בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש קיין ארה''ק שב''ק באתרא קדישא מירון - שב''ק תולדות תשפ''ו

כ"ד מרחשון תשפ"ו – ז' כסלו תשפ"ו · 178 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגי"ד סיון תשפ"ה6/10/2025

באריכט
התרגשות עילאה עלעקטערזירט אין עקסטאז אלוועלטליכע תלמידי וחסידי סאטמאר הערנדיג די בשורה מרנינה אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט בעז"ה אינטערנעמען א מסע הקודש קיין ארץ ישראל דעם קומענדיגן חודש כסלו הבעל"ט

- געהויבענער 'מעמד יציקת קומות ביהמ"ד' צום בנין האדיר והחדש תל תלפיות בפלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק

- פייערליכע 'חגיגת חנוכת הבית' פונעם אויג-כאפנדע בנין האדיר והחדש פאר בית חינוך לבנות אין בני ברק

- היסטארישע הויכפונקט פון מסע הקודש לאנג-ערווארטעטע 'סאטמארער שבת מירון' שב"ק פרשת תולדות הבעל"ט



געפילן פון חדוה עילאה און כיסופין דקדושה באנעמט די הערצער פון ציבור אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום מיטן בשורה טובה כי באה - נאך א לענגערע צייט אפשניט פון אנגעצויגענע מלחמה אומשטענדן אין ארה"ק - איז אין די טעג באשטעטיגט געווארן אז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה אונטערנעמען א היסטארישע מסע הקודש קיין ארץ ישראל לפאר ולרומם קהילותינו הק' ומוסדותי' בארה"ק.

די הויפט ציהל פון די נסיעה הרוממה איז די היסטארישע חגיגות און מעמדים וואס דער רבי שליט"א וועט פייערן בישורון מלך בהתאסף ראשי יחד שבטי ישראל, די געהויבענע מעמד 'יציקת הקומות' פאר'ן בנין האדיר והחדש תל תלפיות וואס ווערט געבויט און גאלאפירט מיט גרויס אומפעט אין פלטרין של מלך אין ירושלים עיה"ק וועלכע וועט דינען אלס צענטער לתורה ולתפילה פאר קהילתינו הק' ומוסדותי' בקרתא דשופריא ת"ו.

ומשנהו בדומה לו, די שוין לאנג-ערווארטעטע חגיגת 'חנוכת הבית' אויפן פראכטיגן און אויג-כאפנדע השלמת הבנין האדיר והחדש פון בית חינוך לבנות אין צענטער פון שטאט בני ברק, נאך וואס די מלאכת הבנין האט זיך פארצויגן א לאנגע תקופה מיט עטליכע צווישנדע הפסקות צוליב די שווערע קאוויד-סעזאן און דערנאך די אנגעצויגענע מלחמה תקופה ה"י, דעריבער אצינד איז די שמחה כפולה ומכופלת אז ענדליך איז מען שוין ב"ה זוכה לברך על המוגמר אויפן בנין החדש על תילה בנויה ברוב פאר והדר.

די גולת הכותרת פונעם מסע הקודש וואס וועקט אויף געגועין דכסיפין, בענקענדיגע און הייליגע געפילן ביים ציבור, איז די ערווארטעטע 'סאטאמארער שבת מירון' וועלכע וועט אפגעראכטן ווערן בשבת קודש המתאחדת פון אלופי אלפי ישראל ומלכם בראשם מרן רבינו שליט"א שב"ק פרשת תולדות אין אתרא קדישא מירון סמוך ונראה צום ציון המצויינת פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

הערנדיג פונעם שבת מירון ערוועקט דאס די לעכטיגע זכרונות פון די פארגאנגענע שבת פרשת פקודי תשע"ו וואס דער גוטער טעם און רישומא קדישא פונעם היסטארישן שבת מרומם ונעלה ליגט נאך פאר יעדן אין די ביינער און איז נאך עד היום א געשפרעך פון התרגשות ביי וועם עס האט דאס בייגעוואוינט, דעריבער קוקן שוין ארויס אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר א לענגערע תקופה מתי יבוא לידינו ונקיימנה ווען וועט מען שוין נאכאמאל האבן די זכיה צו אזא שבת מלא רגש התעוררות ודביקות בצילא דרשב"י, און דערפאר רופט דאס אצינד ארויס א זעלטענע פרייד ביי יעדן הערנדיג אז הנה זה בא מ'גייט בעזהשי"ת ווידער האבן די געלעגנהייט און זכיה צו א 'סאטמארער שבת מירון'.

מטעם הנהלת קהל יטב לב ד'סאטמאר בארץ ובגולה איז פארמירט געווארן א וועד הנסיעה, וועלכע האבן שוין אנגעהויבן מיט די עבודת הקודש פון ארגאניזירן דעם מסע הקודש און שבת המרומם, אינאיינעם מיט די גאר געניטע עסקנים פון קהלתינו הקדושות אין ירושלים און בני ברק, שוין עטליכע וואכן וואס מ'ארבעט אויס די פלענער אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, באזונדער האט מען מיט עטליכע וואכן צוריק אפגעדונגען די דירות און אכסניות אויפן בארג אין מירון צו קענען איינקוואטירן דעם ציבור אויף שב"ק.

אין א ספעציעלע מודעה מטעם דעם וועד הנסיעה ווערט געבעטן דער ציבור אנ"ש בכל לשון של בקשה זיך נישט ווענדן פערזענליך צו באשטעלן קיין אכסניות אין מירון בכדי נישט צו גורם זיין קיין התייקרות בשער, אזוי אז עס זאל טאקע ערמעגליך זיין אפצורעכטן דעם שבת אינעם אתרא קדישא.

מערערע פרטים פונעם מסע הקודש און שבת המרומם וועט אי"ה נאכפאלגן.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דינסטאגד' מנחם אב תשפ"ה7/29/2025

באריכט
די פארגאנגענע וואך לסדר 'אלה מסעי בני ישראל' איז אריין אין שפאנונג די הכנה דרבה צום גרויסן סאטמארער שבת מירון וואס איז געפלאנט בס"ד אויף פרשת תולדות תשפ"ו הבעל"ט, ווען ס'איז געקומען צו פארן פון אמעריקא אויף א קורצע באזוך דאהי אין ארה"ק, הרבני החסיד הרב נפתלי הירצקא שטיין הי"ו איש אמונים לימין כ"ק רבינו שליט"א, ואתו עמו הרבני החסיד מו"ה שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' מוסדות יטב לב, ער איז שוין יארן לאנג מראשי העסקנים אלע נסיעות פון רבינו שליט"א. און האבן אפגעהאלטן אסיפות מיט די לאקאלע עסקני קהלתינו הק' אין ירושלים בני ברק און בית שמש, און געזיצן לאנגע שעות אויף אסיפות מיט די גרעסטע ארגאנזירער אין אתרא קדישא מירון יצ"ו וועלכע וועלן בעז"ה אהערשטעלן דעם היסטארישן שבת קודש בצלא דמהימנותא במקהלות אלופי אלפי ישראל כ"י מארץ ומגולה.

תיכף ביים אנקומען אין לופטפעלד דאהי אין אר"י מאנטאג פארנאכטס זענען די געסט אפגעווארט געווארן דורך די ראשי העסקנים בארה"ק, און פון דארט איז מען תיכף צוגעפארן קיין ב"ב ווי ס'איז פארגעקומען די ערשטע זיצונג מיט די ראשי העסקנים דקהלתינו וועלכע האבן אנגעפירט דעם פאריגען אומפארגעסליכע שבת פקודי אין מירון, מ'איז אריבער אויף אלע פרטי פרטים וואס צו ערווארטן אויף דעם געפלאנטן שבת בס"ד.

צומארג'נס דינסטאג פון גאנץ פריה אהן איז מען געווען אין אתרא קדישא מירון און געזיצן מיט די גרויסע ארגאניזירער אויף אלע פלענער און חלקי השב"ק על כל פרטי' ודקדוקי, זייענדיג כסדר בקשר טעלעפאוניש קיין קרית יואל מיטן משב"ק הרב ר' חיים שלמה פישער הי"ו איבערצוגיין יעדן פרט ופרט פונעם שב"ק אז ס'זאל קלאפן בס"ד אויף הונדערט פראצענט עצהיו"ט.

