היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת הוואכנאכט פון א איר אייניקיל ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב בן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ אבד"ק לינסק שליט''א קומט פאר אין ביהמ''ד משיב כהלכה לינסק אין בארא פארק.
די שמחת הברית מילה קומט פאר מארגן דינסטאג ארום 12:30 בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, און דערנאך די סעודת הברית לכל הקהל הקודש. ווי דער גרויסער זיידע כ''ק מרן רבינו שליט''א וועט מפאר זיין בראש השמחה.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
היינט ביים טעגליכען תהילים שיעור בהיכל המתיבתא האט זיך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א געשטעלט אויפן פסוק "ואני ברוב חסדך אבא ביתך" און ארויסגעברענגט א שבח והודאה פארן אייבערשטן אויף דעם אליין וואס מען קען גיין און קומען אין ביהמ''ד על כל פסיעה ופסיעה תהלל קה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פ' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: ב"ר יוסף באסול הי"ו. ב"ר יואל בערקאוויטש הי"ו. ב"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו. ב"ר ארי הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר אליעזר הערש ניימאן הי"ו. ב"ר יחיאל שלום גאלדשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם יקותיאל זלמן שטיין הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
מיטאג צייט איז - ווי שוין געמאלדן - פארגעקומען אן אסיפה מיט ראשי המוסדות והקהלה פון וומסב"ג בביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים: ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' מאיר משה שפיצער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יחיאל מנשה גאטליעב הי''ו - ר' לוי אפפעל הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריבערגעקומען אין ביהמ"ד הלכה ברורה אין קר"י ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקיל פונעם משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו החתן בן בנו הגה"צ ר' יעקב אלעזר ז"ל רב הביהמ"ד ומו"ץ בקהלתינו הק'. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים: ר' ישראל העניך קרויס הי"ו - ר' אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו. ר' שמשון שרגא פויגעל הי"ו - ר' יואל בר"פ בראך הי"ו.
ארום 12:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגד' מרחשון תשפ"ב10/10/2021
באריכט
במוצאי יום גילה
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
מוצש''ק ארום 11:30 איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען צום סיום מס' קידושין דורך די קרוב צו 200 תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה כתה ט' - תשפ''א בקרב מוסדותינו הק' וומסב''ג, אין די זאלן פון עידן פעלעס בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס.
ביים אנקומען איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון נכד רבינו שליט''א, בן הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א. רבינו שליט''א האט אפגעשוירן די האר און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אייניקלעך און פאר די זיידעס.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין זאל צום מעמד הסיום. עס האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, און הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט''א מנהל כתה ט'.
די בחורים האבן פארגעזינגען חרוזים. דערנאך האט רבינו שליט"א געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די בחורים עלטערן און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בדברי הדרכה והתחזקות פארן נייעם זמן.
נאך די דב"ק האט רבינו שליט"א פארטיילט פאר די בחורים די ספר שמעתתא דמר"א ט"ב אויף די סדר הפרשיות משולב עם סוגיות שונות פון מס' קידושין.
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת נח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יושע גליק הי''ו (מאנסי).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר מוסדות "תפארת יעקב" על טהרת הקודש בארה''ק.
מען האט געענדיגט ארום 8:25. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבערגעגאנגען גוט שבת זאגן.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא - סניף דברי יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' באש להבה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' שלמה עקשטיין שליט''א מנהל סניף דברי יואל.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי''ו (י"ם), מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי''ו ( וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק "אלה תולדות נח" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש.
קה אכסוף: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו, ברכהמ"ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' אלעזר מדזיקוב זי"ע, און דערמאנט די יאהרצייט פונעם הייליגן רוזינ'ער זי''ע וואס די יארצייטן זענען געפאלן שב''ק ג' חשון. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב ברוך רוקח חתן הגה''צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר ביים אייניקל הרב יואל בן הגה''צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים מייזליש שליט''א בן הגה''צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מרדכי גדלי שפיצער שליט''א.
