בס"ד - סאטמארע נייעס
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מאנטאגא' מרחשון תשפ"ז10/12/2026

זונטאגל' תשרי תשפ"ז10/11/2026

באריכט
שב''ק פרשת בראשית - מברכים חודש חשון - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בבית האכסניא פון הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל המורחבת

איו די נאכמיטאג שעה'ן איז פארגעקומען בבית האכסניא א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו מיוחד פאר ארון קודש בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א, און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' נפתלי הירצקא הי"ו ובני משפחתו, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה עטליכע מינוט, מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ לכבודה של תורה.

ארום 6:50 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 8:15. און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת.

די סעודת שבת האט דער רבי געפראוועט אויף א פריוואטע פארנעם בבית האכסניא.
ארום 10:00 האט מען געעפענט די טיר צו די זמירות ודברי תורה.
- כל מקדש: הר''ר לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
- מנוחה ושמחה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן שילוב סוף התורה לתחילתה, לעיני כל ישראל - בראשית ברא, און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למסורת.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו.
- ברכת המזון: הרה"ג ר' שמעון דייטש שליט''א רב דביהמ''ד שערי חיים בשכונת חכם צבי קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק מרוזין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך ג' חשון.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' גרשון שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יואל ברמ"י קליין הי"ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הר''ר בנימין ליכטנשטיין שליט''א.
- שחרית: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

פארן ליינען איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש בשמחה והתרוממות און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

- פתיחה: הרה''ח ר' יעקב מנחם בערקאוויטש הי''ו.
- בעל קורא: הר"ר אברהם לייב לאנדא שליט"א.
עליות.
- כהן: הר"ר לוי יצחק בארזעסקי שליט"א.
- לוי: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- רביעי: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' אברהם יעקב וויינבערגער הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.
- שביעי: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- אחרון: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א.
- מפטיר: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- הגבה: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א.
- גלילה: הב' אברהם אבא ב"ר וואלף פערל הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש מיט גרויס התעוררות.
- הולכת הס"ת לארון הקודש: ר' אברהם יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו.

- מוסף: הרה''ח ר' יואל קליין הי''ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא בהיכל ביהמ"ד לרגל די הכנסת ס''ת, דער רבי האט געמאכט קידוש און מען האט געזינגען ניגוני שמחה וניגוני תורה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה''ח ר' נפתלי הירצקא הי''ו ובני משפחתו.
אויך האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת קידושא רבא פון נכדת רבינו, בת הנולדה אצל נכדו הר''ר חיים צבי טייטלבוים שליט''א פארגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין וומסב''ג, ויקרא שמה בישראל 'מלכה' נאך הרבנית הצדיקת אשת חבר פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א און דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 6:50.
- בעל תפילה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מארקאוויטש הי"ו.
- בעל קורא: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
- כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
- לוי: ר' אברהם יושע בר"מ ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרב נחמן בראך שליט''א (בית שמש).
- הולכת הס"ת לארון הקודש: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלאנדער הי"ו

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה: הרה''ג ר' יואל ברש"נ ווייס שליט''א רב דביהמ''ד פקודת הלוי בשכונת בית יוסף (דזשעפערסאן).
- שיר המעלות: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' און געטייטשט אז דורך לימוד התורה וואס אפילו אחד שיושב ושונה הקב"ה עמו, קוקט הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו אויף א פגם העבירה לויט ווי עס קוקט אויס אויף די וועלט, און נישט אזוי גרויס וויאזוי עס קוקט אויס בעולמות העליונים, במילא ניצט תשובה, און מעורר געווען אז מען שטייט יעצט נאך א חודש אלול און תשרי און בעפאר א לאנגע ווינטער זמן, יעדע איד האט תשובה געטוהן אויף זיינע עבירות און אזוי אויך האט יעדער זיך מקבל געווען קבלת טובות בעניני לימוד התורה, איז יעצט די צייט צו אפצאלן די קבלת טובות און עוסק זיין בלימוד התורה און אזוי זוכה זיין צו הקב"ה עמו און דורכדעם וועט מען זוכה זיין אז זיין תשובה פון די ימי אלול ותשרי זאל נתקבל ווערן ביי הקב"ה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' יואל קליין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

- מעריב מוצש''ק: ר' נפתלי סופר הי"ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:45, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה בבית האכסניא.

ארום 12:30 האט דער רבי משמיע געווען דב''ק דורך א הוקאפ ביים סיום מסכת קידושין דורך יוצאי תלמידי מוסדותינו הק' וומסב''ג כיתה ט' וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גינת אסתר, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה א גאנץ יאר און מסיים געווען מסכת קידושין און זענען געשטיגן מעלה מעלה בעבודת השם, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים וואס גייען יעצט אריין אין די ישיבות קטנות אז מ'זאל ווייטער מצליח זיין צו שטייגן בתורה ויראת שמים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק בראשית 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר שלום נויפעלד הי''ו.
- ב"ר מנחם מענדל אפענהיים הי''ו.
בעל תפילה: הב' אהרן מנחם ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו, בן הנולד אצל הרב דוד טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א וחתן הגה''צ רבי אברהם יודא לעוו שליט''א אבד"ק ור"י תפארת אליעזר.
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
- סנדק מעומד: הגה"צ אבד"ק תפארת אליעזר שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: דער זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל' נאכן עלטער זיידן הגה''צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בבית האכסניא אינאיינעם מיט די בני המשפחה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און אויפגעריסן די חלה מיט די האנט כנהוג אום ערב שבת, דערביי האט זיך פארמירט שיינע שמועסן מיט די זיידעס הרבנים שליט''א איבער די מקור פון די נאמען 'יקותיאל יהודה' און איבער דעם מנהג פונעם צאנזער רב זיע''א צו פירן טיש אום ערב שבת.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.

דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בעניני ברית מילה, און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און דע זיידעס, און פאר די גאנצע משפחה.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ח תשרי תשפ"ז10/9/2026

באריכט
דאנערשטאג בראשית

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ג'ברא הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא.
- בעל תפילה: הבה"ח שלום ב"ר פנחס פראנקל הי''ו.
- בעל קורא: ר' אברהם ברד"י ווערצבערגער הי''ו.
- כהן: ר' אברהם ג'ברא הי''ו.
- לוי: הר''ר אהרן ווייס שליט''א.
- שלישי: רבינו שליט''א.
- הגבה: ר' אלטר ברוך גפן הי''ו.
- גלילה: הרה''ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
- לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' נפתלי ווייס הי''ו (מאנסי) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' יודא שעהנפעלד הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בעלי ברית ובני משפחתם.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, בעל תפילה: הב' מאיר דוד ב"ר אברהם מאסרי הי''ו. און מעריב אום 7:50, בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ''ץ הי''ו.

נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח ר' מאיר הכהן פישער ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך בראשית

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
- ב"ר משה יוסף בר"ד פריעדלענדער הי"ו.
- ב"ר יצחק ב"ר מענדל לעווי הי"ו.
- ב"ר יואל וואלף ווייסמאן הי"ו.
- ב"ר יואל הערש מארקאוויטש הי"ו.
- ב''ר משה ראזענצווייג הי''ו.
בעל תפילה: הב' פנחס בר נפתלי פריינד הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף ברש"ל גרובער הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים און דער בעל ברית.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, בעל תפילה: ר' שמעון ישראל שטערן הי''ו. און מעריב ארום 7:50, בעל תפילה: הב' מאיר דוד ב"ר אברהם מאסרי הי''ו.

נאך מעריב איז פארגעקומען בבית האכסניא א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' דוד יושע הירש הי"ו (ב''פ) און ווערט אריינגעגעבן זונטאג נח אין ביהמ''ד לב אהרן דקהילתינו הק' ב''פ, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
באריכט
דינסטאג בראשית

דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ב"ר שמעון פריעדמאן הי''ו.
- ב"ר ישראל גרין הי''ו.
בעל תפילה: הב' משה ב''ר שמשון שרגא פאגעל הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

אין די נאכמיטאג שעות איז אריבערגעקומען בבית האכסניא הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ווי דער רבי מיטן דיין זענען פאר עטליכע שעות איבערגעגאנגען און אדורכגעלערנט פארשידענע קאמפליצירטע שאלות וועלכע האבן זיך געמאכט במשך יו"ט סוכות.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, בעל תפילה: הב' יעקב ב''ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי''ו. און מעריב ארום 7:50, בעל תפילה: ר' משה ברא"ש כ''ץ הי''ו.
באריכט
מאנטאג בראשית - אסרו חג סוכות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר פנחס בראך הי''ו (מאנטרעאל).
- ב''ר דוד יודא שפיטצער הי''ו.
- ב''ר משה מנחם שלעזינגער הי''ו.
- ב''ר יואל האניג הי''ו.
- ב''ר יוסף פנחס קעניגסבערג הי''ו.
- ב''ר יצחק אהרן מתתי' בראך הי''ו.
- ב''ר בנציון לעבאוויטש הי''ו.
- ב''ר יושע חיים ראזענבוים הי''ו.
- ב''ר הערש לייב פאגעל הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אין די נאכמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הר''ר עמרם כהן ז"ל.

ארום 6:45 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין איינע פון די שטילע געגנטער אין קר"י המורחבת ווי דער רבי וויילט במשך די וואך אויף מנוחת הנפש.

דער רבי האט געדאווענט מנחה אינעם ביהמ''ד בבית האכסניא ארום 7:20. בעל תפילה: הב' אברהם יושע בהר"ר יואל עקשטיין שליט''א. און מעריב ארום 8:00 בעל תפילה: הב' חיים מענדל בהר"ר יואל עקשטיין שליט''א.
באריכט
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו - ליל שמחת תורה

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ברוב עם הונדערטער חסידים ואנשי מעשה.
- בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יוסף פילעפף הי''ו.
נאך מעריב איז דער רבי געגאנגן אין די פריוואטע מקוה שע"י ביהמ"ד הגדול.

אום 1:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה צו אתה הראית.
- פתיחת הארון: הרה''ח ר' יעקב הערש היימאן הי''ו (וומסב''ג).

אום 1:55 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די הייליגע עבודה מיטן טאנצן די געהויבענע הקפות.
רבינו שליט"א האט געזאגט פינף מאל תורה אינמיטן די הקדמה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז 'ידיד נפש אב הרחמן', דורך טאנצן שמחת תורה ווערט מען נקנה צו הקב"ה מיט קנין הגבהה, שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, לעתיד גייט מען פסק'ענען ווי רבי שמעון אז אן עבד כנעני ווערט נקנה בהגבהה, טאנצט מען ריקודים של שמחה צו קענען נקנה ווערן צו הקב"ה מיט קנין הגבהה, און אויסגעפירט בבכיות מיט א תפילה צו הקב"ה אז עס זאל זיין ירוץ עבדך כמו איל און מען זאל קענען טאנצן די הקפות כדבעי און אזוי נקנה ווערן צו הקב"ה.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז *'הדור נאה' וידבר משה א'ת מ'ועדי ה' א'ל ב'ני י'שראל, איז ר"ת אב"י אמ"י, מען האלט יו"ט שני של גליות צוליב מסורת אבות און אין דעם זכות קען מען מבטל זיין גזירות רעות, ביי די הקפות טרייבט מען ארויס די צדיקים פון גן עדן וויבאלד אויף יענע וועלט איז נישט דא קיין יו"ט שני, און אויסגעפירט אז די אבות ואמהות און די צדיקים אבותינו ורבותיה"ק זיע''א געפינען זיך דא יעצט ביי די הקפות און מען קען זיך אויסבעטן פון זיי אלעס וואס מען דארף.
- דריטע תורה: אויפן חרוז *'הגלה נא' פון מצות סוכה איז א ראי' אז כלל ישראל האט א דין בנים למקום במילא וועט הקב''ה מאכן תחיות המתים, ניצט תשובה און מען ווערט נישט נדחה, מיט די ריקודים של שמחה שמחת תורה בכל גופו ובכל איבריו קען מען מתקן זיין אלע איברים, נאך סוכות ווען עס איז א ראי' אז מען האט א דין בנים למקום און מען גייט אויפשטיין צו תחית המתים און נאר פארדעם ניצט תשובה, טאנצט מען שמחת תורה צו מתקן זיין אלע איברים.
- פערטע תורה: אויפן חרוז *'בראשית תורתך הקדומה' ווען אידן טאנצן הקפות שעות ארוכות לפנים משורת הדין איז הקב"ה מקיים מצות השבת אבידה לפנים משורת הדין ווען א מענטש טוט תשובה און ברענגט אים צוריק זיינע מצות און אזוי איז מען נאכדעם מבטל די עבירות.
- פינפטע תורה: אויפן חרוז *'הקל הגדול' ווען א מענטש הייבט אן זאגן קדושה טראכט ער צו זיך אז ווער בין איך צו זאגן קדושה פאר הקב"ה? זאל ער אבער טראכטן אז אנטקעגן הקב"ה זענען דאך די מלאכים אויך גארנישט און אז די מלאכים קענען זאגן שירה און קדושה קענען מיר אויך זאגן, די בחינה האט אברהם אבינו אונז אויסגעלערנט ווען ער האט מקרב געווען לאבינו שבשמים אלע עוברים ושבים און זיי אויסגעלערנט אז זיי זענען יא חשוב ביי הקב"ה צו קענען זאגן שירות ותשבחות.

