פרייטאג שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יהושע מיטטלמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. אים 10:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר חיים פריעדלענדער הי''ו. ב''ר הערשל אילאוויטש הי''ו.
נאכמיטאג 2:25 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד היום, מען האט מרבה געווען מיט נגונים שמחה, די ערשטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'ובבואו לפני המלך' און געטייטשט אז הקב''ה ברוב רחמיו וחסדיו רעכנט די חטאים אזוי ווי מען רירט עס אן בעולם הזה און נישט ווי און הימל ווי די פגם איז אין לשער. די צווייטע תורה איז געווען אויף די תקנה פון מתנת לאביונים אלס זכר צום נס וואס איז געשעהן ווען די אידן זענען געווען נישט ראוי און א בחינה פון אביונים.
מען האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויפן ניגון וחסד ה' מעולם ועד עולם.
הרה''ג ר' יונה גוטמאן שליט''א איז ארויף אויפן טיש גראמען לכבוד די בחורים פון די ישיבות קטנות וואס האבן געברענגט א מתנה חשובה פון 36 שעות רצופות פון יעדע בחור באזונדער וואס זיי האבן געלערנט בין אדר לאדר פון ר''ח, כפקודת הקודש, און א מתנה פון די נייע זמירות ברך משה. דער ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט''א האט צוגעברענגט א קונטרס מיט אלע נעמען לזכרון בספר. רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט קורת רוחו און גערעדט בשבח פון די בחורים וואס האבן געברענגט די מתנה חשובה מאד, און בשבח פון אלע בחורים פון די ישיבות קטנות וגדולות פון קרית יואל אין פון די שטאט וואס האבן געפראוועט דעם יו''ט פורים מיט יראת שמים און אויפגעהויבן דעם קרן התורה וירא''ש מיט איידלקייט.
און געזאגט תורה אויף 'עינם של ישראל נשיאות למקרא מגילה' דורך קריאת המגילה איז מען מהפך פון מות און רעב צו מעות רב, און גערעדט בשבח פון כלל ישראל וואס האבן זיך געלאזט קאסטן מיליאנען דאלארן פאר צדקה און געזאגט אז אפילו אויב מען געט צדקה אויך היינט איז מען נישט עובר אויף בעל תוסיף, און ארויפגעשיקט אלע וואס הייסן יוסף ארויפצוגיין אויפן טיש צוזאם נעמען געלט לטובת קופת רבינו אבני חסד, און דערנאך געזאגט תורה און געוואונטשן אז דורך די ערשטע און לעצטע 'ו' פון די מגילה מאכט מען א צינור אראפצוברענגען די השפעות און מאציל געווען מאוצר הברכות פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו און הרב הערשל פרידמאן הי''ו ארויף אויפן טיש משמח זיין לכבוד היום.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט''א דומ''ץ טאשנאד מאנסי, שושנת יעקב: הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א ראה''כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפו כוס. מען האט געענדיגט 5:10.
לעשות אותם ימי משתה ושמחה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימי האורה ושמחה, פורים - שושן פורים, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ליל פורים
מיטוואך תענית אסתר 7:20 נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת מנחה, בעל תפילה איז געווען הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי''ו, הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי/מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' אליעזר דוד עפשטיין הי''ו.
מעריב: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, נאך קדיש האט רבינו שליט''א אנגעטוהן א טלית שאילה און איז ארויף אויף די בימה, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג. דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררת רב, מען האט אנגעהויבן ליינען 8:25 מען האט געענדיגט 9:30. נאך מגילה לייענען ביים ארויסגיין האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטן פורים'.
11:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערושה''ט בהיכל השלחנות, ביים אריינקומען האט מען געטאנצן פארשידענע ניגוני שמחה, נאך די זופ האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט, מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' יצחק עהרענפעלד הי''ו, מיט שושנת יעקב הרה''ח ר' מענדל פרענקל הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'אשר הניא' און געטייטשט אז דורך די זדונות וואס ווערן זכיות קען מען משפיע זיין א מפלה פאר שונאי ישראל אדער קען מען דאס משפיע זיין דורך טוהן עבירות לשמה.
דער פורים ראב''ד הרב נפתלי משה ווייס שליט''א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' פנחס אלימלך ווייס הי''ו, מען האט געענדיגט 1:40.
דאנערשטאג יום הפורים
אינדערפרי 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד, צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו.
הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' מענדל גאלד שליט''א אב''ד לובלין, בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר''ר עמרם כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרב אברהם דוד וואגשאל שליט''א, גלילה: הרב יחיאל אלתר טויב שליט''א.