עקסטערע האט מען דן געווען אויף די שטחים איבערן גאנצן דארף און ספעציעל ארום די מערת הרשב"י, און אזוי אלע דערפלעך ארום, צו פלאנירן דאס אוישטעלונג פונעם גרויסן שבת הבעל"ט, כדי צו קענען אקאמאדירן אזא ציבור אידן בליעה"ר, וועלכע אנטשפרעכט צו זיין אין א בחינה פון א קיבוץ גליות פון שווערע טויזנטער אלופי אלפי ישראל מכל קצוי תבל ומלכם בראשם כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

די עבודת הקודש פון אויסשטעלן אזא שבת אין מירון היינט צו טאג, איז פיל פיל שווערער בדמי"ם תרתי משמע, צוליב די שטרענגע געזעצליכע מניעות וועלכע זענען איינגעפירט געווארן נאך דעם טראגישן ל"ג בעומר אין מירון, מיט פולע נייע חוקים, תקנות וכדו', וואס כמובן ברענגט דאס מיט זיך אויך העכערע קאסטן און מער קאמפלעצירטע ארבעט.

אינטער א ברענעדיגן זון און שווערע היצן פון אריבער 105 דעגרי [לויט ווי מ'רעכנט אין אמעריקע] וואס הערשט אין די טעג אין מירון, זענען די עסקנים אינאיינעם מיט די געסט און ארגעניזירער געשטאנען אויף די שטחים אויסצפלאנירן אלע אפציעס, צו פראבירן אהערצושטעלן די געהויבענע מעמדים במשך דעם שב"ק, די תפילות, סעודות, עריכת השלחנות, מעמד הדלקה רבתי, וכו' אויפן בעסטן אופן וואס ס'איז שייך.

שפעט אויפדערנאכט - אבער נישט איידער א הייסע תפילה ביים ציון הק' אין די מערה אויף א הצלחה'דיגן שבת - זענען די געסט צוריקגעפארן קיין ב"ב צו זיצן אן אסיפה מיט די ארטיגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסארטיגער מעמד חגיגת חנוכת הבית פארן נייעם בנין מפואר, די בית חינוך לבנות וואס איז געבויעט געווארן דורך מרן רבינו שליט"א מנדבת לב אנ"ש הנגידים בעם, און ווערט נארוואס פארענדיגט בס"ד במלוא הדרו.

צומארגנ'ס מיטוואך צופרי זענען די געסט אריבער געקומען קיין ירושלים עיה"ק און געזעצן א לענגערע אסיפה מיט די היגע עסקני הקהילה, אויסצושטעלן די ימי הביקור וואס רבינו שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט בעיר הקודש ת"ו, ווען דער הויכפונקט וועט זיין דער גראנדיעזער מעמד יציקת היסודות פארן קומת ביהמ"ד הגדול אינעם בנין המפואר תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותי' וואס ווערט געבויעט מיט גרויס אימפעט לשם ולתפארת.

דערנאך אין די מיטאג שעה'ן איז פארגעקומען דאהי אין ירושלים א צענטראלע אסיפה פון די הנהלת קהילות ומוסדות סאטמאר אין ארה"ק, ווי עס זענען אויך געקומען צו פארן די ראשי הנהלה פון בני ברק און בית שמש, וואו מ'האט בעצה אחת דורכגעשמועסט די דעטאלן איבער דעם מסע הקודש און דער שבת המרומם.

אורחינו הדגול הרב ר' נפתלי הירצקא הי"ו האט אויפגעטרעטן לכבוד הנאספים די געטרייע חברי ההנהלות פון אלע שטעט, און מיט פאסיגע רעיונות משבח געווען די עסקני קהלתינו הק' בארה"ק וועלכע זענען מפורסם בקרב אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר מיט זייער מסירות ונאמנות בלב ונפש לכל קדשי קהלתינו הק', און ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט אז ס'זאל זיין א ברייטע צוזאמענארבעט פון אלע עסקנים כאיש אחד ובלב אחד ווי יעדער וועט אויספירן זיין חלק צום מאקסימום

סוקסעס, וואס וועט זיכער ברענגען די ערווארטעטע הצלחה אויפן געהויבענעם שב"ק און בכלל די גאנצע געהויבענע נסיעה, לרומם קרן התורה והחסידות.

לקראת שבת מירון לכו ונלכה, כי היא מקור הברכה!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ד מרחשון תשפ"ו11/15/2025

באריכט
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך!

מוצש''ק 9:15 - כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט יעצט קרית יואל אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד, פון ווי די פליגער וועט זיך הייבן אויפן וועג קיין עטהענס גריכנלאנד ארום 11:45, די רבי וועט אי"ה אנקומען זונטאג נאכמיטאג ארום 4:00 ארטיגע זייגער, און וועט זיך דארט אויפהאלטן ביז ארום מאנטאג מיטאג צייט פון ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה זיך הייבן מיט א פריוואטע פליגער א וועג פון ארום 2 שעה קיין ארה"ק צום מסע הקודש און שב''ק באתרא קדישא מירון.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל!!

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מאנטאגכ"ו מרחשון תשפ"ו11/17/2025

באריכט
שב''ק פרשת חיי שרה - מברכים חודש כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן משה ב"ר יואל מאלח הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' דוד ארי' יאקאב הי"ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט ארום 6:45. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
- אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
- הגבהת הכוס: הרה"ח ר' חיים יקותיאל האלפערט הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען.
- כל מקדש: נכדו הר"ר מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
- מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשכר שאמרה רבקה אלך זכה ישראל שיצא ממצרים' און עס געטייטשט בדרך דרוש אין סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

- קה אכסוף: הרה"ח ר' יוסף הערש מיללער הי"ו (וומסב''ג).
- ברכת המזון: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט ל' חשון.
- קה רבון עלם: הר"ר בעריש גראס שליט"א (מאנטרעאל).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. און עס פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' יחזקאל שרגא ברא"ש גלאנץ הי"ו.
- אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב''ג)
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני מירון לרגל די מסע הקודש קיין ארה"ק און שב''ק באתרא קדישא מירון.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען ארום 9:25.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יונה ראזענפעלד הי"ו - ירושלים.
עליות.
- כהן: החתן שמעון ב"ר פישל כ"ץ הי"ו.
- לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - וומסב''ג.
- שלישי: החתן משה ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
- רביעי: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- חמישי: ר' יואל זאב נפתלי ניימאן הי"ו ק דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שישי: רבינו שליט''א.
- שביעי: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו.
- אחרון: החתן יודל ב"ר יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ב הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
- מוסף: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' בערל הערשקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:10.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' יואל בר"ק שעהנברוין הי"ו.
- לוי: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א.
- שלישי: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א - מו"ץ בשיכון סקווירא.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יעקב מרדכי גראס הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'וה' ברך את אברהם בכל' און געטייטשט אז הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו איז מצרף די מעשי המצוה פון א פשוט'ע איד מיט די מחשבת המצוה פון די צדיקים און אינאיינעם ווערט עס א שלימות'דיגע מצוה.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו - וומסב''ג.
- קל מסתתר: הרה"ג ר' הערשל ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מענדל לעווי הי"ו.
נאך הבדלה האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור צוזאמען "א גוטע וואך מ'זאל פארן לחיים ולשלום געזינטערהייט מ'האף מיר צו זיין צוריק אויף שב"ק פרשת ויצא", דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה לרגל דאס אפרייזן אויפן מסע הקודש קיין ארה"ק און שב''ק באתרא קדישא מירון. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מוצש"ק חיי שרה - זונטאג תולדות


ארום 9:00 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ישמח משה בשכונת ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון אן אור אייניקל הב' יוסף רוקח ני"ו בן הרה"ג ר' חיים יעקב שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, פאר אביו הרה"ג רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה 'כי מלאכיו'.

דער רבי האט זיך תיכף ארויסגעלאזט אויפן וועג צום נוארק לופטפעלד פון ווי דער רבי'ס פליגער האט זיך געהויבן ארום 12:00 אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד ווי דער רבי וועט וויילן אויף א קורצע אפשטעל ביז מאנטאג מיטאג ווען דער רבי וועט ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטן פליגער צום דערהויבענעם מסע הקודש קיין ארה"ק.

ביים אנקומען אויפן פליגער האט גער רבי עוסק געווען בתורה במצות הנוהגים בארה"ק, ווי הפרשת תרומות ומעשרות וכדו', א לענגערע צייט, און דערנאך איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבין דעם קובץ שעשועי אורייתא מיט די הונדערטער תשובות פון די לומדי חבורות יסודי התורה אויף די קשיא וואס רבינו שליט''א האט איבערגעלאזט ביי זיין שיעור כללי ביים היסטארישן סיום חצי ש''ס פארגאנגענעם פרשת לך, דער רבי האט מעיין געווען א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.