מען האט געענדיגט די הקדמה ארום 4:20.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן אנגעהויבן שוין פון די ערשטע הקפה נאר אויפן באלעמער און אפגעראכטן די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.
מען האט געענדיגט טאנצן די הקפות ארום 5:25.

נאך די הקפות האט רבינו שליט''א פארגעזאגט שמע ישראל ה' מלך און די אנדערע פסוקים.
- פסוקי שמע ישראל ובעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו.
עליות.
- כהן: הרה''ח ר' אלי' שאול כ''ץ הי''ו (ב''פ).
- לוי: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הר''ר חיים ישראל קלאגסבאלד שליט''א (לאנדאן).
- גלילה: ר' שמואל בענעדיקט הי"ו (מאנטשעסטער).
מען האט געענדיגט ארום 5:35, און דער רבי האט געוואונטשען א גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור בצהלות פניו.

דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי אין ביהמ''ד הגדול און קידוש געמאכט און אפגעראכטן די סעודת יו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו. ברכת המזון: נכדו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב''פ).
ארום 6:40 איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.

יום שמחת תורה

שמחת תורה אינדערפרי ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.
פסוקי דזמרה און שחרית האט מען געדאווענט במהירות כנהוג, בעל תפילה: הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א ביי נשמת האט מען געזאגט האל, המלך און שוכן עד, בנוסח יו''ט, ימים נוראים ושבת כנהוג. די כהנים האבן געדוכענט,
דער רבי איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתלהבות אש. מען האט געענדיגט ארום 1:25, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 2:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו אתה הראית.
- פתיחה: הרה''ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי"ו (לאנדאן).

ארום 2:25 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן טאנצן די הייליגע הקפות. מען האט געענדיגט די הקדמה בערך 4:20 .

רבינו שליט''א האט געזאגט 7 מאל תורה, פיר מאל ביי די הקדמה און ביי די ערשטע הקפה, פאר די פערטע און זעקסטע הקפה.
- ערשטע תורה: אויפן חרוז *'ידיד נפש'*, דורך די ריקודין של שמחה, שמחה של מצוה איז מכפר אויך אויף די עבירה אז מען איז געווען בשמחה בשעת'ן טוהן א עבירה.
נאך אן אופן, ווען מען איז בשמחה בשעת מקיים זיין א מצוה וואס א זכר צו א נס איז עס נישט אזא חידוש, משא"כ שמיני עצרת וואס איז נישט קיין זכר צו א נס נאר מען פרייט זיך מיט די תורה און מען טאנצט שהבדלנו מן התועים דאס איז א גרויסע חידוש און הקב"ה האט א שטארקע הנאה דערפון.
- צווייטע תורה: אויפן חרוז פון *'הדר נאה*' אנא קל נא רפא נא לה, אין נא אלא לשון בקשה, שמחת תורה איז אזוי הייליג אז עס איז מעלה אלע תפילות ובקשות פון א גאנץ יאר, א מצוה איז נישט בשלימות נאר אויב עס קומט אן שווער אדער עס קאסט געלט, פארדעם בעט מען די אלע מצוות וואס זענען נישט בשלימות זאלן ווערן בשלימות דורך די קדושה פון שמחת תורה און ארויפגיין אין הימל.
- דריטע תורה: אויפן חרוז פון *'הגלה נא' בסוכות הושבתי את בני ישראל איז א מחלוקה צו ענני הכבוד אדער סוכות ממש, די סוכות ממש וואס די אידן האבן געבויעט און געהאט מסירות נפש האט פארמאגט די זעלבע קדושה ווי די ענני הכבוד און איז עס נאך א גרעסערע חידוש און חשיבות ווי די ענני הכבוד וויבאלד גדולה מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ, פארדעם האט מען געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און נישט פאר די מלאכי השרת, אזוי אויך איז די שמחה של מצוה בעולם הזה מער חשוב ווי די שמחה של מצוה בעולם הבא און פארדעם קומען די צדיקים אראפ פון גן עדן ביי די הקפות, און שטארק מעורר געווען זיך קובע עיתים זיין לתורה אפילו נאר א שעה א טאג וואס דאס איז נאך מער חשוב ביי הקב''ה.
- פערטע תורה: אויפן חרוז פון *'בראשית תורתך*' ראש השנה שחל בשבת נעמט הקב''ה די תקיעות פון בזמן שביהמ"ק קיים און הערט עס היינט צוטאגס אזוי קען מען אויספועל'ן אלעס גוטס אפילו מען בלאזט נישט שופר בפועל, דער בני יששכר זאגט אז בראשית איז ר"ת ר'אש ש'נה י'תקעו ת'רועה ב'שופר א'יל, און אזוי אויך ר'צה א'לקים ת'שמרו י'ום ש'בת ב'ראשית, אז מען זאל נישט בלאזן קיין שופר משום חשש חילול שבת, און דאס איז טייטש בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמת"ך הסתומה תקיעת שופר איז א חכמה ואינו מלאכה, און אפילו עס איז 'מאין תמצא והיא נעלמה' ווען מען בלאזט נישט ר"ה שחל בשבת אבער דאך הערט עס הקב"ה פון די פריערדיגע דורות.
- די תורה ביי די ערשטע הקפה*, ביים נסיון פון יוסף הצדיק איז נראה לו דמות דיוקנו של אביו, יעקב אבינו פארמאגט די כח צו ראטעווען יעדע איד פון א עבירה, הקב"ה שיקט אראפ יעקב אבינו שמחת תורה צו העלפן כלל ישראל זיך צו פרייען מיט די תורה הק' און פארדעם איז יעקב רישא לחדוותא.
- די תורה פאר די פערטע הקפה* - הקפה פון משה רבינו.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה בהתעוררות רב ובבכיות, און דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געזאגט תורה, ווען א מענטש לערנט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן איז ער מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים, און שטארק מעורר געווען זיך צו מקבל זיין קבלות טובות בעניני לימוד התורה יעדער לפי בחינתו, און יעדער דארף צו וויסן די חשיבות פון לימוד התורה און אז ווען א מענטש איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה א גאנצן טאג און קומט אין ביהמ"ד בקביעות לערנען אפילו נאר איין שעה איז עס מער חשוב ביי הקב"ה ווי איינער וואס לערנט א גאנצן טאג, און מען קען מיט דעם מעורר די י"ג מידות של רחמים.
די תורה פאר די זעקסטע הקפה* - הקפה פון יוסף הצדיק, שמיני עצרת ווען מען איז מתקן אלעס וואס מען האט פוגם געווען קען מען זיך פרייען מיט א אמת'ע שמחה של מצוה, און שטארק מעורר געווען אז מען שטייט יעצט פאר די הייליגע זעקסטע הקפה - די הקפה פון יוסף הצדיק, יעדע איד האט עולה געווען היינט אין א ספר תורה, וויאזוי קען א פינגער וואס האט אנגערירט א טמא'נע כלי אנרירן א ספר תורה?! און אויסגעפירט אז יעצט איז די ריכטיגע צייט זיך צו ממקבל זיין קבלות טובות בעניני קדושה, מיט א חרטה גמורה