עליות. כהן: החתן ב''ר ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יונה האפמאן הי''ו, שלישי: החתן ב''ר חיים דוד פריעד הי''ו, רביעי: החתן בן הגה''צ ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל, חמישי: הרה''ג ר' ישראל שלום טויב שליט''א אב''ד באלטימאר, שישי: רבינו שליט''א,
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם חרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' יואל ב''ר ליפא האלפערט הי''ו. ר' אשר יונה פריעד הי''ו.
שביעי: בעל שמחה ר' משה יודא פייערשטיין הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, אחרון: הבחור החתן משב''ק אלטר ברוך גפן, מפטיר: הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אברהם פייערשטיין הי"ו.
מוסף: הגה''צ הדומ"ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אליעזר דוב ענגעל הי''ו. מען האט געענדיגט 12:30.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:50, מנחה: הרה"ח ר' אהרן שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו, כהן: הרה''ח ר' ישראל לייב כהן הי''ו, לוי: הרה''ג ר' וואלף דוד ווערצבערגער שליט''א, שלישי: הרה''ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו (בארא פארק), הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' יואל ברא"ד גליק הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' ישראל שלום טויב שליט''א אב''ד באלטימאר, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק "אלה תולדות נח" און געטייטשט אז מיטן כח פון עסק התורה איז דא א תיקון אזוי ווי פ"ד תעניתים, אזוי אויך מיטן זכות פון מגדל זיין דורות לתורה ולמעשים טובים איז דא א תיקון אויף אלע פגמים, און מסיים געווען מיט דברי הדרכה וברכה שטייענדיג אנהייב ווינטער זמן.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' מנחם משה רעטעק הי''ו. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
באסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א היינט פארמיטאג איבער די בוטשער געשעפטן פון קהילתינו הקדושה בוויליאמסבורג, איז מוחלט געווארן דאס פאלגענדע.
רבינו שליט''א האט ממנה געווען א הנהלה וועלכע זאלן פארוואלטן איבער די פלייש געשעפטן אין וויליאמסבורג, די בעלי בתים חשובים מפארי הנהלת קהילתינו ומוסדותינו הק'.
ר' אברהם יצחק קאהן הי''ו ר' אברהם בראך הי''ו ר' חיים אליעזר גראס הי"ו ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו
(עפ"י סדר הא' ב' ואין מוקדם ומאוחר)
די הכנסה פונעם פלייש באנק וועט זיין א שותפות'דיג פאר די מוסדות און די קהלה, כתקנת רבינו הק' זיע"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
סיום מס' קידושין דורך די קרוב צו 200 תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה כתה ט' - תשפ''א בקרב מוסדותינו הק' וומסב''ג, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א יעצט מוצש''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשג' מרחשון תשפ"ב10/9/2021
באריכט
מוצש''ק נח
היינט מוצ''ש קומט פאר די סיום מס' קידושין דורך די קרוב צו 200 תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה כתה ט' - תשפ''א בקרב מוסדותינו הק' וומסב''ג, אין די זאלן פון עידן פעלעס בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס ובראשם כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועלכע וועט מפאר זיין בראש המעמד און משמיע זיין דברות קודש.
קא עבידנא יומא טבא לרבנן
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגב' מרחשון תשפ"ב10/8/2021
מודעה
ברכת מזל טוב פאר הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו הק' מאנסי שליט''א לרגל די שידוך שליסן פון זיין ערשטן אייניקל למז"ט.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
דעם ליל שב''ק קומט פאהר די שמחת השלום זכר פון א איר אייניקל ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בן הבכור הנולד לנכדו הרב יואל ט"ב שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק ור''מ וומסב''ג שליט"א וחתן הגה"צ ר' מאיר יצחק הורוויץ שליט''א אב"ד לינסק.
דער שלום זכר וועט פארקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג אינאיינעם מיט די וועכנטליכע התוועדות אין ביהמ''ד בראשות אבדק''ק ור''מ שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
כולל אברכים יטב לב דקהלתינו הק' לאנדאן.
