כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פארהערט תלמידי כתה ט' פון ת"ת צמח צדיק וויזניץ פון וומסב''ג, נעכטן דינסטאג בביתו נאווה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדבאריכט
דינסטאג פרשת קרח 'בצל הקודש'פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' ארי' פריעדלענדער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. בן הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין. ב"ר יוסף מרדכי כהנא הי''ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג ארום 1:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום 'חומש סעודה' פאר די קרוב צו זעקס הונדערט תלמידי כתה א' בליעה''ר פון אלע סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און פארטיילט שריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די קינדער, און דערנאך פארטיילט א מתנה א קרי"ש שעל המטה זאגערל פאר אלע קינדער, אזוי אויך האט דער רבי געגעבן א מתנה פאר הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם זכות המעמד, דערנאך האבן זיך די קינדער אויפגעשטעלט טאנצן בעת דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
נאכמיטאג ארום 4:00 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת צמח צדיק וויזניץ פון וומסב''ג, ווי זיי האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער ביים רבין אויף מס' קידושין, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג אויף די וועכענטליכע זמני כניסה, ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין די קינדער פון הרה"ח בנש"ק ר' בעריש לויפער ע"ה. ארום 9:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 1:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה מיט די חברי הנהלת קהלתינו הק' ומוסדותי' בירושלים עיה''ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, און דער ארכיטעקט הרב ישראל ווייכלעדער פון ארה"ק, ווי דער רבי איז איבערגעגאנגן אלע פלענער פונעם גיגאנטישן 30 מיליון דאללאר'דיגן בנין הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק, וואס וועט אי"ה געבויעט ווערן ברוב פאר והדר.
אזוי אויך איז אריין בקו''פ הגאון רבי שלמה קניבסקי שליט''א ר"י קרית מלך ותפארת ציון בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בד"ת און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
הגאון רבי שלמה קנייבסקי שליט''א ר"י קרית מלך ותפארת ציון בארה"ק, בביקור בקו''פ ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאווה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 3
יעצט פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין וומסב''ג א אסיפה אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, און דער ארכיטעקט הרב ישראל ווייכלעדער פון ארה"ק, ווי דער רבי איז איבערגעגאנגן אלע פלענער פונעם גיגאנטישן 30 מיליון דאללאר'דיגן בנין הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת הכנסת ספר תורה לביהמ''ד 'אהל בתי'ה', אריינגעגעבן דורך הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת הכנסת ספר תורה לבית מדרשינו 'בית ברוך', אריינגעגעבן דורך הרה''ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' אהרן ברי"ח פאלאק הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'סניף זרע קודש' בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א בבנין החדש "בנין קעפעטש" אויף די קארלסבורג גאס, נדבת הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו חבר הנהלת המוסדות, לרגל חנוכת הבנין וקביעת מזוזה.
ביים אנקומען איז דער רבי ארום געגאנגן אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אויף די מקוה און די שמחה זאלן וואס ווערן געבויעט פאר די געגענט. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר לוי יצחק דוד לאנדא הי''ו. ב"ר מנחם ווייס הי''ו. ב"ר יואל ברצ"א עקשטיין הי''ו. ב"ר שמעון לאנדא הי''ו. בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי''ו, ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן היכל הביהמ"ד און מכבד געווען דעם נדבן הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו מיטן לייגן א מזוזה אויפן צווייטן שער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד מיט די באטייליגונג פון די חברי הנהלת המוסדות און די נדבני הכתות, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל שליט"א, און דער נדבן הבנין הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו, ווי ער האט צום ערשט געמאכט א ברכת שהחינו בשם ומלכות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און הבה''ח יושע ב"ר הערש בער מייזעלס הי''ו מתלמידי הישיבה האט געמאכט א סיום אויף מסכת מכות, און הרה"ח ר' שמעון משה הי''ו האט געזאגט קדיש, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חשובן נדבן, חברי הנהלת המוסדות, און די נדבני הכתות, פאר די בר מצוה בחורים רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש ובתו''ד ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה פאר תושבי קר"י אז מען באנייט נאך א בנין פאר די ישיבה קטנה, און די געוואלדיגע זכי' פונעם חשובן נדבן צו מנדב זיין א בנין לתורה ולתפילה ווי עס וועט זיין א ישיבה קטנה און צוגאב צום ביהמ"ד רב טוב וואס געפינט זיך שוין אינעם בנין, און דאס איז חוץ פונעם בנין וואס ר' שמעון משה האט שוין מנדב געווען פאר די מוסדות, ''די בנינים וואס מען איז מנדב דאס איז די אמת'ע פארמעגן און מיט דעם בלייבט מען אויף שטענדיג'', און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכת קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגה''צ האדמו''ר משבט הלוי וגאב"ד זכרון מאיר שליט''א בבית האכסניא בקר''י אין שטוב פון הרה"ח ר' פנחס שפירא הי''ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות, האדמו''ר משבט הלוי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו החדש לב אהרן דרושים, במדבר.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
אין די פארנאכט שעה'ן זענען אריין בקו'''פ די הנהלת רוחניות וגשמיות פון מחנה בית רחל אפצונעמען ברכת הקודש לרגל די בעפארשטייענדע זומער ווי מען גרייטן זיך אי"ה צו עפענען די קעמפ קומענדיגן זונטאג מיט קרוב צו דריי טויזענט מיידלעך בליעה''ר, און דער רבי האט מאציל געווען ברכת קדשו. ארום 7:15 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד 'אהל בתי'ה' בשכונת היילענד מילס, צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה, אינאיינעם מיט בנו הב' יוסף צבי נ"י, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און מכבד געווען צו טאנצן הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א און בנו הב' יוסף צבי, און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. אויפן וועג ארויס האט דער רבי געהערט א באריכט פונעם נדבן ופטרון הביהמ"ד הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו יו"ר הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג ומתושבי השכונה, איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די אומגעגענט און איבער דעם כולל בוקר וערב וואס פונקציאנירט אינעם ביהמ"ד לשם ולתפארת.