אויפן עבר וקבלה טובה אויף להבא, און אזוי זיך קענען פרייען מיט א אמת'דיגע שמחה של מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו.

צווישן די הקפות האט מען געזונגען די פיוטים פונעם חרדים, בהתעוררות רב, טייכן טרערן זענען פארגעסן געווארן ברגשי געגועים והתעוררות ביי רבבות אלפי אנ"ש.

פון די צווייטע הקפה איז דער רבי געטאנצן נאר אויפן באלעמער.
ביי די ערשטע הקפה זענען די געסט פון אייראפע מכובד געווארן מיט א ספר תורה, און ביי די פערטע הקפה זענען אלע מלמדים מכובד געווארן מיט א ספר תורה, און ביי די זיבעטע הקפה זענען נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע''א מכובד געווארן מיט א ספר תורה.
ביי די זעקסטע הקפה האט רבינו שליט''א געמאכט די נענועים מיט די ספר תורה בהתרוממות ובדביקות כמנהג רבותינו הק'.
ביי די זיבעטע הקפה ביי די שטיקל פון 'חזק מיחד' האט דער רבי איבערגענומען זיין אייגענעם ספר תורה און געטאנצן די ריקודין ברוב חביבות והתרוממות בשמחה עילאה.

ביים ענדיגן בערך 6:20 האט דער רבי געזאגט ויאתיו, און פארגעזאגט לדוד מזמור פסוק בפסוק.

מען האט געליינט און געדאווענט די תפילות מיט א שנעלקייט מפני קוצר הזמן.

- בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו.
- שלישי: משב"ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
- חמישי: רבינו שליט"א.

מען האט נאכאמאל איבערגעליינט די קריאה פון וזאת הברכה
- כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
- שלישי: ר' מאיר מענדל ברח"ש פישער הי''ו.
- רביעי: הב' המשב"ק שניאור זלמן עקשטיין ני"ו.
- חמישי: הרה"ח ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו (וומסב''ג).

משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו מיט נאך א מקריא האבן פארגעזאגט דעם רשות חתני התורה*, און רבינו שליט''א האט עולה געווען און געליינט בהתעוררות רב די קריאה פון מעונה.
- הגבה: הרה"ח ר' משה אהרן שטיינבערג הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי''ו.

- *חתן בראשית:* הרה''ח ר' משה ארי' פריינד הי''ו (לאנדאן), מען האט אויסגעשפרייט א טלית ווי א חופה, כנהוג.
- הגבה: הרה"ח ר' יוסף ברמ"א פריינד הי''ו (לאנדאן).
- גלילה: ר' יודל שטיין הי''ו (ב''פ).

- חתן מפטיר*: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ברמ"א פריינד הי''ו (ב"ב).
גלילה: הרה''ח ר' שלום מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ).

מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו, מען האט פרייליך געמאכט כנהוג. מען האט תיכף געדאווענט מנחה. מען האט געענדיגט 7:25.

דער רבי האט תיכף געמאכט קידוש בחדרו הפרטי און זיך געוואשן צו די סעודה, דער רבי האט בוצע געווען אויף א לענגליכע ראזינקע חלה כנהוג, און אהיים לביתו נאוה קודש.

שלחן הטהור נעילת החג - מעמד ברכות הקודש

ארום 10:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צום נעילת החג טיש, במעמד אלופי אלפי ישראל.
ביים אריינקומען איז דער רבי ארויס אין א פייערליכן טאנץ אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און ממשיך געווען די סעודה, און מאריך געווען בניגוני יו''ט, און מען האט אריינגעברענגט קרויט כנהוג.
מען האט געזונגען די ניגוני יו''ט, און דערנאך ניגונים פונעם הייליגן קדושת לוי וואס די יומא דהילולא פאלט אויס א טאג נאך אסרו חג, פארגעזונגען דורך הר''ר הערשל קאהן שליט''א.

דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק,

דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל' און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און געטייטשט אז די סיבה פארוואס משה רבינו איז נסתלק געווארן און איז נישט ארויף לעבעדיג אין הימל איז נאר כדי ער זאל ווייטער האבן א קשר מיט דעם עולם השפל, אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל אז לעתיד לבא ווען משה רבינו וועט אויפשטיין צו תחית המתים וועט משה רבינו מיטנעמען אלע מתי חוץ לארץ מיט זיך, דאס מיינט נישט נאר תחית המתים פון די גופים נאר בזמנינו אלה ווען א איד וויל טוהן תשובה איז עס בזכות פון די חיות דקדושה וואס משה רבינו ברענגט אריין אין די הערצער און דאס איז א בחינה פון תחית המתים פאר די נשמות, און אויסגעפירט אז דאס אז אזויפיל טויזענטער אידן טאנצן שעות ארוכות און פרייען זיך מיט די תורה הק' דאס איז נישט די סדר העולם און איז נאר מיט די כח פון משה רבינו און אזוי ווייטער אלעס וואס אונז האמיר היינט צוטאגס איז אלעס מיט די כח הקדושה פון משה רבינו.

דער ייטב לב זאגט אז שמיני עצרת איז א יו"ט ע"ש העתיד, 'אין ישראל נגאלין אלא בתשובה', נאר מיט די כח הקדושה פון משה רבינו איז מען זוכה צו תשובה און דאס דערהאלט אונז עד ביאת הגואל, אונז זעמיר אלע תלמידים פון משה רבינו און זיינע כוחות און השפעות האט נישט קיין גבול און ער קען משפיע זיין סיי רוחניות און סיי גשמיות, און האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג און אריינגעטייטשט שיינע רמזים וענינים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דריי מאל לשנה הבא בירושלים.

מעריב מוצאי יו''ט: משב"ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.

נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און נאך עטליכע מינוט ארויסגעקומען בחצר ביהמ"ד הגדול צום מעמד ברכות הקודש במעמד אלופי אלפי ישראל לכל העם הנאספים סיי פאר די עזרת ישראל און סיי פאר די עזרת נשים.

מען האט געזינגען נגוני שמחה, דער רבי האט געוואונטשן די ברכות הקודש א גוטע וואך און א געזונטער ווינטער, און מעורר געווען צו אויספירן אלע קבלות טובות וואס מען האט זיך מקבל געווען במשך יו''ט יעדער לפי ערכו הקטנים עם הגדולים, און מען וועט זוכה זיין צו א בית רבתי אנגעפילט מיט כל טוב וואס עס פעלט זיך אויס אין א אידישע שטוב, און מסיים געווען ברוב ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 11:50, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש זענען אריין זיך געזעגענען פאר א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנ''ש פון ארה"ק, אייראפע, און מאנטרעאל וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.

יהי''ר מען זאל האבן געפועלט אלעס גוטס, מיט אלע השפעות וישועות פאר יעדן איינעם, בביאת משיח צדקנו ומלכינו בראשינו

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל שמיני עצרת זמן שמחתינו

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטלית שאולה, מערבית: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ קהלתינו ב''פ.

אום 9:30 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אתה הראת בהתלהבות אש קודש וואס האט נאכגעפאלגט מיט א הימלישע געשריי פון רבבות אלפי ישראל זקנים עם נערים, פתיחת הארון: פתיחת הארון: הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו (וומסב''ג).

מען האט אריינגעברענגט די ספרי תורה, דער רבי איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און די משוררים האבן אהנגעהויבן צו זינגן למנצח.

מגדל עוז שם ה' בו ירוץ צדיק ונשגב
בערך 9:45 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן עבודת קדשו מיט די ריקודין פון די געהויבענע הקפות, ירוץ עבדך כמו איל ישתחוה מול הדרך בהתלהבות ורשפי אש קודש ובשמחה של מצוה, בראש קהל קדושים רוגשים, די אריבער א רבבה תלמידים וחסידים שעות ע''ג שעות בשמחת התורה, אשרי עין ראתה אהלינו בשמחת קהלינו.

אום 11:15 האט מען געענדיגט די הקדמה און אנגעהויבן די ערשטע הקפה.
צוליב די שפעטע שעה האט דער רבי געטאנצן די זעקסטע און זיבעטע הקפה נאר אויפן בימה.
במשך יו"ט ביי אלע הקפות וואס דער רבי האט געטאנצן אויפן בימה זענען ארויפגעקומען אויפן בימה הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און בני רבינו שליט''א, ווען דער רבי האט מקיף געווען די בימה בשעת אמירת הקפות.

ביי די זיבעטע הקפה האט מען מכבד געווען די פולע געסט מארצינו הקדושה מיט א ספר תורה.

נאך די הקפות נאך עלינו האט דער רבי געוואונטשן במאור פניו גוט שבת גוט יו''ט, פארן גאנצן ציבור אין אלע זייטן פון ביהמ''ד. מען האט געענדיגט 1:05.

ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם זאל בביתו נאוה קודש.
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און פארציילט א לענגערע צייט זכרונות פון די תפילות און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א פון שבתים און ימים טובים, און זכרונות פון יו"ט הושענה רבה און שמחת תורה.

ארום 2:40 האט דער רבי אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו.
- אשת חיל: נכד רבינו החתן יחזקאל שרגא טייטלבוים ני"ו בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
- הגבהת הכוס: הרה''ג רבי משה הורוויץ שליט''א (ב''פ) חתן הגה''צ רב דביהמ''ד 15'טע עוו. שליט''א.
מען האט געזינגען ניגוני תורה מיט גרויס שמחה.

- כל מקדש: הר''ר יואל בן הגה''צ ר' שמואל בנימין קרויס שליט''א (לאנדאן).
- מנוחה ושמחה: הר''ר יואל ברי"ב שטערן שליט''א (וומסב''ג).