באריכט
פרייטאג נח בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין פארשעי מאנסי
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
עס האבן געהאט די זכיה מיטצודאווענען מיט רבינו שליט''א תלמידים פון די נייע סניף ישיבה קטנה "דרכי תורה" במוסדותינו הק' מאנסי.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הרב שמואל אליעזר טייטלבוים שליט''א (ב''פ). ב"ר ישראל אלימלך מאשקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידים דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים און געוואונטשן פאר די כלי קודש און די הנהלת הישיבה.
דאנערשטאג נח ב' דר"ח חשון בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין פארשעי מאנסי
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
עס האבן געהאט די זכיה מיטצודאווענען מיט רבינו שליט''א תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' במאנסי.
ביים אנקומען האט רבינו שליט''א זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח ווי די תלמידים זענען עוסק בתורה און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: בן הרב אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א (מאנסי). ב"ר יעקב מרדכי גראס הי''ו (קר"י). ב"ר אליעזר הערש ליכטענשטיין הי''ו (קר"י).
צו הלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען. מוסף האט געדאווענט פארן עמוד הרב יוסף פאנעט שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידים דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש, בתו''ד האט דער רבי ארומגערעדט בשבח המוסדות אין מאנסי, און דברי מוסר והתחזקות פאר די בחורים איבער גיין יעדן טאג אין מקוה, נישט רעדן מיט די תפילין, גיין מיט די ציצית אינדרויסן.
נאכדעם זענען די בחורים אריבער שלום נעמען ביי רבינו שליט''א.
נאכמיטאג ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום נייעם ביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' אהרן טייטלבוים שליט"א ווי עס איז אויך אנוועזנד געווען אביו הגה''צ אבדק''ק 15 שליט''א.
אויך איז אנוועזנד געווען רבנים פון די געגענט הגה''צ אב''ד ראדאשיץ שליט''א, הגה''צ אב''ד רידניק שליט''א, הגה''צ אב''ד קנין תורה שליט''א.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם שטוב פון הרה''ג ר' אהרן שליט''א דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די באשור פון די ביהמ''ד און די צוקנופטיגע פלענער להרחיב גבולי הקדושה, נאכדעם האט מען געזונגען לא ימושו מפיך און קה זכות אבות.
דערנאך האט דער רבי טועם געווען און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אחיו הגה''צ אבדק''ק 15 שליט''א און פאר בנו הרה''ג רב הביהמ''ד שליט''א און פאר די מתפללים און בני המשפחה.
דערנאך איז רבינו שליט"א געווען אויף באזוכן ביי עטליכע נגידים, תומכי המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט סכומים אדירים לטובת די מוסדות און אפגעקויפט גרעסערע זכותים אין די מבצרים אדירים וואס ווערן געבויעט. רבינו שליט"א האט געחתמעט די שטרות אינאיינעם מיט די נגידים און געוואונטשן ברכות קדשו.
שפעטער אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א געווען אויף א לענגערע באזוך ביי מחתנו הגה''צ אב"ד בערטש שליט"א אין מאנסי, ווי ער האט געוויזן פארן רבין אינטערסאנטע כתבי ידות פון הרה"ק ר' אייזיק'ל זדיטשובער זי"ע און פון הגה"ק די ישמח משה זי"ע און נאך, דערנאך האט ער אנגעגאסן לחיים פארן רבין מיט די פלאש פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרעמישלאן זי"ע און אין די בעכער פון הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, אויך האט מען ארומגערעדט פרקי זכרונות פון די בראשית יארן אין אמעריקע און שיינע דברי תורה אויף די וואכענדיגע סדרה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך נח א' דר"ח חשון 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל מאסרי הי"ו (וומסב"ג).
צו הלל איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ ר' דוד יודא הירשפעלד שליט"א דומ"ץ מונקאטש מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער מנהגים פון ראש חודש און נאך.