דערנאך ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען צום ביהמ"ד בית ברוך דקהלתינו הק' צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי הערש פארקאש הי''ו לע"נ בנו ר' יעקב ע"ה, דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש און מכבד געווען צו טאנצן בנו הגה"צ רבי יואל שליט"א רב הביהמ"ד, דעם נדבן הרה"ח ר' מרדכי הערש הי''ו, בעת זייערע ריקודין האט דער רבי געטאנצן מיט די יתומים די קינדער פון ר' יעקב פארקאש ע"ה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און די יתומים האבן געזאגט קדיש.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שמעון הערשקאוויטש הי''ו - ר' יואל יצחק סופר הי''ו. ר' יואל ברמ"א כ"ץ הי''ו - ר' אלעזר קליין הי''ו.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו"פ די הנהלה ועסקני הקהלה והמוסדות פון ירושלים עיה"ק, וועלכע זענען אין די טעג צוגאסט אין ניו יארק, אינאיינעם מיט די ירושלימער הנהלה בארה"ב, וועלכע האבן געברענגט שיינע גריסן פון די קהלה און די מוסדות הק' אין ירושלים, און האבן אויסגעשמועסט מיט'ן רבי'ן פארשידענע נושאים בקרב הקהלה והמוסדות, און דער רבי האט מיט זיי צוריק געשיקט א פריסת שלום פאר אנ"ש אין ירושלים עיה"ק. דערנאך בערך 12:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ח סיון תשפ"ב6/27/2022
מודעהבילדער · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בביקור גומלין ביי הגה''צ האדמו''ר משבט הלוי וגאב''ד זכרון מאיר שליט''א, בבית הכסניא אין קרית יואל אין שטוב פון הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
מזמור שיר חנוכת הבית! מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה פארן 19'טע בנין המפואר פון 'מוסדות קרית יואל' - בנין קעפעטש פארן אכט'ע ישיבה קטנה סניף זרע קודש, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים. נכד רביה''ק זי''ע הבחור בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א. ב"ר חנני' יו"ט שטיינבערג הי''ו. ב"ר יעקב רייך הי''ו. ב"ר יעקב קעסלער. דערנאך האט דער רבי ארויפגעלייגט די כריכות פארן בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' יואל שליט"א.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג זענען אריין בקו"פ א חבריא בחורים תלמידי ישיבת תפארת יהודא ארי' פון קארטרעט ניו דזשורזי, מיט זייער מגי"ש הרה"ג ר' חיים מוטעשן שליט"א, דער רבי האט זיי אויסגעפרעגט אויף די סדרי הישיבה און די לימודים, און דערנאך זיי געזאגט דברי הדרכה און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 7:50 איז דער רבי אריבער געגאנגן צום בנין הישיבה סניף עצי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט"א מנהל ישיבה סניף ויואל משה, אינאיינעם מיט בנו הב' כמר יוסף צבי בארזעסקי ני''ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן מאנטאג בביהמ"ד 'אהל בתי'ה' בשכונת היילענד מילס, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות ודביקות התורה און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א מרמ"י הישיבה, דערנאך האט דער רבי אריינגעשריבן די אותיות, און מען האט געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און פאר אביו הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און אלע בחורים, און משמיע געווען קורצע דברי ברכה לכבוד המעמד, און נאך די טרעפליכע דרשה פונעם זיידן הר"ר אלימלך שלמה שווארץ שליט"א האט דער רבי געמאכט הגבה אויפן ספר תורה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן דער זיידע הר"ר אלימלך שלמה שליט"א, מיט חגירת הספר תורה דער חתן התורה הב' יוסף צבי נ"י, און מיט כתר תורה הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים ור''מ בישיבה, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן ריקוד קודש מיטן ספר תורה און געטאנצן בהתלהבות אש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך מכבד געווען צו טאנצן הרה''ג ר' לוי יצחק שליט"א ובנו הב' יוסף צבי נ"י, און דער זיידע הר"ר אלימלך שליט"א, און די רמ"י הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 8:40.