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וביום השמיני עצרת תהיה לכם' און געטייטשט אז ראש השנה און יום כיפור ווערט מכופר די פגם פון די עבירות און דורך ריקודין של שמחה אום שמיני עצרת ווערט מכופר די פגם אויף די צייט ווען מען טוט אן עבירה, און מען באקומט צוריק די מצוות וואס די חיצונים האבן אוועקגענומען.

- קה אכסוף: הר''ר יוסף מאיר שמידמאן שליט''א (מאנסי).
- ברכהמ''ז: בעל שמחה נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א.
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. דערנאך איז פארגעקומען די שמחת השלום זכר פון בן הנולד אצל נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט''א, דער רבי האט טועם געווען באנדלעך און ביר, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פארן גאנצן ציבור.
אויך איז פארגעקומען א שלום זכר לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי''ו.
- אז ביום השביעי: הרה''ח ר' ישראל יאקאב הי''ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

יום שמיני עצרת

שמיני עצרת אינדערפרי ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

- ברכות: הגה"צ ר' נפתלי הורוויץ שליט"א מראחוב לאנדאן.
- פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' וומסב''ג.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית והלל.

- הוצאה והכנסה: הרב חיים הערש בן הרה"ג רבי סיני טייטלבוים שליט"א (ב"פ) און הרב זלמן לייב בן הרה"ג רבי אהרן טייטלבוים שליט"א (וומסב''ג) - נכדי הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שלום טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה.
- הולכת הס"ת לבימה: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ) און הרה"ח ר' ישראל יעקב פאללאק הי"ו (וומסב''ג).

- כהן: הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג).
- לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
- שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
- רביעי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
- חמישי: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו.
- שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל.
- ר' שמואל ב"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב''פ).
- ר' מענדל ב"ר יואל ברב"י ווייס הי"ו.
- ר' יואל ב"ר יצחק טייטלבוים הי"ו.
- ר' ישראל דוד ברז"ל קאפפעל הי"ו.
- ר' יעקב ב"ר אברהם משה לאנדא הי"ו.
- ר' יחיאל אלטר ב"ר אברהם משה טויב הי"ו.

- שביעי: הרה''ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן).
- הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק בלאנדאן.
- גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).
- מפטיר: הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א (וומסב''ג).
- הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' מרדכי ווייס הי"ו (סיגעיט).
- גלילה: הרה"ח ר' יוסף לייב כהנא הי"ו (וומסב''ג).

עס איז געווען יזכור. און צוליב די גרויסע געדרענג פון די שווערע טויזענטער אנ''ש ביים אריינקומען נאך יזכור איז אהערגעשטעלט געווארן די ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און ביי די דרום און צפון זייט פון ביהמ''ד צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס און אריין אויפאיינמאל.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי צוריק אריינגקומען מיטן קיטל און ווייסן סטראקעס בעקיטשע, און ארום 2:45 צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די תפילה פאר גשם, לדוד מזמור און קדיש, משמש הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו האט אויסגערופן משיב הרוח ומוריד הגשם.
רבינו שליט''א האט געבענטשט גשם מיט גרויס התעוררות.

פתיחה צו גשם: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, צו קוה איז צו געגאנגען הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: ר' יעקב וויזעל הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 3:40.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו קידוש אין די סוכה הגדולה כנהוג. דער רבי האט קידוש געמאכט און האט טועם געווען פון מזונות, נאנט, קינדל און פיש, און מען האט געזינגען ניגוני יו''ט.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן 'חג הסוכות תעשה לך' און געטייטשט אז דורך די ריקודין של שמחה ווען מען טאנצט און איז מתקן די אלע רמ"ח איברים און אלע שס"ה גידים, דארף הקב''ה משפיע זיין פרנסה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מיט פרנסה בהרחבה גדולה פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 4:00.

דעם מיטאג טיש האט דער רבי געפראוועט אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א ובני משפחתו, אין די סוכה בביתו נאוה קודש מיט א אפענעם שלאק.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- הפיוט: בנו הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א (ב''פ).
- ברוך ה' יום יום: חתנו הרה''ג ר' משה הורוויץ שליט''א.
- ברוך קל עליון: נכדו הרב זלמן לייב בן הרה''ג רבי אהרן טייטלבוים שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך' און געטייטשט אז די שיעור פון א סוכה איז שתי דפנות פון שבעה טפחים ושלישית אפילו טפח, און שו"ע שטייט אז עס איז דא שבעה שמות שאינם נמחקים, די גמרא זאגט אז עס איז דא שבעה ספרים בתורה, כלל ישראל איז א גוי אחד בארץ, קומט אויס אז די ג' דפנות פון די סוכה איז אנטקעגן קוב"ה אורייתא וישראל, און דאס איז מען מתפלל ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומ"ך אן די דריטע וואנט איז די סוכה נישט כשר במילא מיז זיין תאיר ארץ מכבודך און הקב"ה מוז זיך מקשר זיין צו כלל ישראל.
- ברכהמ''ז: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.

נאכמיטאג ארום ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה.
- בעל תפילה: הר''ר מאיר מרגליות שליט''א (מאנסי).
- פתיחה: הר''ר ישעי' גראס שליט''א (וומסב''ג).
- בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב שטערן הי''ו (וומסב''ג).
- כהן: הרה''ח ר' יואל ברז"ל גליק הי''ו (וומסב''ג).
- לוי: הר''ר ישראל יודא ווערצבערגער שליט''א.
- שלישי: הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג).
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' אברהם ווייסמאן הי''ו (ב''פ).

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צו של''ס און זיך געזעגענען פון די סוכה.
דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די פיש האט דער רבי טועם געווען פון די עפל, הרה''ח ר' יואל קויפמאן הי''ו משמש האט אנגעגאסן די בעכער פארן רבי'ן, און דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די חברה קדישא און פארן גאנצן ציבור אלפי אנ''ש.