ארום 7:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה, נאך מנחה ביז מעריב האט דער רבי געזעגענט אנ''ש וועלכע מאכן חתונה קומענדיגע וואך. צו מעריב איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
ארום 7:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה, נאך מנחה ביז מעריב האט דער רבי געזעגענט אנ''ש וועלכע מאכן חתונה קומענדיגע וואך. צו מעריב איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים זאב פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור.
ארום 7:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה, נאך מנחה ביז מעריב האט דער רבי געזעגענט אנ''ש וועלכע מאכן חתונה קומענדיגע וואך. צו מעריב איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בוטשאטש.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב''ר שמואל יודא שטיין הי"ו (קר"י). ב''ר חיים שלום בוים הי"ו (קר"י). ב''ר שלמה משה אינדיג הי"ו (קר"י). ב''ר יצחק חיים פריינד הי"ו (קר"י). ב''ר שלום הורוויץ הי"ו (וומסב"ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים, בתו''ד האט רבינו שליט"א געזאגט אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר דעם אליין אז מען קען גיין מיט א מעשה פון אביו רביה''ק בעל ברך משה זי''ע.
אין די יעצטיגע מינוטן פארלאזט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בית האכסניא אין פארשעי מאנסי, ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואך אויף מנוחת הנפש, אויפן וועג צו ביתו נאוה קודש בקרית יואל.
בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
איינריכטונגען אינעם צייטוויליגען מקום תורה פאר תלמידי ישבתינו הקדושה במאנטשעסטער צים נייעם ווינטער זמן.
און די זעלבע צייט זעצט פאר די פלענער פאר'ן נייעם בנין האדיר והמפואר "בנין הישיבה" וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 100 בחורים בליעה''ר און קענען עוסק זיין בתורה מיט הרחבת הדעת.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מרבה ישיבה מרבה חכמה
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי האבן במשך דעם זומער אויפגענומען די פריידיגע נייעס איבער די עפענונג פון דעם נייעם ''ישיבה גדולה - עסק התורה".
במשך די לעצטע פאהר חדשים זענען נתרבה געווארן די פארלאנג פון בחורים זיך איינצושרייבן אין דעם נייעם ישיבה, און עס האבן זיך רעגיסטרירט פיל מער בחורים ווי די הנהלת המתיבתא האט זיך געראכטן.
צוליב די גרויסע פארלאנג פון בחורי אנשי שלומינו און כדי צו קענען האבן א ברייטערע אויסוואל אין לימודים, האט די הנהלה בפקודת קדשו פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א מחליט געווען צו עפענען צוויי סניפים.
היינט נאכמיטאג איז די הנהלת המתיבתא אריבער געגאנגען בביתו נאווה קודש פון כ''ק מרן רבינו שליט''א אין פארשעי מאנסי, אדורך צו גיין די דעטאלן ווי אזוי אהער צו שטעלן די ישיבות אויף אזא אופן וואס דאס זאל ערמעגליכן נאכצוקומען די פארלאנגן פון די ריבוי התלמידים. ווי די הנהלה גיבט איבער איז מוחלט געווארן דאס פאלגענדע, עס וועלן זיין צוויי אפטיילונגן אין צוויי באזונדערע לאקאציעס. ישיבה עסק התורה - חלק א- טשעסטער
די ישיבה וועט זיך געפונען אויף א מקום רחבת ידים מחוץ לעיר מיט אש"ל מלא. עס וועט זיין צוגעשטעלט אלע באדערפענישן צו העלפן בחורים שטייגן בתורה ועבודה. אלס מנהל הישיבה וועט דינען הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט א ברייטע סטעף פון רמ"י הישיבה אויסגערופענע תלמידי חכמים ומרביצי תורה וואס וועלן זיך אפגעבן מיט די בחורים ברוחניות ובגשמיות און וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו.