ארום 4:00 אזייגער פארטאגס (ניו יארקער צייט) האט דער רבי געדאווענט שחרית אויפן פליגער. בעל תפלה: הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע געפינט זיך בשנת האבל פון אמו הרבנית מוויזניץ מאנסי ע"ה, נאכן דאווענען האט הרה"צ ר' מענדל שליט"א איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, וועלכע האט געוויילט אויף שבת אינעם קרית ישיבות וויזניץ אין נייעק, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרית ישיבות וויזניץ, און נאך.

דער פליגער פון רבינו שליט"א האט געלאנדעט אין לופטפעלד אין אטענס גריכנלאנד ארום 3:55 (8:55 ניו יארקע זייגער).

ביים אפשטייגן פון פליגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין עירפארט. בעל תפלה: הרה"צ ר' מענדל האגער שליט"א.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לבית האכסניא אין אטענס א וועג פון ארום א האלבע שעה.

ארום 7:30 (12:30 ניו יארקע זייגער) האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפלה: הרה"ח ר' יוסף חיים ווייס הי"ו (בני ברק).

דערנאך איז רבינו שליט"א ארויס אויף א שפאציר מיט געציילטע מקורבים אויף די געסלך ארום דעם האטעל ווי דער רבי האלט זיך אויף, שפאצירענדיג האט דער רבי דערציילט אביסל איבער היסטארישע תקופות פון מלכות יון בקורות עם ישראל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ו11/19/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מאנטאג פרשת תולדות אטענס גריכנלאנד - ירושלים עיה''ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אינעם ארטיגן מקוה וועלכע איז געבויט געווארן דורך קרן המקוואות העולמי, און דערנאך אריבער דאווענען צום ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד אין באגלייטונג פון הרב אברהם מאיר שווארץ הי"ו יו''ר קרן מקוואות

- בעל תפילה: ר' יואל ווערטהיימער הי"ו.
- פתיחה: הרה''ח ר' יוסף חיים ווייס הי''ו (בני ברק)
- כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו (בני ברק).
- שלישי: רבינו שליט''א.
- הגבה: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו.
- גלילה: הרב אברהם מאיר שווארץ הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א עוסק געווען בלימוד התורה א לענגערע צייט,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ס'האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע אקטיוויטעטן פון קרן מקואות לטהרתן של ישראל איבער די וועלט, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די ארטיגע מתפללים, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אום 1:45 האט דער רבי פארלאזט דעם אכסניא אין צום עירפארט, ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן אום 2:50 נאכמיטאג.

צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל

אום 4:29 נאכמיטאג (9:29 אינדערפרי ניו יארקער זייגער) האט דער פליגער געלאדענט אינעם לוד לופטפעלד אין ארה"ק, ווי ביים טיר פון פליגער האבן אפגעווארט רבני וזקני פני העדה פון קהלתינו הק' ירושלים בני ברק און בית שמש, ווי אויך א דעלעגאציע פון הנהלת העדה החרדית, בלב מלא רגש האבן דריי פון די זקני העדה געמאכט די צוויי ברכות בשם ומלכות, ברכת שהחיינו וברכת שחלק מחכמתו ליראיו, צווישן זיי הגה''ח ר' חיים שלום קליין שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריין אין א זייטיגע צומער ווי עס האבן אפגעווארט נאך פולע אנ''ש וועלכע האבן שלום גענומען, דאן האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הגאון ר' אייזיק פריעדמאן שליט''א ראה''כ בית שמש.

נאך מנחה אום 5:35 נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעפארן פונעם לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ירושלים עיה"ק, ווי דער רבי איז אנגעקומען 6:20 בביתו נאוה קודש פון כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א אויף א ביקור קודש ומסיבת קבלת פנים, במאור פנים האט דער רב מקבל פנים געווען דעם רבין שליט''א און עס האט זיך פארצויגן א הערליכע ידידות'דיגע שמועס איבער די כח הקדושה וקנאות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, און פונעם מצב גזירות הגיוס אין ארה''ק, דער רב שליט''א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו ולעומתו ברוך יאמרו האט דער רב צוריק געוואונטשן ווארימע ברכות און ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט א ידידות.

פון דארט אום 6:40 איז דער רבי אריבערגעפארן צום לשכת הבד''צ אין די בניני זופניק צום מסיבת קבלת פנים דורך די שרי התורה הרבנים הגאו"צ חברי הביד''צ העדה החרדית ירושלים תובב''א. דער רבי איז אנגעקומען אום 6:55, עס האט אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן הגאון ר' יצחק שלמה בלוי שליט''א ספרא דדיינא און ארויסגעברענגט אז דא אויף דעם פלאץ ווי דער רבי ז''ל איז געזעצן בשעתו אלס מרא דארעא קדישא ואחריו הרבנים הגאונים רבני ירושלים ז"ל זיצט יעצט רבינו שליט"א וועלכע איז דער כח ההנהגה בחו"ל און איז כסדר בקשר און ארבייט מיט'ן בי''ד אינאיינעם להעמיד הדת על תילה. דערנאך האט אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן די חברי הבדי''צ הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א, הגאון הגדול ר' יהושע ראזענבערגער שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארויסגעברענגט דעם כח בי''ד יפה פונעם בי''ד העדה החרדית וועלכע זענען עומדים על המשמרת אין ארה"ק, און ווארעם געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 7:15.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך במעון הקודש פון כ''ק הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער דעם מצב אין ירושלים און זכרונות פון ירושלים אמאל, דער רב האט אנגעהויבן זינגען און מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און געוואונטשן לענגערע ברכות פארן רבין און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מ'גור שליט''א, האדמו''ר מגור האט באגריסט דעם רבי'ן און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים באדאנקט אויף די אלע פעולות וואס די עסקנים פון די גור'ע קהילה העלפן ארויס בקהלתינו אין ירושלים און בני ברק, און דערמאנט דעם באזוך פון זיינע קינדער ביים רבי'ן מיט די יתומים פון די קהילה און דערציילט פון די מסיבה נאכט חנוכה מיט די יתומים, ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און געוואונטשן פאר נכדו החתן וועלכע האט חתונה קומענדיקע וואך, און האדמו''ר מגור האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קרניאל הי''ו, נאך א קורצע הפסקה האט דער רבי געדאווענט מעריב.

ארום 9:30 אויפדערנאכט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים וכינוס אנ"ש אין ירושלים עיה''ק בהשתתפות אנ''ש מרחבי ארה''ק אינעם גרויסן שאטער אויף רחוב דורש טוב אין צענטער פון ירושלים עיה''ק.
מען האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט פייערדיגע טענץ, אויך האט זיך משתתף געווען מחותנו כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י''ם שליט''א.
הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א האט אויפגעטרעטן און מקבל געווען רבינו שליט''א און דערמאנט אז יעצט ווערט 80 יאר פון ווען רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געוואוינט דא און האט איבערגעלאזט זיין קדושה וואס פלאקערט אין יעדן איד און ארויסגעברענגט די התרגשות אז מען האט די זכיה מקבל זיין רבינו שליט''א און אנגעוואונטשן פולע ברכות.
מען האט אנגעהויבן ניגוני התעוררות צום מעמד סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך כלל אנ''ש נאך וואס צוויי ס''ת האבן זיך פארברענט ביים שריפת בית ה' בנין קהלתינו הק'.
האברך היקר ר' יעקב יוזשעף הי''ו חבר הוועד, האט אריינגעברענגט די ס''ת, מען האט ממשיך געווען מיט נגוני תורה, והאר עינינו, יהא רעוא, בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן.
מען האט געזינגען ויהי נועם און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק בגודל קדושתו פון ירושלים וואס איז משפיע אויף די גאנצע וועלט און אלע תפילות גייען דורך דא ארויף, און ארויסגעברענגט זיין שמחה זיך צו קענען טרעפן מיט אנ''ש ידידים תלמידים וחסידים פון פעטער ז''ל וואס גייען בדרכיו, ירושלים שטייט אויס שווערע זמנים און די קדושה פון ירושלים וועט מגין זיין לא ירעו ולא ישחיתו בהר קדשו, יעצט ווען מען קומט זיך צוזאם אויף א כתיבת האותיות פונעם תורה הקדושה איז מען מתפלל אז מען זאל נישט קענען שטערן די לומדי תורה, און מסיים געווען ס'איז א שמחה אז מען קומט דא אין ירושלים פאר הרחבת גבולי הקדושה פאר אזא גרויסער בנין מפואר און אנגעוואונטשן ברוב ברכות פארן גאנצן ציבור.

