כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי סליחות, און ביי התרת נדרים נאך שחרית, היינט ערב ראש השנה אין ביהמ"ד הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
…
פרייטאג האזינו א' - ערב ראש השנה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר אום 5:18 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, און צוגעגאנגען צו סליחות 'זכור ברית' בהתעורורות רב.
מיט די פתיחות זענען נתכבד געווארן הרה"ח ר' יעקב האלענדער הי"ו און הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:30 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר אלעזר פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אברהם יצחק גאלדבערגער ע"ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים או און מסיים געווען די צווייטע מאל תהילים כנהוג בחודש אלול. נאכן אויסטוהן די תפילין האט רבינו שליט"א געמאכט התרת נדרים פאר א מנין און געזאגט די מסירות מודעות, און זיי באדאנקט און אנגעוואונשן א כתיבה וחתימה טובה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דאנערשטאג האזינו א' - ה' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' אלימלך שמשון שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ברי"י גפן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו.
- ב''ר ליפא מענדלאוויטש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 10:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45 און מעריב ארום 10:50.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקו''פ אינאיינעם מיט די הנהלה און אדמיניסטראציע פון 'עזר העלט סענטער' ווי מען האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע דעטאלן וויאזוי צו אויסברייטערן און פארבעסערן די העלט סענטער לטובת אלפי תושבי קר"י, דערביי האט דער רבי ממנה געווען פרישע חברי הנהלה וועלכע זאלן שטיין צו די הילף פאר די ביז יעצטיגע הנהלה, ה"ה הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו, הרה"ח ר' אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו, און הרה"ח ר' שלום יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז זיי אלע זענען שוין לאנג יעריגע עסקנים און וועלן קענען ניצן זייער עקספערטיז ארויסצוהעלן דעם העלט סענטער לשביעת רצון פון אלפי תושבי העיר, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און פאר די יעצטיגע חברי הנהלה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואך האזינו א' - ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:20.
נאך סליחות איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יוסף שאול ליכטנשטיין הי"ו.
- ב"ר נפתלי הירצקא יאקאב הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען האדמו"ר מסטריזוב שליט"א און הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד קדושת יו"ט דקהלתינו הק' ב"פ און אחיו הרה"ג ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א - דומ"ץ מכון להוראה מאנסי, היושבים ע"פ אחיו /אביהם הגה"צ אבד"ק זאלישא זצ"ל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ רבני וועד העירובין שע"י בית הוראה דקרית יואל און האבן איבערגעגעבן א באריכט פאר רבינו שליט"א איבער די פילע פעולות פון די וועד משך די פארלאפענע יאר פאר די פילע עירובין איבער גאנץ קרית יואל און אין אלע שכונות איבער קרית יואל המורחבת, ווי צווישן אנדערע האט מען אין די פארגאנגענע וואכן פארענדיגט די עירוב פאר שכונת קדושת לוי, און פונעם מאסיווע פראיעקט צוזאמשטעלן אלע עירובין פון די שכונת אין טאון אוו מאנראו מיט'ן צענטראלע קרית יואל עירוב, דערביי האבן די חברי הנהלת וועד העירובין איבערגעגעבן א באריכט איבער די הצלחה פונעם קאמפיין וועלכע איז פארגעקומען אין די פארגאנגענע וואכן לטובת די וועד העירובין, דער רבי איז איבערגעגאנגען די ליסטעס פון די גרעסערע נדבנים מיט גרויס קורת
רוח, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די רבני והנהלת וועד העירובין און באזונדער פאר הרה"ג ר' יואל קאהן שליט''א יו"ר הוועד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאג האזינו א' - ג' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן ווערצבערגער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן אור אייניקל הב' הבר מצוה שמואל שמעלקא ט"ב ני"ו בן הר"ר חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדבן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר בנציון גאלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים רבתי לרגל די שמחת הנחת תפילין בחדר אברהם יודא, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, פאר נכדו הר"ר חיים הערש שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז תפילין איז מקשר כלל ישראל צו הקב"ה און פארדעם ניצט תשובה, במילא איז א בר מצוה א גוטע הכנה צו ראש השנה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א סעודת פת שחרית לרגל די שמחת הבר מצוה אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ובני משפחתו, עס האבן זיך פארצויגן שיינע שמועסן במנהגי חודש תשרי און מנהגי בר מצוה און מען האט געזינגען ניגוני שמחה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור הב' שמואל שמעלקא ט"ב ני"ו.
נאכמיטאג איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 4:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 און מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ אריבער הונדערט יתומות תלמידות פון מוסד אור חדש צו מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די ימי הרחמים והרצון, די הנהלה האט איבערגעגעבן א באריכט פון די פילע פעולות פונעם מוסד לטובת די יתומות, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די יתומות און געבענטשט קייטלעך וואס וועט פארטיילט ווערן פאר אלע יתומות און מאציל געווען מברכת קדשו פאר אלע עסקני ועסקניות פונעם מוסד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאג האזינו א' - ב' דסליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל ב"ר יעקב פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
אנהייב פון די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די מחותנים הרה"ג ר' אברהם יחזקאל פריעדמאן שליט"א אב"ד קאמאדע מאנסי און הר"ר אברהם פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א, מקבל זיין ברכת הקודש שטייענדיג אין די ימי השבע ברכות פון שמחת נישואי צאצאיהם למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה.