- אודה: הרה''ח ר' מרדכי לאנדא הי''ו.
- שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

דער רבי האט געזאגט תורה אויף 'הגלה נא ופרוס חביבי עלי' און געטייטשט אז מצות סוכה ווערט אנגערופן א מצוה קלה, מען זעט ביי טיטוס הרשע אז הקב"ה האט געזאגט בריה קלה יש לי, ווייל עס גייט אריין און גייט נישט ארויס, די זעלבע איז מיט מצות סוכה מען גייט אריין אין די סוכה אבער מען גייט נישט ארויס, די קדושה פון מצות סוכה בלייבט אין א מענטש און מען נעמט דאס מיט אויף א גאנץ יאר, הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך מען שפרייט אויס אויף זיך מצות סוכה און עס בלייבט תאיר ארץ מכבודך אויף א גאנץ יאר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך מצות סוכה און די השפעות פון מצות סוכה אויף א גאנץ יאר.

- ידיד נפש: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
- קל מסתתר: הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומ''ס.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.


מען האט ממשיך געווען און געזינגען הגלה נא בהתעוררות רב.
רבינו שליט''א האט אהנגעהויבן ווארפן עפל כמנהג רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ולמעלה בקודש מרן הדברי חיים זיע"א, און דערנאך געבעטן דעם משב"ק זאל צו ענדיגן ווארפן וואס ס'איז נאך פארבליבן, און דערנאך געזאגט ברגש די תפילה כשיוצאים מן הסוכה און די יהי''ר, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט לשנה הבאה בירושלים באש קודש, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה זיך צו געזעגענען פון יו''ט סוכות.

דער רבי איז ארויס פון די סוכה ברקודי קודש און אריין אין ביהמ''ד און ארומגעטאנצן דעם ביהמ"ד עטליכע מאל, אנגעליינט אויף אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א. דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט אויפן פלאץ און מען האט ממשיך געווען צו זינגען פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט ארום 8:25, דער רבי האט געוואונטשן א גוט יו"ט און אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל הושענא רבא אושפיזא דדוד מלכא משיחא

צווישן מנחה און מעריב זענען אריין לברך ולהתברך בקו''פ א לענגערע צייט הונדערטער געסט אנ''ש מעבר לים, וועלכע זענען געקומען צו פארן להסתופף בצל הקודש.

פאר מעריב האט דער רבי אנגעצינדן בחדרו הפרטי די געזונטע לעכט פון יום כיפור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:20, אנגעטוהן מיטן ווייסן קאפטן, בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב זענען אלע דארטיגע אריבער לברך ולהתברך.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה אנגעטוהן מיט א ווייסע קאפטן און א ווייסע גארטל און געזאגט די תפילה פארן לייענען.
- בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור לכבוד הושענא רבה ואושפיזא דדוד מלכא משיחא בסוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.

דער רבי האט געזאגט דעם סדר אושפוזין, און זיך געוואשן.
ביי לחיים האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר', במשך פונעם טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות וניגוני ימים נוראים.
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים.

מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען:
- הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ.
- הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א.
- הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'קויתי ה' קותה נפשי' און ארויסגעברענגט א מליצה ישרה אויף דעם וואס די זוהר הק' רעדט זיך אפ אז מען איז מתפלל ראש השנה פאר צרכי פרטי און נישט פאר צרכי גבוה, מען פסק'נט אז מען טאר נישט מקריב זיין קיין נדרים ונדבות אום יו"ט וויבאלד א חלק גייט פארן מזבח הייסט עס א קרבן און עס הייסט נישט קיין לכם, ווען א איד איז מתפלל אויף געלט, געזונט וכו' איז עס נישט נאר צרכי הדיוט, מען דארף האבן געלט צו קויפן מצות, ד' מינים וכו', מען דארף זיין געזונט צו קענען קומען אין ביהמ"ד וכו' טראץ עס איז צרכי פרטי האט עס אין זיך א חלק פאר צרכי גבוה מעג מען דערויף מתפלל זיין, און אויסגעפירט מיט א קול בכי אז צרכי עמך ישראל מרובים אידן בעטן זיך ביי הקב"ה אויף אלע סארטן ישועות איז עס אבער הושענא למענך אלקינו עס איז לצרכי גבוה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 1:20.

נאכן טיש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט ארום 3:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

יום הושענא רבא

הו''ר אינדערפרי ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל, פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א, און אינטער דעם די ווייסע סטראקעס בעקיטשע.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף אשר פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול כנהוג, און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט דער רבי אויסגעלאזט אלע קאפיטלעך פון אנהייב אזוי ווי יו"ט, און מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים ברגש קודש, בדביקות ובהתעוררות רב, ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש. נאך הלל האט מען אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב כנהוג.

אום 1:55 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, הושענא רבה איז די לעצטע טאג וואס דער מלך איז אין שטאט, אבער למענך אלוקינו אז מען מיינט די טובה פונעם מלך פרעגט מען נישט קיין קשיות, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.

דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
- הושענא למענך אלוקינו: מען שאקלט די ד' מינים אויף די ד' רוחות העולם צו ווייזן אז הקב"ה איז א מוליך ומביא, הקב"ה איז א משנה עתים ומחליף את הזמנים ווערט אפילו אין די עלטערע יארן די תשובה מיראה גערעכנט אלץ א תשובה מאהבה, אזוי אויך יעצט הושענא רבה דער לעצטער טאג וואס דער מלך איז אין שטאט ברענגט הקב"ה אהער די ימי חודש אלול ועשרת ימי תשובה און עס קומט אויס אז עס איז נישט די לעצטע טאג און די תשובה איז יא בזמנה.