צוויי פון די חברי הוועד האבן אויף געמישט דעם ס''ת צו אינמיטן, און דער רבי איז געגאנגען הגבה און געטאנצן באש קודש מיטן אפענעם ס''ת, הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו איז געגאנגען גלילה און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודין א לענגערע צייט.
דער רבי האט איבערגעגעבן די ס''ת פאר הרה''ח ר' יעקב יוזשעף הי''ו און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ריקודין און דער גאנצער ציבור האט געטאנצן לקראת רבינו א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 10:55.

נאכן מעמד איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו''ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מעשיות בשייכות פון צדיקים בית סיגוט און בעלזא, האדמו''ר מבעלזא האט פארגעשטעלט זיינע אייניקלעך, מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט דאן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי מחותנו כ''ק אדמו''ר מקרעטשניף י''ם שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון אלטע זכרונות ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ברוב ידידות.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט''א דומ''ץ דקהילתינו הק' עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכן באזוך אום 12:10 אויפדערנאכט איז דער רבי אנגעקומען אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי''ו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגג' כסלו תשפ"ו11/23/2025

באריכט
ספעציעלע מודעה פאר נדבני הקרן בנין!
די אדרעס פון די נייע מיידל שולע און בני ברק איז:
רחוב השלה 5
בני ברק

עס וועט זיין אנגיגרייט א רייכע נאכטמאהל אונעם בנין פאר אלע נדבנים פון 3 ביז 6
רבינו שליט״א איז ערווארטעט מופיע צו זיין אונעם בנין צו קביעת המזוזה ולחיים 5 אזייגער פונקטליך!

דערנאך וועט פאהרקומען די גרויסע מעמד חנוכת הבית פארענט פון בית מדרשינו הגדול
ישמח משה 22
דער מעמד איז פאר רופן אויף 6 שארף!
און מיר האפן צו ענדיגן גענוג צייטליך
אז יעדער זאל קענען זיך ארויסלאזן צום לופט פעלד גענוג צייטליך


נ.ב.
פאר די נדבנים וואס זענען דא מיט די בני בית וועט אויך זיין אנגיגרייט נאכאמאהל פון 3 ביז 6
און א בנין נעבן די די מיידל שולע

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א בעת א באזוך אין מושב אור הגנוז אינאיינעם מיט שרי התורה חברי הביד"צ וחברי ועד הכשרות של העדה החרדית ירושלים עיה''ק, צום מעמד הנשגב פון 'הפרשת תרומות ומעשרות', האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א חבר הביד"צ, א טשעק פון די ריזן סכום פון א' מיליאן דאלאר פאר א חלוקה מיוחדת פון קרן הצלה וואס וועט פארקומען בימי חנוכה הבעל"ט. די פאנטאסטישע נתינה איז געברענגט געווארן לידי רבינו שליט"א דורך הנגידים החשובים מראשי קהלתינו בארה"ב ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ו11/27/2025

באריכט
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא.
- ביקור אצל הגאון הגדול ר' משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים בני ברק.
- ביקור אצל רבני עיר בני ברק הגאון הגדול ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון הגדול ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, אין לשכת רבני העיר.
- ביקור אצל הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילות יעקב בני ברק.
- ביקור אצל הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

דינסטאג פרשת תולדות - ירושלים עיה''ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין מקוה בבית האכסניא.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און געלייגט טלית ותפילין. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר דוד משה ציפער הי''ו

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב היילברוין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערביי האט זיך פארפירט א שמועס מיט'ן גרויסן מוהל הרב שלמה זלמן געלבער שליט''א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים בהיכל הביהמ''ד. הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' האט אויפגעטרעטן און באגריסט רבינו שליט''א און דערמאנט הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו וועלכע שטייט לימין קדשו פון רבין להחזקת המוסדות אין יעדע צייט, און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א קוויטל כוללות פון די לימוד שעות רציפות פון תלמידי מוסדותינו הק'.
די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים און חרוזים אויף אידיש לכבוד המאורע בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות ברגשי געגועין צום עיה"ק ירושלים ת"ו.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס מען דארף אויסניצן זיך אויסצוארבעטן פאר די עלטערע יארן, די חשוב'סטע זאך איז די הבל פיהם של תשב"ר און אין ירושלים איז עס נאך חשוב'ער און דאס איז מחייב יעדעם איינעם און מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון ירושלים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דב''ק האט מען איבערגעגעבן פארן רבין די קבלות טובות פון אלע קינדער און דער רבי האט פארטיילט א זמירות לחנוכה דברי יואל פאר אלע קינדער.

דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן אין תלמוד תורה ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אין די כיתות און פארהערט די לימודים אויך זענען געווען פארזאמלט די קלענערע קינדער און דער רבי האט פארטיילט ממתקים. דערנאך ארום 1:30 האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

ארום 3:30 איז אריין בקו''פ בבית האכסניא א דעלעגאציע פון כולל שומרי החומות רבני והנהלת הכולל, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ שומרי החומות, וועלכע זענען געקומען לאדענען דעם רבין צו זאגן די דרשה אינעם היסטארישן כתב סופר שוהל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' יצחק בלוי שליט''א ראה''כ, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריבער זאגן די דרשה. עס האבן אפגעווארט ארום דעם גאנצן קרית כולל שומרי החומות אלע קינדער וועלכע זענען געשטאנען רינגס ארום און אויף די דעכער און טאראסעס לקבל פני קדשו פון רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

רבינו שליט''א איז אריין אינעם ביהמ''ד כתב סופר און זיך באגריסט מיט די רבנים צווישן זיי הגאון ר' מתתיהו דייטש שליט''א גאב''ד רמת שלמה און דערנאך זיך מתעטף געווען בטליתו.
הגאון רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די זכיה אז דער רבי קומט דא משמיע זיין דב''ק אויף דעם פלאץ ווי רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א האבן אויפגעטרעטן.
ארום 5:00 האט דער רבי אנגעהויבן דב''ק א לענגערע טיפזיניגע פלפול פון אריבער א שעה אין די סוגיא פון שואל שלא מדעת וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים בשמחת התורה, און ביים סוף מעורר געווען בדברים העומדים על הפרק, איבער די גזירות הגיוס ווי מען דארף זיך האלטן שטארק אן קיין פשרות און די אלע וואס מאכן פשרות זענען א מרים יד בתורת משה, און מסיים געווען מברכת קדשו.

דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה הרה''ח ר' יואל ברש''י וואלדמאן הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 5:50 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א קורצע באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א לרפו''ש דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 6:05 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום מעמד הכנסת ספר תורה דורך אנ''ש אין ירושלים לע''נ רבותינו הק' זיע''א, דער רבי האט איבערגענומען די תורה און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט און אינדערמיט זיך אפגעשטעלט ביי די קינדער פארענטשעס און געטאנצן א שטיק צייט.
הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו איז מכובד געווארן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון הקודש און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:25.

בבית האכסניא איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק פון ארום 7:00 ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה א משך פון כמעט 6 שעה אנ''ש להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ.
- כ''ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

- כ''ק אדמו"ר מקאלושין שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון הגדול רבי משה מרדכי קארפ שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע לומדישע שמועס בהלכות שמיטה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון ר' אהרן רובינפעלד שליט''א ראש ישיבת בעלזא עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל חיבת ירושלים אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט''א ר''י חיי משה, הגה''צ ר' אהרן גאלדמינצער שליט''א דומ''ץ סקווירא ירושלים, הגה''צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז טשאקאווא וראה''כ תולדות אלעזר, הגה''צ ר' יצחק ליב שרייבער-סופר שליט''א ר''י אורחות התורה, הגה''צ ר' אביעזר שפירא שליט''א אב''ד דראהאביטש, און די מנהלי הכולל.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם כולל און זיי האבן געוויזן פארן רבין היסטארישע כתבי קודש פון צדיקי הדורות מאוצרו פונעם לשכת הכולל, צווישן זיי די היסטארישע הקדשה ביכל פון הגה''ק משינאווא זיע''א וואס ענהאלט אין זיך פולע הקדשות פון צדיקי הדורות נבג''מ ובראשם הגה''ק משינאווא זיע''א, די הנהלה האט מכבד געווען רבינו שליט''א אריינצושרייבן חתימת יד קדשו.
ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן צדקה א תמיכה נכבדה פארן כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.

- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל זיבנבערגן עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.

- אזוי אויך האבן עטליכע כוללים אריבערגעשיקט קבוצות פון מציוני הכולל זיך פארהערן ביי רבינו שליט''א צווישן זיי אינגעלייט מחסידי גור אינעם סדר פון מזומנים.
דער רבי האט יעדעם פארהערט זייערע לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה.

נאך די זמני כניסה ארום 1:10 איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בקדושת וטהרת המקוה ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

אום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בבית האכסניא הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מיטוואך פרשת תולדות - הר הצופים, בית שמש, ירושלים


אינדערפרי נאך די מקוה אום 8:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צו הר הצופים מול מקום המקדש, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 9:05.
רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלע פלאטפארמע ווי רינגס ארום זענען געווען שווערע הונדערטער אנ''ש מרחבי ארה"ק און אויך האט זיך שוין אהנגעזעהן פרישע געסט פון חוץ לארץ, מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה אמונה בביאת המשיח בשעת דער רבי האט מאריך געווען בדמעות בצפייה לגאולה.
דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים און דער רבי האט געריסן קריעה און געזאגט דעם ברכה דיין האמת און אויסגעבראכן אין שטורמישע בכיות בבכי ומספד וועלכע האט אויף געציטערט די הונדערטער באטייליגטע.
נאך לענגערע מינוטען ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' און מיט גרויס שמחה ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפן פלאץ ברגשי געגועים.

נאכן מעמד ארום 9:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט הצופים אויפן וועג קיין בית שמש ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 10:25.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בבית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק', און צום ערשט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון קינדער מיט א שטארקע קורת רוח און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער.

דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו (בית שמש).
בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו (בית שמש)

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ, און משמיע געווען דב''ק הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום שכינותדיג'ן ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בראשות הגאון ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בית שמש, עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק', דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.

דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.

ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחורי שלומינו פון בית שמש, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.

ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א.
מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מגדולי נדבני הספר תורה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.

פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א, אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן, און שטארק מעורר געווען בעניני צניעות ובעניני דעות והשקפה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.

אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטון ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות, דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו מנהל המוסד.
דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.

ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז ארום 2:20 שפעט אויפדערנאכט ווען אלע

אנ''ש אין ירושלים עיה''ק האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין בקו''פ.

בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ.
- ביקור גומלין דורך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.

- כ''ק אדמו"ר מביאלא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו

- כ''ק אדמו"ר מטריסק שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

- הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט''א בן האדמו"ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו.

- הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה והלכה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

- הגאון ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א ר"י בריסק שכונת אחוה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

דאנערשטאג פרשת תולדות - ירושלים עיה"ק


אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה בבית האכסניא אין ירושלים.

ארום 10:05 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה פון ירושלים.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים מיט גרויס קורת רוח פאר א שטיק צייט.

ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו שחרית בהיכל הביהמ"ד.
- בעל תפילה: הב' משה בהר"ר חיים צבי דאווידאוויטש הי"ו.
- בעל קורא: הב' יושע ב"ר נתן בנימין עקשטיין הי"ו.
- פתיחה: הר"ר זלמן יודא כהנא שליט"א (בית שמש).
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו (לאנדאן).
- שלישי: רבינו שליט"א, און דער רבי האט געבענטשט גומל און מוציא געווען אלע געסט.
- הגבה: הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י).
- גלילה: נכד רבינו הרב ישראל דושינסקיא שליט"א (ב"פ).

נאכן דאווענען ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק והדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 12:50.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממשכונות הרועים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, האדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען ברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן. און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו.

ארום 3:00 איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ בבית האכסניא כ''ק אדמו"ר מגור שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי גערעדט מיטן גורע רבי שליט"א פריוואט פאר א שטיק צייט, און דער רבי האט אים ארויסבאגלייט.

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט מציונים חברי חבורת ושננתם און זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ ש''ס גפ"ת, דער רבי האט פארהערט די אינגעלייט פאר א שטיק צייט און מאציל געווען מברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 3:40.

ארום 4:00 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין די זאלן פון ויאמר יצחק אויף רחוב שמעון הצדיק, צום מעמד הוקרה פאר די צענדליגער נדבנים ותומכים פונעם בנין הגדול תל תלפיות דקהילתינו ומוסדותינו בירושלים עיה''ק ההולך ונבנה.
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה און געטייטשט די פסוקים אין פרשת ויקהל ווי עס איז מרמז אויפ'ן נסיעה קיין מירון צום תנא רבי שמעון, און די השפעות וואס מען קען שפירן פון א הדלקה לכבוד התנא, און ארומגערעדט איבער די מסירת נפש פון תושבי א"י יום יום און די מסירות נפש וואס פארלאנגט זיך פון די וואס קומען קיין ירושלים צו ביישטייערן גרויסע סכומים אפילו ווען ס'איז נאכנישט פארטיג און מ'זעהט נאכנישט די תוצאות, און מאריך געווען בשבח פון די נדבנים, ספעציעל הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וואס מאכט זיכער אז ירושלים זאל נישט זיין ארויסגעפאלן, ואתו עמו ר' עקיבא הערש קליין הי"ו און ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו וואס שטייען אין שפיץ פון די פראיעקט און שטייען צו הילף פאר אלע פראיעקטן פון רבי'ן אלע יארן, און ארויסגעברענגט אז צוויי יאר צוריק ווען מען איז געווען אין ירושלים מיט די עסקנים ובראשם הרה''ח ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו האט מען נישט גע'חלום'ט אז מ'וועט שטיין צוויי יאר שפעטער און מ'וועט שוין האלטן אזוי ווייט, און געזאגט אז דער רבי ז''ל באגלייט אונז און געפינט זיך דא ביי די גאנצע מסע הקודש, און אלע צדיקים וועלן משפיע זיין השפעות קדושות משמי מעל, דער רב האט ממשיך געווען אז מ'גייט קיין מירון, און דער גאנצער ציבור וועט מתפלל זיין אז רבינו שליט"א זאל קענען ווייטער פירן די גאנצע קהילה עד ביאת הגואל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו און באגריסט די נדבנים און ראשי ועד קרן הבנין.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען ברכת הקודש אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' אין מקרא יוצא מדי פשוטו אידן וועלן האבן גרויס שפע און אסאך געלט, און ארויסגעברענגט לויט וויאזוי מען ארבעט זעהט מען אז מען מאכט גרויס פארשריט און מיט די הילף פון די נדבנים וועט מען קענען ענדיגן דעם בנין בקרוב, און מסיים געווען ברוב ברכות.

מען האט געזינגען ותבנהו מהרה, און דער רבי האט מכבד געווען הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו צו אויפטרעטן. ר' אברהם האט איבערגעגעבן א רעפעראט פון די בוי ארבעט און פון די געלטער וואס מען שיקט פון אמעריקע פאר די בוי קאסטן און געזאגט אז מען האט שוין געשיקט אריבער 14 מיליאן דאלער פאר די הוצאות הבנין! און מען וועט דארפן האבן פערציג מיליאן ביזן ענדיגן, און געזאגט אז אויב מ'וועט האבן א מיליאן דאלער יעדן חודש וועט מען ביז 25 חדשים קענען באנייען דעם בנין אי''ה, און באדאנקט אלע נדבנים בשם דעם ועד קרן הבנין.
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' שמאול חיים בראך הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אין זאל, בעל תפילה: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו (וומסב''ג).

ארום 4:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום שטח הבניה פונעם בנין הגדול והמפואר תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק', בהשתתפות די חשוב'ע נדבני הבנין, אינאיינעם מיט פילצאליגע עסקנים און בוי מייסטערס און פילע מאנ"ש.
רבינו שליט"א איז ארויף אויף א ספעציעלע פלאטפארמע און זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן שטח, און געהערט באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ב ואתו עמו הרה"ח ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו פון די אקטיווע עסקנים אינעם קרן הבנין און הרה"ח ר' גרשון פעלבערבוים הי"ו יו''ר וועד קרן הבנין בארה''ק, וועלכע האבן דערביי געצייגט פאר'ן רבי'ן די בוי פלענער און סקיצעס פונעם שטח. מען האט געענדיגט ארום 5:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט"א אריין אין היכל ביהמ''ד הגדול דתולדות אהרן און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין כולל אינאיינעם מיט האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און דערנאך ארום 5:40 אריבער לבית האכסניא בבית הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.