צווישן די הונדערטער אנ''ש וועלכע זענען אריין לברך ולהתברך זענען אריין בקו''פ. הרב הגאון רבי יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש, הרה''ג ר' אברהם דוד ווארפמאן שליט"א אב"ד בוטשאטש מאנסי. הגה''צ ר' העניך מרדכי מייזליש שליט"א רב דביהמ"ד טאלטשאווע קר"י, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון.
ארום 9:40 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ב"ר יצחק וויינגארטן הי"ו און הרה"ח ר' יודל מאשקאוויטש הי"ו.
ארום 12:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי דוד מ'קשאנוב זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר דוד האלבערשטאם שליט"א מנה''ר פון מוסדותינו הק' אין לינדען, און דערביי האט זיך פארמירט א שמועס איבער די בליה און וואוקס פון קהילתינו
ומוסדותינו הק' אין שטאט לינדען, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו היושב ע"פ אביו הרה"ח ר' הערשל ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג האזינו א' - א' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
באשמורת הבוקר אום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול במקהלות אלופי אלפי אנ''ש, מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות.
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א. מען האט געענדיגט אום 6:20, נאך סליחות האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הב' ב"ר דוד ווייס הי"ו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:50. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.
- ב"ר יחיאל מיכל פריעדמאן הי"ו.
- ב"ר אשר זאב בערגער הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך חצות איז דער רבי אריבער אין שטוב פון נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, צו די חאלאקע פון בנו הילד נפתלי צבי ני"ו.
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים לבית זידיטשוב און מען האט געזינגען ניגוני שמחה. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 2:00.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה.
ארום 9:00 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מרדכי יואל לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שב''ק פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:00 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' צבי טובי' עפשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 9:35. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי שיעור ג' פון אלע סניפי ישיבות קטנות פון מוסדות קרית יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' חיים הערש אשכנזי ני"ו בן הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- הגבהת הכוס: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די מנהלי ישיבה קטנות.
- כל מקדש: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל סניף ייטב פנים.
- מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א - מנהל סניף אבני צדק.
דער רבי האט האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון חצי שיעור.
- קה אכסוף: הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א - מנהל סניף קדושת יו"ט.
- ברכת המזון: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מרדכי דוב מהארנסטייפל זיע''א וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ"ב אלול.
- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יעקב הערש בר"ש היימאן הי"ו (וומסב''ג).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:25.
וביום השבת
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
- ברכות: הרה"ח ר' ישראל ארי' פישער הי"ו (ב"פ).
- פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יונה בערנאטה הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש מאנסי.
- הולכת הס"ת לבימה: הרב אלטר וואגשאהל שליט"א (ב"פ).
עליות.
- כהן: החתן משה ב"ר מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- לוי: החתן שלמה יעקב ב"ר מרדכי יחזקאל לעווי הי"ו.
- שלישי: החתן בנימין זאב ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו.
- רביעי: ר' עמרם אקער הי"ו.
- חמישי: ר' שלמה מנשה בר"ש דייטש הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
- ר' ברוך מרדכי אקערמאן הי"ו.
- ר' יעקב נפתלי קאסירער הי"ו.
- ר' יעקב ברד"ל גליק הי"ו.
- שביעי: ר' שלמה ברא"מ בראך הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- אחרון: ר' נחום מרדכי ברמ"ח שפיטצער הי"ו, און דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' יודא לייב מאשקאוויטש הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' הלל הערשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
- החזרת הס"ת: הרה"ח ר' יצחק אהרן הירשפעלד הי"ו (מאנסי).
- מוסף: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרב יצחק אייזיק רובין שליט"א (ב"פ).
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
נאכמיטאג ארום 7:00 איז דער רבי אראפ אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכת קדשו.
רעוא דרעווין
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:55.
- בעל תפילה: ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו.
- כהן: ר' יעקב ב"ר יצחק פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
- שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום כולכם' און געטייטשט אז דורך טבילה במקוה איז מען זוכה אז הקב"ה איז קונה כלל ישראל מיט קנין משיכה דורך קורא לה והיא בא און מען דארף נישט צוקומען צו הכישה במקל, און נאכגעזאגט פונעם חתם סופר אז א יאר וואס ראש השנה חל בשבת קומט צו נאך א מעת לעת פון קדושת שבת, איז דא ע"ב שעות כמנין חס"ד און עס איז מעורר מידת החסד פון הקב"ה אז עס זאל זיין קורא לה והיא בא.
- ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי גאלדבערגער הי"ו (ב"פ).
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️