נאך אשרי ובא לציון איז רבינו שליט''א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן רבינו תם תפילין, אים 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד און איז ארויף אויף די בימה און געזאגט דעם לשם יחוד און דאן מקיים געווען מנהג מחצית השקל כנהוג, און דערנאך געזאגט די לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט באש קודש, מען האט געענדיגט דאווענען 12:30.
אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א באגעגנט מיט הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו וועלכע איז צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין רומעניע להצלת יהדות אוקריינא ווי ער האט איבערגעגעבן א דעטאלירטע באריכט פארן רבי'ן און דער רבי האט אים אנגעווינטשן און ארויסגעוויזן א שטארקע קורת רוח.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און דאן טועם געווען מאכלי פורים 'נאנט און קינדל', און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.
נאכמיטאג פון 4:00 האט רבינו שליט''א אויפגענומען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, צווישן אנדערע איז אריבער הרה''ג ר' אברהם יעקב יאקאב שליט''א דער רבי האט אפגעשטעלט פאר אפאר מינוט און אויסגעפרעגט א באריכט פון זיין באזוך די לעצטערע טעג אין אייראפע להצלת יהדות אוקריינא, אום 6:45 האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר''ר יואל וויינבערגער הי''ו. 7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול צום ערשה''ט משתה היין, ביים אריינגעקומען האט מען געזינגען און געטאנצן, דער רבי האט זיך געוואשן און נאך די כזית געזאגט דעם לשם יחוד און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרינקן לכבוד היום נאך די פיש און נאך די זופ האט דער רבי געמאכט נאכאמאל א לשם יחוד און געטרינקן נאך א כוס.
בשעת די זופ האט מען געזינגען שימני כחותם על לבך, נאכדעם האט דער רבי געוואונקן מ'זאל עס זינגען נאכאמאל און מ'האט דאס געזינגען בבכיות עצומות, און דערנאך האט מען פארגעזונגען כבודו מלא עולם און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
די ערשטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'והמן נופל על המיטה' און געטייטשט אז יעקב אבינו איז די נשמה פון כללות ישראל און ער איז מחבר אלע חלקים פון כלל ישראל און דורכדעם האבן די שונאי ישראל א מפלה. די צווייטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' דורך די קרי''ש פון מרדכי הצדיק האט ער מהפך געווען דוה צו הוד דורכן מצרף זיין דעם אלופי של עולם.
רבינו שליט''א האט זיך נאכאמאל אויפגעשטעלט טאנצן.
די דריטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ליהודים אותה אורה' און געטייטשט אז דורך תפילין ומילה איז ואתם הדבקים בה' אלוקיכם מען איז דבוק אינעם בוכ''ע און מען קען נישט אפטיילן. די פערטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'ודובר שלום לכל זרעו' און געטייטשט אז די פארמעגן פון א מענטש איז זיינע קינדער שלום איז ר''ת מה שאלתך וינתן לך, מען קען אין דעם טאג זיך אויסבעטן אויף גוטע קינדער נישט אויסגעלאזט קיין איינס. די פיפטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'ובבואו לפני המלך' ווען מען איז פון הימל משפיע א ישועה דארף מען נאך זכותים עס זאל אנקומען ביזן ערד, מחצית השקל וואס איז מאת ככר, אות ק' איז למטה מן השיטה איז משפיע אן קיין מעכב יעדער וועט נהנה זיין. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'והריקותי לכם ברכה' מיט א ברען, און געטאנצן א לענגערע צייט.
די זעקסטע תורה 'פורים איז א לשון פון פרו ורבו' עס איז מסוגל פאר שידוכים עס זאל זיין מרבין בשמחה.
רבינו שליט''א האט גערייכערט א ציגאר כנהוג, און געזאגט די זיבעטע תורה 'וכל הרשעה כולה בעשן כעשן תכלה' אלע שאור בבתי ישראל זאל ארויפגיין מיטן רויך, און געגעבן דעם ציגאר פאר הרה''ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי''ו.
די אכטע תורה איז געווען אויפ'ן פסוק 'דורש טוב לעמו' און געטייטשט אז דורך געבן צדקה ביום הפורים ווערט נשפע צוויי מאל דעם שם יב''ק.
מען האט אויפעגעבן די קרויט. דערנאך איז הרה''ח ר' שלמה הערשקאוויטש הי''ו ארויף אויפן טיש און געזאגט חרוזים לכבוד היום און הרה''ח ר' שלום אליעזר דים הי''ו האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א אב''ד הוניאד, שושנת יעקב: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט''א, ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב, בעל תפילה איז געווען הר''ר הערשל קאהן שליט''א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט 12:30.