נאכן מעמד איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, און דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז אום 11:45 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאווה קודש פון די פאלגענגע מחותנים. ר' יודא אברהם שטיין הי''ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ה מיטטעלמאן הי''ו. ר' שמואל אהרן זינגער הי''ו - ר' מאיר שאול יחזקאל העכט הי''ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה יונה ראזענפעלד הי''ו (ירושלים).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:35. דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ח ר' משה יונה ראזענפעלד הי''ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יחזקאל לאנדא הי''ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הר''ר יושע העשיל שארף הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "שלח לך אנשים" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון הודעת בעל דין כמאה עדים במקום שחב לאחרים.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב מאיר שטיינמעץ הי''ו (בני ברק), ברכהמ"ז: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב בשכונת ויואל משה.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שלמה מבאבוב זצוק"ל, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג א' תמוז. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש הי''ו (מאנסי).
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' ארי' פריעדלענדער הי''ו. אז ביום השביעי: הרב שלמה בערקאוויטש הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' מעכיל פעלדמאן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' דוד הירש שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, פסוקי שמע ישראל: הר''ר יושע חיים טייטלבוים שליט''א (ב''פ).
עליות. כהן: הר''ר משה יעקב גליק שליט''א, לוי: החתן ב''ר יודא הערש בערגער הי''ו - באווארפן, שלישי: החתן ב''ר שמשון שרגא פאגעל הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר שלמה זלמן ווייס הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' ישראל יעקב סופר, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל יעקב קאהן הי''ו. ר' יואל ברי''ה פערל הי''ו.
שביעי: הרה''ח ר' יצחק פאגעל הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה''ג ר' שלמה זאבעל שליט''א דומ"ץ ביהמ"ד בית דוב, מפטיר: הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו, הגבה: הר''ר שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' חיים הערש אפעל הי''ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט. מוסף: הרה''ג ר' יוסף טובי' הורוויץ שליט''א (רב באיסט סייד), פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק מאיר פעלדמאן הי''ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט אים 12:35.
נאכמיטאג ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו פרק פארלערנען, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה י"ד, 'חבה יתרה נודעת להם שנקראו בנים למקום, חביבין ישראל שניתן להם כלי חמדה' און געטייטשט אויף 12 בחינות, בדרוש ופלפול, אגדה ומוסר, און מסיים געווען בדברי התעוררות והכנה צו די זומער טעג, מען דארף זיך שוין גרייטן צו די הייליגע טעג הקריאה מעורר הזמן וואס מען ליינט אין די סדרות די פסוקים וואס מען זאגט אין די הייליגע טעג, עצת היצר איז צו מכשיל זיין דוקא אין דעי טעג, און מסיים געווען ברוב ברכות. מען האט געענדיגט ארום 8:40, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: ר' יעקב משה מיטעלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום אליעזר ראטער הי"ו (בני ברק). כהן: הרה''ח ר' דוד מרדכי שווארץ הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' , אהרן שלמה אפעל הי''ו (וומסב''ג). שלישי: הרה''ח ר' שלום האלפערט הי''ו, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' אברהם יצחק ברמ''ל מערץ הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'והתחזקתם ולקחתם מפרי הארץ' און געטיישטש אז דורך די אור התורה גייט אריין אינעם מענטש א חיות דקדושה און מען ווערט אנגערופען חיי און אפילו מען פאלט דורך העלפט תשובה און מען קען זוכה זיין צו די גאולה, דארף מען זעהן זיך מחזק דוקא אין דעי חדשים נישט ווי די מנהג העולם ווי מען פארט אוועק מיט א התרשלות בלימוד התורה, נאר אדרבה מוסיף זיין און אזוי וועט זיין והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יודא משה געלב הי''ו (מאנטריאל), קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק פאגעל הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מוצ"ש איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה עובדי' מאסרי הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' משה עובדי' הי''ו און זיין משפחה.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרב ישראל קאופמאן שליט"א סגן רב דקהל זכרון אליעזר ד'סינסינעטי אהייאו, ויו"ר ביקור חולים ד'סינסינעטי, וועלכער דינט אלס טשאפלעין פונעם ארטיגן גרויסן שפיטאל וועלכע באדינט ליידער אסאך היימישע אידן, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות, און זיך שטארק נאכגעפרעגט אויף די ארטיגע קהילה און מוסדות און ווארעם אנגעווינטשן ברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
מעמד סיום כתיבת ספר תורה בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, וואס ווערט אריינגעגעבן בביהמ''ד אהל בתי' דורכן מנהל הישיבה הרה''ג ר' לוי יצחק בארזעסקי שליט''א ובנו הבה''ח יוסף צבי ני''ו, פארגעקומען היינט זונטאג בהיכל הישיבה בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.