- למענך בוראנו: ווען הקב"ה קוקט אויף כלל ישראל ברענגט עס א ברכה, בשעת בריאת העולם האט הקב"ה געקוקט אויף אלע דורות עד היום הזה און די ראי' איז גורם אז מען זאל היינט צוטאגס קענען נתעורר ווערן צו תשובה, און פארדעם איז מען מתפלל הושענא למענך בוראינו אז הקב"ה זאל אונז אנקוקן נאכאמאל און אזוי קענען נתעורר ווערן צו תשובה און זוכה זיין צו השקיפה ממעון קדשך וברך את עמך ישראל.
- הושענא למענך גואלינו: ביי גאולת מצרים האט הקב"ה קונה געווען כלל ישראל מיט קנין משיכה דורך קורא לה והיא בא, און דאס איז מען מתפלל הושענא למענך גואלינו אז הקב"ה זאל היינט אויך מאכן קורא לה והיא בא און נישט ח"ו קיין הכישה במקל.
- הושענא למענך דורשינו: דרשת חז''ל זיך צו פירן לפנים משורת הדין איז איז הקב"ה מחיוב מיט די מצוה פון טעינה ופריקה און ווען הקב"ה זעט אז א איד מיטשעט זיך צו זיין ערליך דארף אים הקב"ה צוהעלפן.
- הושענא למען אמיתך: דורך די כח פון די תורה הקדושה וואס איז אמת האבן די צדיקים א כח פון איבערדרייען ווערטער און מאכן פון צרה צו צוהר' פון מחלה צו הלחם, פון פשע צו שפע, וכו', און משפיע זיין כל טוב.
- הושענא למען בריתך: א מעסער איז געווענטליך עפעס וואס צושניידט א זאך אויף צוויי, אבער די מעסער פון א ברית מילה איז פארקערט און איז מדבק כלל ישראל צו הקב"ה און עס ברענגט אראפ כל מיני השפעות, און דאס איז מען מתפלל הושענא למען בריתך אז דורך מצות ברית מילה זאל הקב"ה אונז משפיע זיין כל מיני ישועות.
- הושענא למען גדלך ותפארתך: דורך די ד' מינים וואס ברענגט אראפ די השפעה פון מוליך ומביא, ברענגט הקב''ה די פלעצער ווי מען האט געזינדיגט צו די מענטש און מען זאל נישט דארפן צוריקגיין צו די אלע שלעכטע פלעצער ווען מען וויל תשובה טוהן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב ף הקב"ה זאל זיין א מוליך ומביא און אראפברענגען אלע ישועות והשפעות וואס מען דארף האבן, די מחסורו אשר יחסר לו.

מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:55, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.

מען האט געזאגט אתה הראית,י''ג מדות, רבש''ע און שיר המעלות פון עשי''ת כנהוג.
- הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' לאנדאן.
- פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי''ו (בית שמש).
- בעל קורא: הרה''ח ר' יעקב אייזנבאך הי"ו (לאנדאן).
- כהן: הר''ר יואל מייזליש שליט"א (וויען).
- לוי: הר"ר יודל וואזנער שליט"א (מאנטשעסטער) - און האט גומל געבענטשט און מוציא געווען הונדערטער פרישע געסט אנ"ש.
- שלישי: הר"ר אליעזר אייכנשטיין שליט"א (ירושלים).
- רביעי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה''ח ר' יעקב הערש טייטלבוים הי''ו (לעיקוואוד).
גלילה: הר''ר יושע קליין שליט''א (ירושלים).

- מוסף: הגה''צ ר' חיים האלבערשטאם שליט''א.
די כהנים האבן גע'דוכנ'ט.
- מנחה: בעל תפילה: הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.

דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין די סוכה בביתו נאוה קודש, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א (ב''פ) בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט''א.

בביתו נאוה קודש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
הושענא רבה - שמיני עצרת - שמחת תורה - בצל הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - בעיר עוז לנו ק''ק קרית יואל יצ"ו

*בראשית ר''ת רצה אלוקים ירקדו ביום שמחת תורה, נאך די הייליגע ריקודין של מצוה פון די צווייטע טעג יו''ט בשמחה עצומה בצל קדשו פון רבינו הגה''ק שליט''א, מיט העכערע כוחות צוזאמען מיט די עדה קדושה עדת מי מנה, תפילות והרהורי תשובה וקבלת טובות אויף להבא, מי ידמה לנו ומי ישווה לנו*

*ומתוך שבח והודאה פארן הייליגן באשפער פארן געבן די זכיה צו פראווענען די הייליגע לעכטיגע זמנים אינאיינעם מיט א היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ''י בליעה''ר מכל רחבי תבל תחת קורת גג אחד, די לעכטיגע הקפות ושמחה אמיתית, כלו אומר כבוד, כבוד התורה וכבוד נותן התורה, בצל קדשו פונעם צדיק כתמר ממשיך דרכם בקודש של רבותינו הק' זיע''א, מאור חיינו הוד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, וואס איז אונז מרומם בחיים של תורה א גאנץ יאר, און ווען ס'קומט יו''ט שמחת תורה גייט עס אריבער אלע גבולים, שעות ע''ג שעות טאנצט מען מיט אמת'ע אהבת התורה, וחסידים היו מרקדין מיט התעוררות וגעגועין דקדושה, בהתפשטות הגשמיות כמאמר הרה"ק מצאנז זיע"א 'דריי טעג נישט עסן און דריי נעכט נישט שלאפן', און איז משפיע השפעות טובות בגשמיות וברוחניות, השפעות של שמחה וקדושה, התרוממות הנפש וקרבת אלוקים. אשרי עין ראתה אלה, אשרינו מה טוב חלקינו, מה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו*

*בהודאה על העבר ובקשה על העתיד עוד רבות בשנים לחסות בצל הקודש ולהתחמם לאורו הבהיר, מען זאל זוכה זיין מקבל זיין די השפעות משמים אויפן גאנצן יאר לנו ולבנינו עד עולם, מקבל זיין די הייליגע הדרכות פון קדושת רבינו שליט''א, וימים על ימי מלך תוסיף בבריות גופא ונהורא מעליא, עוד ינוב בשיבה טובה, ולאור קדושתו נסע ונלך לקראת משיח צדקינו בעגלא ובזמן קריב


ווי פארשטענדליך איז נישט שייך אראפצולייגן די געפילן און די געהויבענקייט פונעם יו''ט, דא וועלן מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוייתן וסדר הימים ותוכן דב''ק פון די געהויבענע זמני הרוממות, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
📲 וואטסאפ גרופע
ווייזט עלטערע נייעס