ויהי בישורן מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל

ארום 6:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום היסטארישער מעמד 'ירושלים של מעלה' אינעם גיגאנטישער שאטער אויף די מלכי ישראל גאס במעמד אלופי אלפי ישראל בראשם גדולי מאורי הדור ועל צבאם כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט''א.

דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבאן, און דער ציבור לאלפים האבן מקבל געווען פני רבינו בשירה וזמרה.

ביים מעמד האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע הגאו"צ אדמורי''ם וראשי ישיבות פון ירושלים עיה''ק.
- מלכם בראשם כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.
חברי הביד''צ הגאונים הצדיקים שרי התורה מרנן.
- הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א.
- הגאון הגדול ר' חיים אורי פריינד שליט''א.
- הגאון הגדול ר' יהודה פישער שליט''א.
- הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יוראוויטש שליט''א.
- הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט''א.
- הגאון הגדול ר' אהרן בראנדסדארפער שליט''א.
- כ''ק הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א.
- כ''ק מרנן האדמורי''ם ממשכנות הרועים, תולדות אהרן, סטראפקאוו, קאלשין, טשאקאווע, זידיטשוב, טריסק, סקולען ירושלים, סעקלהיד, ספינקא בי''ש, המשפיע הגה''צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט''א, הגה''צ רבי משה קרעמער שליט''א מרבני ברסלב ונשיא מוסדות שער השמים, הרה''ג רבי ניסן דוד קיוואק שליט''א, הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט''א נשיא מוסדות נחלת יעקב, הגה''צ רבי משה בראנסדארפער שליט''א גאב"ד היכל הוראה, הגה''צ רבי יוסף קדיש בראנסדארפער שליט''א - טבריה מו"ץ בהעדה, הגה''צ רבי עקיבא יוסף שלעזינגער - גאב''ד גענף ורב ביהמ''ד בצל החכמה, הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבום שליט''א - ראש ישיבה חיי משה, הגה''צ ר"י תולדות אהרן שליט''א, הגה''צ רבי אהרן שמואל דושינסקיא שליט''א ראש ישיבת בית יוסף צבי דושינסקיא בשליחות אביו כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, הגה''צ רבי חיים מרדכי ט"ב שליט''א - אב"ד סאסוב ירושלים בן האדמו''ר מסאסוב שליט"א.

- המשפיע הרה''ג ר' יהודא דייטש שליט''א, הרה''ג ר' עקיבא וואזנער שליט"א - מו''ץ בעדה החרדית, הרה''ג ר' יושע אשר כהנא - מו''ץ בעדה החרדית ורב דקהל משכונות הרועים, הרה''ג ר' יעקב שלמה כהנא שליט''א, הגאון ר' יושע כהן שליט''א, הרה''ג ר' אלכסנדר האבערפעלד שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית,הרה''ג ר' יצחק אייזיק כהנא שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' חיים יוסף בלוי שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית, הרה''ג ר' גבריאל נויפעלד שליט''א - מו''ץ בהעדה החרדית ומרבני וועד הכשרות, הרה''ג ר' אהרן דוד ניישטאט שליט''א מו''ץ בהעדה החרדית.

דער יו''ר הר''ר יצחק דוד יאקאב שליט"א יו"ר וועד החינוך דמוסדותינו הק' האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און אויפגערופן הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א דומ"ץ וראה"כ דקהילתינו לאנדאן אויפצוטרעטן.

ארום 6:35 האט מען מקבל פנים געווען כ''ק מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א, רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פארן רב שליט"א, און הגה"צ ר' שמעי' לעוו שליט"א האט אויפגערופן דעם רב משמיע זיין דעם דבר ה' מירושלים.
דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די עדה החרדית, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה און חיזוק און קידוש שם שמים וואס די עדה החרדית שעפט פונעם רבינ'ס באזוך אין ארה''ק, און ארומגערעדט פון די נייע בנין וואס ווערט געבויט פולקאם פון ריינע געלטער עטה''ק אן נהנה זיין פון קיין טריפה'נע געלטער פון די מדינה הטמאה, און ארויסגעברענגט די שווערע מצב אין ארה"ק מיט חינוך, ווי די ממשלת השמד פארלייגט זיך משנה צו זיין די לימודים פון די תשב"ר, און נאכגעזאגט פון רביה"ק זיע''א וועלכע האט פון די ערשטע מינוט געווארנט אז די איינציגסטע וועג זיך צו קענען האלטן איז מיט'ן זיך אינגאנצן אפטיילן פון די רשעים און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי, און אוועקגעשטעלט דעם "קרן הצלה" אויסצוהאלטן אלע מוסדות עטה"ק, און ממשיך געווען איבער די ביטערע גזירות הגיוס און אויסגערופן אז די יהדות החרדית וועט זיך שלאגן אויף דעם מיט מסירות נפש, און מרעיש זיין די גאנצע וועלט, און מען איז גרייט צו גיין אין תפיסה, אבער חלילה נישט מאכן פשרות, דערביי האט מרן פוסק הדור שליט"א אויסגערופן באש קודש אז "עס איז אן איסור גמור על פי הלכה צו מאכן פשרות אפילו נאר אויף איין בחור, און דערביי זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן האבן אפענע אויגן און פאראויס זען די ביטערע פלענער פון די רשעים, און אהערשטעלן דעם "מרכז עזרה ויועץ" שע"י העדה החרדית וועלכער ווערט פולקאם פינאנצירט דורכ'ן ועד משמרת חומותיך ירושלים שע"י קהלתינו הק', און ארבעט העפטיג אויפן פראנט מציל צו זיין בחורי ישראל פון די ביטערע גזירה, מה' מצעדי גבר כוננו, דער אויבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז פונקט יעצט ווען עס זענען דא אזעלכע וואס ווילן חלילה מאכן פשרות אין דעם הארבן ענין איז דער רבי געקומען קיין ארה''ק אויסשרייען אז מ'טאר נישט מאכן פשרות, און מחזק זיין די יהדות החרדית. און אויפגעפאדערט די בני חוץ לארץ זיך מיטצושטעלן צום מלחמה קעגן די רשעים, און ארויסגעברענגט ווי תושבי ארה"ק קוקן ארויס אויף די תמיכה פון רבינו שליט"א פאר די מוסדות עטה''ק. ובפרט ארויסגעברענגט לשבח די ריזיגע געלטער וואס מרן רבינו שליט"א שיקט פאר די אריבער הונדערט רבני ומורה הוראה פון די עדה החרדית פאר יעדן יו''ט דורך די "ועד הפעולה" שע"י העדה החרדית, מחזק צו זיין די עדה החרדית און צו שטארקן די כח פון די רבני העדה, דערנאך האט דער רב שליט''א אנגעוואונטשן מרן רבינו שליט"א אז דער רבי זאל האבן כח מרים צו זיין דעם כח המחאה קעגן די רשעים און אלע פירצות.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען געזינגען 'צדיק כתמר יפרח' און דער רבי האט מעודד געווען די ריקודין 'עוד ינובין בשיבה דשנים ורעננים יהיו'.