סיום כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך מוה''ר יצחק צבי קליין הי''ו, היינט בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יעקב גאטליעב הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ה'. און ארומגערעדט הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג אים 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז 12:15, בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
ביים אהנקומען קיין וויליאמסבורג איז קודם פארגעקומען בקודש פנימה אן אסיפה מיט די אקטיווע עסקנים לטובת פליטי אוקריינא ווי מ'האט אויסגעשמועסט די לעצטע אנטוויקלונגן. בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פון די ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך מוה"ר יצחק צבי קליין הי''ו און ווערט אריינגעגעבן בבית מדרשינו בנין בראך בוומסב''ג קומענדיגן זונטאג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
דינסטאגי"ב אדר ב' תשפ"ב3/15/2022
באריכט
מאנטאג פרשת צו 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע בן הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אבד"ק דברי שמחה ציעשנוב, קר"י.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א פארגעלערנט דעם טעגליכען תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ב', און גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים לימי הפורים הבעל"ט בזהירות קיום מצוות היום ובפרט איבער ליינען די מגילה במתינות. דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די גבאים ועסקנים פון קופת רבינו - אבני חסד לרגל די ימי הפורים הבעל"ט, דער רבי האט געגעבן א המלצה בריוו און פארטיילט מטבעות קודש.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים תלמידי הישיבה וועלכע האבן צוזאמען צוזאמגעשטעלט דעם סכום פון 5,000 דאלאר להצלת יהדות אוקריינא, און האבן איבערגעגעבן דאס געלט פארן רבי'ן און מקבל געווען ברכות קדשו.
נאכמיטאג אום 6:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מאיר שפיטצער הי"ו - ר' שלמה דוד דאסקאל הי"ו, באולם כינור דוד. ר' משה גאלדבערגער הי"ו - ר' אברהם יודא שווארץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:15. רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל ראטה הי"ו - ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו. ר' פנחס משה קליין הי''ו - ר' חיים מאיר גרינפעלד הי''ו.
ארום 10:00 איז פארגעקומען די זעלטענע מעמד התמנות פאר 12 נייע מורי הוראה בבית הוראה דק''ק קרית יואל, ווי שוין באזונדער באריכטעט.
ארום 12:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדווידיאו
מסיבת לחיים ומעמד התמנות פאר 12 נייע מורי הוראה בבית הוראה דק''ק קרית יואל, נעכטן בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
תשית לראשם עטרת פז
ווי שוין געמאלדן איז היינט אויפדערנאכט פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א א זעלטענע מעמד התמנות פאר 'צוועלף פרישע מורי צדק' בבית הוראה בקרית יואל לדון ולהורות פאר תושבי עיר קרית יואל והגלילות, וואס דערמיט ווערט פארדאפלט דער כח ההוראה אין קר''י אינטער די הדרכה פון הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צו פיר און צוואנציג מו''צ שליט"א.
די חשובע 12 מורי הוראה שליט"א זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש ווי ס'איז פארגעקומען א פריוואטע מסיבה אין שפיץ פון הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, ווי רבינו שליט''א האט געזאגט דברות קודש און געגעבן הדרכה, און דערנאך געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר יעדן פון די מורי צדק עקסטער לכבוד דעם נייעם התמנות.
דערנאך איז פארגעקומען די פייערליכע מסיבת לחיים ומעמד התמנות מורי צדק אינעם תנאים זאל שע''י ביתו נאוה קודש, בהשתתפות רבני דייני והנהלת קהלתינו הק' און די עלטערן און זיידעס פון די מורי הוראה, ובראשם כ''ק מרן רבינו שליט''א ולידו הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א.
דער יו''ר הרה''ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט''א יו''ר בית הוראה ומראשי כוללינו בקר''י, האט געעפענט דעם מעמד בדברי פתיחה, מיטן דבר הקהילה האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק דקהלתינו הק', ובתו''ד געמאלדן איבער די הרחבת גבולי הקדושה ווען אויף פסח הבעל''ט וועט זיך עפענען א פרישע לאקאל פאר נאך א בית הוראה שע''י קהלתינו הק' וואס וועט זיך געפינען אינעם ביזנעס סענטער אינעם ברך משה געגענט בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו מנהל מוסדותינו הק'.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר ההוראה הגאון האדיר הדומ''ץ שליט''א, און דערנאך הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א וועלכע האבן פערזענדליך באגלייט און פארהערט די דיינים שליט''א.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן א ברכת מזל טוב פאר די נייע דיינים און זייערע עלטערן און האט משמיע געווען דברות קודש ארומרעדענדיג איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון שטאט קרית יואל בפרט מיטן עפענונג פונעם נייעם שכונת ויואל משה, דארף מען אויך אויסברייטערן און פארמערן דעם כח הרוחני פון די שטאט, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון שטאט קרית יואל ובשבח פון די מורה הוראה שליט''א און מסיים געווען מיט א ברכת הקודש.