ישיבה עסק התורה - חלק ב- מאנסי
דער ישיבה וועט געעפענט ווערן אין די שטאט מאנסי אויף א מקום רחבת ידים. די ישיבה וועט אויך האבן אש''ל מלא און אלע צוגעהערן. לויט די היצטיגע פלענער, וועט מען אהין ברענגן א כולל פון אינגעלייט וואס וועלן אריינברענגן א קול תורה אין בית המדרש און דערביי געבן די אפציע פאר די חבורה בחורים וואס זוכן זיך משלים צו זיין אין געוויסע מקצועות. די ישיבה וועט געפירט ווערן דורך הרה"ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א אינאיינעם מיט א סטעף פון חשובע ת"ח ומרביצי תורה וואס וועלן מרביץ תורה זיין מתורתם פאר די חשובע תלמידים שיחיו.
דאס עפענוג פון די ישיבות איז באמת שוין א זאך וואס כ''ק מרן רבינו שליט"א באגערט שוין עטליכע יאר, צוליב וואס עס איז איהם נוגע ללבו הטהור דער שווערער מצב בעולם הישיבות וואס הערש היינט.
ווי באקאנט הערשט א גאר שטארקער מאנגל אין ישיבות פאר די עלטערע היימישע בחורים וואס האבן שוין גענדיגט די אלגעמיינע ישיבה גדולה יארן.
אסאך אינגע בחורים ווערן צושפרייט אין פארשידענע חסידישע ישיבות איבער ניו יארק במשך די ישיבה קטנה יאהרן. כידוע, אז רוב חסידישע ישיבות ווען עס קומט דער גיל פון שיעור ב' וג' שפארן זיי צו די טויערן פון די ישיבות, וואס דאס צווינגט פאר אסאך היימישע בחורים צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און זוכן א פאסיגע מקום תורה. דאס עצם מציאות אז אין ניו יארק איז נישט דא קיין אויסוואל פון ישיבות פאר עלטערע בחורים, איז גורם אז גאר אסאך היימישע בחורים זענען געצווינגען צו פארן קיין ארץ ישראל לערנען. רבינו שליט''א איז כסדר מעורר איבער דעם געוואלדיגע סכנה אז די טייערע בחורים זאלן חלילה נישט פארלירן אלעס וואס זיי האבן קונה געווען אין די אינגע יארן.
דעריבער ווערט די נייעס איבער די ישיבות אויפגענומען מיט גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו. ווי אויך איז דער ציבור איז שטארק דאנקבאר פאר די הנהלה וואס האט גענומען אויף זיך דעם שווערן עול ממלא צו זיין דעם רצון פון כ''ק מרן רבינו שליט''א.
יהי"ר שחפץ ה' בידם יצליח להגדיל תורה ולהאדירה
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
אסיפת "עם קדוש" קומענדיגן זונטאג לך אלס א יום פתיחת הזמן פאר אנ''ש תושבי וומסב''ג אין די 5 גרעסערע בתי מדרשינו אין אין שטאט
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת נח שנת תשפ"ב לפ"ק. (מהדורת חו"ל)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
אין די יעצטיגע טעג האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ממנה געווען הרה"ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ומרה"כ בבארא פארק, אלץ דומ"ץ בית מדרשינו החדש בבנין הת"ת אויף 36.