ארום 7:00 האט מרן שליט"א אנגעהויבן די פייערדיגע דברות קודש און חובת השעה במעמד אלופי אלפי אנ''ש.
דער רבי מקבל פנים געווען די גדולי הרבנים חברי בד''ץ העדה החרדית, ובראשם דער רב שליט"א, און אלע גדולי הרבנים וראשי ישיבות רבנן ותלמידיהון, און ממשיך געווען מיט קורצע ווערטער פאר די בני חוץ לארץ, איבער דעם בנין האדיר וואס ווערט געבויעט פאר קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים, שטייט אין פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' די ברכה איז געזאגט געווארן פאר אידן אין גלות אז מ'וועט זיך האלטן נאר דורך די תורה הק' מקרא משנה תלמוד, דורך ירושלים עיה''ק זה שער השמים איז מען זוכה דערצו אז מ'וועט העלפן בויען תורה אין ירושלים וועט נשפע ווערן א שפע פאר די גאנצע וועלט, אויף דעם איז מען זיך צאמגעקומען דעם נאכט, ויתן ויחזר ויתן, מען וועט געבן פאר ירושלים און דורכדעם אויך פאר די גאנצע וועלט.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט הדרכה פאר אנ''ש תושבי ירושלים, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שאדן פון אויף בלייבן און פארפאטשקען שעות אויפדערנאכט, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו האבן א גיאות דקדושה, און וויסן אז אונז האט מען געלערנט פארקערט, זיך לייגן פרי, און אויפשטיין פרי צו לערנען פארן דאווענען, א טאג וואס מען לערנט בעפארן דאווענען איז די גאנצע טאג אנדערש, און גערעדט בגנות פון דאווענען שב''ק אין די שטיבלאך און מנינים צענטערן, און שארף אויפגעפאדערט צו דאווענען אין א ביהמ''ד קבוע יעדע וואך די זעלבע צייט, ווי חסיד'ישע אידן, דאס דאווענען אין שטיבלאך שבת אינדערפריה איז סם המות פאר זיך און פאר די קינדער, און

מעורר געווען אויף פולע ענינים זיך האלטן און מחנך זיין די קינדער אויפן דרך פון רביה"ק זיע''א אין אלע ענינים ובפרט אקעגן טמאת הציונות, און זיך האלטן אפגעטיילט פון אלע פארטייען למיניהם, וואס זיי האבן זיך מחבר געווען צו ציונית, און געווארן עצם מעצמם ובשר מבשרם, און עס איז נישט קיין שום נפקא מינה צווישן די חסיד'ישע, ליטווישע, ספרד'ישע, און אשכנזי'שע, וואס דאס זענען "ארבעה אבות נזיקין".

דערנאך האט רבינו שליט"א אויסגעשריגן בקול חוצב להבות אש די אמת'ע השקפה הטהורה אזויווי עס איז מבואר אין ספה"ק ויואל משה, און אויסגעשריגן די תורה'דיגער שטעלונג איבער די טומאת קליפת הציונית, און די געוואלדיגע כפירה וואס עס ליגט אונטער טמא'נע רעיון, 'ומפני חטאינו גלינו מארצינו' דער אויבערשטער האט מפזר געווען כלל ישראל אין גלות בעוה"ר, נישט ווייל מען האט נישט געהאט גענוג געווער, אדער גענוג פעאיגע סאלדאטן. תדע שאני מכנסן, מען דארף וויסן אז השי"ת בכבודו ובעצמו וועט אונז ארויסנעמען פון דעם ביטערן גלות, און חס ושלום צו האבן מחשבות אז מען קען חלילה נעמען א גאולה בזרוע בשר ודם און אליינס ארויסגיין פון גלות.

דער רבי האט ממשיך געווען מיט פלאמפייערדיגע ווערטער בנוגע די ביטערע מצב פונעם גזירת גיוס בני ישיבות וואס די מיליטער איז א מקום וואס כל באי' לא ישובין רח"ל, א גזירה פון העברה על הדת במלוא מובן המילה, ובקול חוצב קלאר געשטעלט חס ושלום צו מאכן פשרות, מען וויל חלילה מאכן א דיעל, תן לי ואתן לך, איך וועל דאס נאכגעבן און דו וועסט דאס נאכגעבן רח"ל. מען זעצט זיך אראפ צום טיש און מען פארהאנדלט, איך וועל דיר געבן כך וכך און דו וועסט מיר געבן כך וכך וכו', און מיט א וויי געשריי ממשיך געווען איך האב נישט קיין השגה וויאזוי א איד א שומר תורה ומצוות, א איד וואס האט א שטוב מיט קינדער קען פארהאנדלען אויף די זאכן, היעלה על הדעת אזא מין השגה, אזא מין פשרה?! ווער עס לייגט צו א האנט צו דעם איז א מרים יד בתורת משה.
דער רבי האט ממשיך געווען און מחזק געווען תושבי ארה"ק זיך צו האלטן פעסט און זיך קעגנשטעלן קעגן די ביטערע גזירה מיטן גאנצן כח, און זיך שלאגן מיט מסירות נפש כצור החלמיש, און בעזר השם וועט מען מצליח זיין, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר אלע נדבנים און עסקנים לטובת דעם נייעם בנין שע"י קהלתינו הק' אין ירושלים עיה"ק, און געענדיגט בברכת הקודש פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב"ק האבן די מנגנים געזינגען דעם באקאנטן קידש שם שמים ניגון "ה' הוא מלכינו" און "עוצו עצה ותופר", און פאר לענגערע מינוטן האבן די טויזענטער באטייליגטע געטאנצן און אויסגעשריגן דעם געשריי פון בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים.

נאך די פייערדיגע דב"ק האט כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א און חברי הבדי''צ העדה החרדית זיך באדאנקט פאר מרן רבינו שליט"א פאר די געוואלדיגע חיזוק און פייערדיגע דברות קודש, און פארן זיך ארויסשטעלן אן קיין מורא מיט'ן גאנצן שארפקייט מחזק צו זיין דעם יהדות הצרופה בארה"ק, און זיך ארויסשטעלן מיטן גאנצן דרייסט קעגן די פארטייאישע קרייזן און זייערע ביטערע פשרות, וואס דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר די תורה טרייער אידנטום אין ארה"ק.

דערנאך איז אנגעקומען צום מעמד כ''ק הגה"צ חו"פ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים, אויך איז אנגעקומען כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, רבינו שליט"א האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און מכבד געווען מיט לחיים.
דערנאך האט זיך רבינו שליט"א אויפגעשטעלט און ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אינאיינעם מיט כ"ק הרבנים הגאו"צ שליט"א, און דערנאך ארויסבאגלייט ביזן גאס.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הרה''ח ר' יואל פריעדמאן הי''ו (ב''פ).

ארום 9:25 האט רבינו שליט"א פארלאזט ירושלים אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון לקראת דעם געהויבענעם שבת בהשתתפות אלופי אלפי אנ"ש פון איבער די גארער וועלט, רבינו שליט"א איז אנגעקומען אין אתרא קדישא מירון ארום 11:45 און צוגעפארן צום בית האכסניא אין שטוב פון הרה''ג ר' מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א ריש מתיבתא עוז והדר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת תולדות במקהלות 'קהלא קדישא' אלופי אלפי ישראל, 'בצילא קדישא' פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, 'באתרא קדישא' מירון במחיצת קדשו פון התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

בר יוחאי אשרי עין ראתה, ואשרי העם שככה לו, וועלכע האבן זוכה געווען צום שבתי בבית ה' לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו.
- בר יוחאי צו זיין ביים הייליגן ציון בקודש הקדשים, אלפי ישראל אל מול ארון הקודש גשים, בהכנה דרבה שוין כמה חדשים.
- בר יוחאי בשבתו עם חברים, אלפי חברי קהלתינו הק' הכשרים, דביקות והתעלות אן קיין הסברים.
- בר יוחאי לב חכם ישכיל פיהו אדונינו, רבינו שליט''א אבינו רועינו, פתח פיו בחכמה מיט זיין דביקות בתורת התנא אלוקי מאירת עינינו, ולכל ישראל האיר אריינגעברענגט אל עומק לבינו.
- בר יוחאי ראה פניו מאירים, די שמחה וגילה שלא כטבע אן קיין שיעורים, קבלות טובות ותשובה הרהורים, זקנים ובחורים, געפויעלט ישועות פון אלע צרות פטורים, און רחמנות פון הימל אויפן שה פזורים, תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק תולדות - ר"ח כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די מערה פונעם תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און אנגעצינדן פינף ליכט ביים ציון הק'.
דערנאך האט רבינו שליט"א בחרדת קודש אנגעהויבן די דרשה, אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מיטן כח פון שבת קען א צדיק פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער בלויז מיט'ן דיבור אן קיין אנדערע סגולות, ביים תנא רבי שמעון וואס איז שבתא דכולי שתא קען מען אלעמאל פועל'ן ישועות, אזוי אויך דורכן זיך געפינען במחיצות רבי שמעון קומט אויפן מענטש בחינת יראה און עס איז מעורר דאס הארץ צו תשובה שלימה, בפרט יעצט ר"ח כסלו וואס איז מעין יום כיפור קען מען אלעס מתקן זיין, און מאריך געווען בבכיות נוראות לכל העם העומדים בעזרה היום תשמע שעותינו היום תקבל ברחמים וברצון את תפילתינו כל מיני ישועות בגשמיות וברוחניות און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געענדיגט די דרשה 7:45 און אנגעהויבן אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומסב''ג, דער רבי האט פארגעזאגט פסוק בפסוק קאפיטל כ' למנצח יענך ה' ביום צרה
און קאפיטל ק''ל שיר המעלות ממעמקים מיט די נוסח ימים נוראים.
נאך תהילים האט דער רבי געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט און אראפגעלייגט ביים ציון הק' די קוויטלעך פון די תלמידי המתיבתא און פון די תומכים פון מוסדות יטב לב און פון די שלוחי רבינו וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע געלטער פאר די רבי'נס קאסע לעניי ארץ ישראל, און אזוי אויך האט מען אראפגעלייגט אלע קוויטלעך פון אלע וואס זענען אריין בקו"פ פון חמשה עשר באב און ווייטער, מען האט געענדיגט 10:00 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין די מערה דרשב"י און געלייגט טו''ת, דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פארן אור אייניקל הבחור יוסף רוקח ני''ו בן הרה''ג ר' חיים יעקב שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו חתן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

