיגמאן הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם בחדר אברהם יודא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור בן הר"ר אנשיל קארפען שליט''א (קר''י).

- בעל תפילה: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א.
- בעל קורא: הר''ר אנשיל קארפען שליט''א.
- כהן: הרה''ח ר' משה יעקב ווייס הי"ו (לעיקוואד).
- לוי: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען).
- שלישי: הב' הבר מצוה בן הר"ר אנשיל קארפען שליט''א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' חיים יצחק שלמה ברוק הי''ו (מאנסי).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער מאכן א ברכת עושה מעשה בראשית ביים זעהן די בערג און די ים הגדול.

ארום 1:40 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש נאכן וויילן די פארגאנגענע פיר וואכן אויף מנוחת הנפש, אויפן וועג צום מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 2:15. און ארום 3:20 געלאנדעט אינעם סטוארט לופטפעלד, פון ווי דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום א האלבע שעה קיין קר"י.

ביים אנקומען בביתו נאוה קודש האבן אפגעווארט פילע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען בשירה וזמרה, און זיי זענען אלע איז אריבער שלום נעמען.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הר"ר משה כ"ץ שליט"א און הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יצחק גליקמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 9:15 איז דער רבי אריבער צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל משה ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק בר"ח פעקעטע הי"ו.
- הרה"ח ר' יואל בר"ב ראזענבערג הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"י בלייך הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן לע"נ הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ביהמ"ד וקרית ויואל משה, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ראה אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלא, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געטרינקן לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די נייע 'קרית משה' אין מאנטיסעלא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ הקריה, פאר די איבעריגע באטייליגטע ממשפחת הדומ"ץ זצ"ל און פאר די הנהלת ועסקני קרית ויואל משה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: ר' משה בר"י שרייבער הי''ו (קר''י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות בית הכנסת.

דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
פאר מנחה האבן שלום גענומען תלמידי כתה מכינה לישיבה שע''י קהילות גור ב''פ וועלכע געפינען זיך אין די טעג אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו פאר די מרביצי תורה.

צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:45.
- בעל תפילה: ר' הערש אלימלך פריעד הי''ו (קר''י).
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס פון זכרונות פון די וואכן וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט געוויילט אויף אפרוה אין שעראן ספרינגס.

אין די פארמיטאג שעות האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף שו"ע יו"ד ח"א בביתו נאוה קודש, א קבוצה מצויני תלמידי ישיבה קטנה סניף רב טוב פון קר"י בהנהלת הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א, דער רבי האט א לענגערע צייט פארהערט די בחורים, און דערביי אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך היינט צוטאגס אין די בתי השחיטה סיי ביי די עופות און סיי ביי די בהמות, דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00. בעל תפילה: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 8:50. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם ג'ברא הי''ו (קר''י).
- בעל תפילה: ר' שמואל היימליך הי''ו (אנטווערפען).
- פתיחה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
- בעל קורא: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו (קר''י).
- כהן: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם ג'ברא הי''ו.
- לוי: ר' יחזקאל היימליך הי''ו (מאנסי).
- שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה''ח ר' דוד בר"מ שלעזינגער הי''ו (מאנסי) און דער רבי האט זיך באדאנקט.
- הגבה: הרה''ח ר' יואל אשר מאנדעל הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' דוד שלעזינגער הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגי תפילה פון א יוצא לדרך.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: הב' שמחה ב"ר הערש אלימלך קליין הי''ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' משה ב"ר זלמן מענדלאוויטש הי''ו (קר''י).

נאך מעריב זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי מוסדותינו הק' קרית יואל סניף בנין עצי חיים, דער רבי האט משמיע געווען דברי התחזקות פאר די קינדער און פארהערט די לימודים, דערנאך זענען אלע קינדער אריבער מקבל זיין ברכת הקודש און דער רבי האט פארטיילט ממתקים און א משניות פאר אלע קינדער, און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:20.
- בעל תפילה: הב' מנחם בנציון ב''ר יחיאל מיכל גלאנץ הי''ו (קר''י).

נאכן דאווענען זענען די פילע געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אריבער זיך געזעגענען, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים בנוגע אמירת הפטורה.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55, בעל תפילה: הב' אברהם שאול ב"ר דוד חיים מאשקאוויטש הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת ארום 9:30 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: ר' אהרן ברד"ל קרויס הי''ו (קר''י).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךט"ו מנחם אב תשפ"ו7/29/2026

באריכט
שב''ק פרשת ואתחנן - שבת נחמו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר

אויף דעם שב"ק האבן געוויילט בצל הקודש א קבוצה מצויינים מתלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.

ערש"ק נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה:
- הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט''א - ר"מ בישיבה.
- הבה"ח משה ב''ר יצחק נתן גאנדל הי''ו (וומסב''ג).
- הב' זלמן לייב ב''ר ישראל שלום אונגאר הי''ו (קר''י).
- הב' ישעי' וואלף ב''ר אברהם בער דייטש הי''ו (מאנסי).
- הב' אלימלך ב''ר שניאור פייוויש וועבערמאן הי''ו (קר''י).
- הב' משה ב''ר יעקב מאיר ווייס הי''ו (קר''י).
- הב' ישכר בער ב''ר ישראל הורוויץ הי''ו (קר''י).

פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט''א (קר''י). מען האט געענדיגט ארום 10:25. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 10:55 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט מאנ''ש, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: הב' חיים הערש טייטלבוים ני"ו בן הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט מאנסי.
- הגבהת הכוס: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
- כל מקדש: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
- מנוחה ושמחה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבה.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואתחנן אל ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון המקדש במלוה.

- קה אכסוף: הר"ר אורי יודא קויפמאן שליט"א - ר"מ בישיבה.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל אך פרי תבואה מ'ליסקא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג י"ד אב.

- קה רבון עלם: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט''א - ר"מ בישיבה.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל היימליך הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 1:45.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
- ברכות: הרה''ח ר' שלמה דוב ווידער הי''ו (וומסב''ג).
- פסוקי דזמרה: הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט''א (מאנטרעאל).
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

- הוצאה והכנסה: הר"ר יוסף יאקאב שליט''א (מאנסי).
- פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי''ו (קר''י).
- בעל קורא: הב' שלום נחמן ב"ר לוי יצחק סימאן הי''ו (קר''י).
עליות.
- כהן: הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א.
- לוי: הר''ר שלמה היימליך שליט''א (קר''י).
- שלישי: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
- רביעי: הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט''א (מאנסי).
- חמישי: הרה''ח ר' יואל ברד"ל האלפערט הי''ו (קר''י).
- שישי: רבינו שליט''א - דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' זושא ניישטאדט הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
- שביעי: הב' אהרן יוסף ב''ר ברוך עקשטיין הי''ו (קר''י).
- הוספות: הרה''ח ר' יואל דוד שווארטץ הי''ו - ק"י.
- הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט''א.
- הבה"ח יודל ב"ר שלום הורוויץ הי''ו (וומסב''ג).
- הר"ר אורי יודא קויפמאן שליט''א.
- הרה''ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' קר"י ור"מ בישיבה.
- הרה''ח ר' יואל ברא"ט קויפמאן הי''ו.
- הר"ר מענדל פריעדמאן שליט''א.
- הב' אברהם ב"ר יואל בר"מ ווערטהיימער הי''ו (קר''י).
- אחרון: הרה''ח ר' מענדל היימליך הי''ו.
- מפטיר: ר' אברהם אהרן ברמ"מ שטעסל הי''ו (קר''י).
- הגבה: ר' אברהם שלמה וויינשטאק הי''ו (קר''י).
- גלילה: הב' יחזקאל שרגא ב''ר פישל סופר הי''ו (קר''י).

- מוסף: הר"ר ישראל אייזיקאוויטש שליט''א.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה''ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו (מאנטרעאל).
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

ביי די סעודת עתיקא קדישא איז דער רבי אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 2:40, מען האט געזינגען ניגוני נחמה, דער רבי האט טועם געווען פון די חלה און קוגל און געוואונטשן לחיים.
- ברוך ה' יום יום: הרה''ח ר' משה בראך הי''ו (קר''י).
- ברוך קל עליון: הרה"ח ר' יואל דוד שווארטץ הי''ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אעברה נא ואראה' און געטייטשט בדרך אגדה.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:30.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
- בעל תפילה: הרה''ח ר' אלחנן טויב הי''ו (קר''י).
- הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו (מאנסי).
- בעל קורא: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט''א.
- כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר''י).
- לוי: הר"ר יואל בערגער שליט''א - ר"מ בישיבה.
- שלישי: הרה''ח ר' שלמה דוב ווידער הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הב' שמעון ב''ר אליעזר זוסיא ראזענבערג הי''ו (ב"פ).

זמירות ביי של''ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה''ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי''ו (קר''י).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו (קר''י).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'נחמו נחמו עמי יאמר' און געטייטשט מיט וואס דער אמרי נועם זאגט אז עס איז בגי' 'תפילין', אפילו די הלכה איז אז א מאן איז נאר מחיוב אויסצולייזן זיין ווייב איין מאל, במילא אויב הקב"ה האט שוין אויסגעלייזט כלל ישראל פון מצרים איז הקב"ה שוין לכאורה נישט מחיוב מער אויסצולייזן נאכאמאל כלל ישראל פון גלות, דאס איז נאר ווען די מאן ניצט די אייגענע נכסים איר אויסצולייזן משא"כ אויב ניצט ער אירע נכסים דארף ער איר יא אויסלייזן מערערע מאל, יציאת מצרים איז געקומען בזכות פון די אבות דארף הקב"ה יא אויסלייזן כלל ישראל פון גלות, אויף די תפילין של ראש איז מרומז די אבות הק', פארדעם טרייסט מען זיך מיט די תפילין וואס דאס איז אונזער טרייסט און האפענונג אז הקב"ה וועט אונז בקרוב אויסלייזן פון גלות.

- ידיד נפש: הר"ר יואל בערגער שליט''א.
- קל מסתתר: הרב יצחק אייזיק כהנא שליט''א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: הרב יצחק אייזיק ראבינאוויטש שליט''א - ר"מ בישיבה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווייז פריערדיגע טעג