די נייע ביהמ"ד איז די 9'טע ביהמ"ד דקהלתינו הק' אין בארא פארק וועלכע שטייט פאר א לייכט טורעם פאר די גאנצע אומגעגנט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מיטוואךל' תשרי תשפ"ב10/6/2021
בילד
ביים מסיבת לחיים נאכן דאווענען בהיכל הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
ווידיאו
רבינו שליט''א ביי אמירת ההלל לפני התיבה בהשתפכות הנפש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט א' דר''ח חשוון בביהמ''ד בוטשאטש אין פארשעי מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
מודעהבאריכט
ושבתי בשלום אל בית אבי: קבוצה נכבדה פון נדיבי וחסידי אנ"ש איינגעשריבן צום היסטארישן "שבת חנוכת הבית" פ' תולדות בעיר האבות סיגוט יצ"ו
בלויז א קארגע חודש שיידט אונז אפ פונעם דערהויבענעם "שבת חנוכת הבית", פ' תולדות הבעל"ט, לרגל דאס התחדשות וחנוכת ה"שוהל-הויף" בעיר התמרים סיגוט יצ"ו, די רירענדע נסיעה "ושבתי" צום עיר האבות אין שפיץ פונעם צדיק כתמר כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
לקראת שבת לכו ונלכה כי היא מקור הברכה! - דער געהויבענער מסע הקודש "ושבתי" אנטשפרעכט צו זיין א גאר דערהויבענער איבערלעבעניש פון פילע אספעקטן, דער שבת קודש אויפ'ן מקום שהתפללו בו רבותינו הק', בנוסף צו דעם קומען מיט א רייע רירנדע מעמדים, צווישן זיי אן התרגשות'דיגער מעמד כתיבת ס"ת בפניא דמעלי שבתא נאכגעפאלגט מיט'ן פייערליכן הכנסת ס"ת שב"ק צופרי פאר קריאת התורה. די ספר תורה איז געשריבן געווארן לע"נ מרנן רבותינו הקדושים זי"ע און ווערט אריינגעגעבן אינעם ארטיגן ביהמ"ד צום באנוץ פון אלע באזוכער במשך השנה.
נאכ'ן געהויבענעם שבת אין סיגוט וועט מען אי"ה אויך ארויספארן אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א קיין אונגארן, וואו מ'וועט אויך מתפלל זיין ביים ציון המצויינת פונעם ריש השושילתא משה איש האלקים מרן בעל ישמח משה זי"ע אויפ'ן ביה"ח הישן אין אוהעל, ווי אויך וועט מען קענען פארן קיין קערעסטיר מתפלל צו זיין אויפ'ן מנו"ק פון הרה"ק רבי ישעי'לע מ'קערעסטיר זי"ע. כאטש די הויפט מחותנים און משתתפי הנסיעה זענען די גליקליכע נדיבי ובוני הבית וואס האבן איינגעקויפט גרעסערע זכותים אינעם בנין הקדוש, ווערט אויך געגעבן א געלעגנהייט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור חסידים ואנשי מעשה צו קענען זיך מיטכאפן מיט די געהויבענע נסיעה מיטצוהאלטן דעם היסטארישן שבת מיט'ן רבי'ן אין סיגוט, פאר'ן השתתפות פון לכה"פ 5,000 "זכות אבן זכרון", והיו האבנים האלה לזכרון בהיכל ה'.
פאר'ן באקוועמליכקייט פונעם ציבור, ספעציעל אין אנבליק פון די יעצטיגע אומשטענדן און רעגולאציעס, איז באשלאסן געווארן צוצושטעלן א ספעציעלע 'טשארטער פליגער', פאר די משתתפי הנסיעה. מטעם די מארגני הנסיעה והשבת ווערט איבערגעגעבן א וויכטיגע מעלדונג און דערמאנונג אז היות ס'ווערט יעצט אויסגעארבעט און באשטעלט אלע געברויכן אויף די נסיעה, באזירט לויט'ן צאל משתתפים, דערפאר די אלע וואס ווילן זיך נאך מיטכאפן און רעגיסטרירן ווערן געבעטן דאס צו ערעלעדיגן וואס פריער דורכ'ן צייטליך אריינרופן אינעם "נסיעה-אפיס" אויף: 845.751.1210.
לויט'ן סדר הנסיעה וועט מען אי"ה זיין צוריק אין ניו יארק צומארגנס פונעם געהויבענעם שבת, זונטאג נאכט פ' ויצא, אנגעהויפענט און איבערגענומען מיט באגאזשן שפע קודש און רגשי התרוממות נאכ'ן מיטלעבן דעם היסטארישן שבת בעיר האבות.
שמעו אלי רודפי צדק, מבקשי ה', הביטו אל צור חוצבתם!
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
הכנה דרבה צום מסע הקודש - ושבתי שב"ק פ' תולדות הבעל"ט מיוחד פאר די נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט יצ"ו.