אויך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
- ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו (קר"י).
- ב"ר שלמה גאלדשטיין הי''ו (וומסב"ג).

בעל תפילה: הרה''ח ר' יעקב יאזשעף הי''ו (בני ברק).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתלהבות אש.

- הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו.
- בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו.
ביים ליינען האבן עולה געווען.
- שלישי: נכד רבינו הבחור הבר מצוה יוסף רוקח ני"ו.
- רביעי: הב' הבר מצוה ב''ר שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו.
- הגבה: רבינו שליט"א.
- גלילה: הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו (מאנטשעסטער).
נאכן ליינען האט גומל געבענטשט ר' אליעזר גפן (קר''י), און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט מוסף ארום 12:15 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די בר מצוה בחורים און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו (ירושלים), און דערנאך געצינדן נירות שבת בבית האכסניא.
דערנאך איז דער רבי ארויף געפארן צום היכל התפלות בחצר המערה, און דער רבי איז אריין אין א שטיבל העכער די מערה.

פארנאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום גרויסן שאטער היכל התפילות 'בנין בראך' בחצר המערה, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה באש קודש.

נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הג"ר ר' יושע הערש יאזשעף שליט''א מו''ץ בקהילתינו בני ברק בדברי הכנה צום שבת.

קבלת שבת: הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט''א דומ''ץ דקהילתינו ב"פ, ביי בואי בשלום האט מען זיך אויסגעדרייט צו רעכטס לצד מערב, פאר כגונא איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער און מען האט געזינגען שירת בר יוחאי כמנהג המקום בשמחה והתלהבות.
נאכן דאווענען זענען אלפי אנ''ש אריבער זאגן גוט שבת עס האט זיך פארצויגן אריבער א שעה צייט, דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

אינעם גיגאנטישן היכל הסעודות איז סערווירט געווארן אויף איינמאל די סעודות שב"ק ברוב פאר והדר פאר אריבער 5000 געסט בליעה"ר אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט, בזמירות שירות ותשבחות.

ארום 9:55 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אונטן פון הר מירון צום שלחן הטהור, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, פאר קידוש האט מען געזינגען א ניגון התעוררות, הגבהות הכוס: הרה''ג ר' יצחק ארון איזריעל שליט''א (בני ברק).

תיכך נאכן ברכת המוציא האט מען געזינגען 'לכבוד התנא האלוקי' און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן באש קודש.
נאך די פיש האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' שבתי בבית ה' כל ימי חיי' און געטייטשט בשיטת רבי שמעון ביי קנין הגבהה אז אפילו ווען דער אדון מאכט דעם הגבהה ווערט מען נקנה פאר אן עבד, דא אין מירון באתרא דמר פסקנ'ט מען אין הימל ווי ר' שמעון, און מיט דעם וואס השי"ת הייבט אויף כלל ישראל ווערט מען אן עבד פארן בורא כל עולמים, דאס איז רבי שמעון לשיטתו וואס זאגט אנא עבדא דקודשא בריך הוא, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון "אנא עבדא" און זיך אויפגעשטעלט טאנצן ברשפי אש להבת שלהבת א לענגערע צייט מיטשלעפנדיג דעם גאנצן ציבור אין א פייערדיגע טענץ לכבוד התנא האלוקי.

נאך די זופ האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויף די פסוק 'אחת שאלתי מאת ה', רבי שמעון האלט כל העומד לפדות כפדוי דמי, און אידן זענען עתיד תשובה צו טוהן איז נחשב ווי מ'האט שוין תשובה געטוהן און מען ווערט נישט נדחה נאר מען בלייבט מקושר מיטן אייבערשטן אויף שטענדיג, דער רבי האט צוגעלייגט אז וואס מ'האט פריער געזאגט אז מ'ווערט א עבד, איינמאל מ'ווערט א עבד בלייבט מען שוין אזוי ביז דער אדון שרייבט א שטר שוחרר במילא אפילו נאך שבת ווען מ'איז נישט באתרא דמר פון רבי שמעון בלייבט מען אן עבד, דאס איז שבתי בבית ה' כל ימי חיי.

דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יעקב מענדל ניילענדער שליט''א (ירושלים) פארצוזינגן ואמרתם כה לחי.

נאך די פלייש האט דער רבי נאכאמאל געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי' און געטייטשט אז לויט רבי שמעון וואס האלט יש אם למסורת, לשיטתו אז נאר אידן ווערן אנגערופן אדם און נישט די אומות העולם, במילא ווערן אידן נישט בטל ברוב האומות און פירן זיך מיט א העכערע הנהגה כל ימי חייהם.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש: הגה''צ ר' טובי' שטערן שליט''א מירון'ער רב.
- מנוחה ושמחה: האדמו''ר מסערעדנא שליט''א.

דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה', און געטייטשט אז אויב עס איז חלילה דא ביי א מענטש א חולה בתוך ביתו גייט מען צום גרעסטן און טייערסטן דאקטער און מען פאלגט וואס ער הייסט, במילא אז מען געפונט זיך אין אתרא קדישא מירון דארף מען זעהן וואס דער רופא הגדול התנא האלוקי רבי שמעון זאגט אין זוהר הק' און דער רבי האט פארגעלערנט פון אינעווייניג דעם זוהר הק' פרשת ויקהל די גרויסע ברכה וואס קומט מיט'ן זאגן קטורת און קרבנות יעדן טאג און עס איז משפיע געזונט און מ'ווערט ניצול פון עול המלכות, און ממשיך געווען אז דאס שטייט אין יעדן סידור, און אויפגעפאדערט נישט אויסצולאזן די חלקים פון דאווענען, נאר זיך מקבל זיין און אויספירן דאס צו זאגן יעדן טאג ביי שחרית און מנחה.

- קה אכסוף: הגה"צ ר' יודא דייטש שליט''א (ירושלים).
- ברכות המזון: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
- קה ריבון עלם: הרה''ג ר' יצחק מנחם הירש שליט''א (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אויך איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ר' פנחס אהרן ווארפמאן הי''ו (לאנדאן) און ביי ר' שמעון ב"ר רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).

- אז ביום השביעי: הרה''ג ר' זלמן יודא כהנא שליט''א מרבני קהלתינו בית שמש.
מען האט ממשיך געווען מיט ריקודין לכבוד התנא האלוקי, מען האט געענדיגט ארום 12:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם היכל התפילות ארום 9:05.
- ברכות: האדמו''ר מלייפניק שליט''א.
- פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' שאול יחזקאל שווארץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד לב אהרן ב''פ.
צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען, מען האט געזינגען ביי ממקומך, און די כהנים האבן געדוכנט כנהוג.

- הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.
- נתינת הכתר: הרב הגאון ר' אליעזר מרדכי סופר שליט''א רב דקהילתינו לינדען.
- פסוקי שמע ישראל: הרב הגאון ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א דומ''ץ דקהילתינו לעיקוואד.
- הולכת הספר תורה לבימה: הרה''ג ר' הערש פריעדמאן שליט''א דומ''ץ גאלאנטא.
- בעל קורא: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עליות.
- כהן: הרה''ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א רב דביהמ''ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו בני ברק.
- לוי: הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.
- שלישי: הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א.
- רביעי: החתן יואל ב''ר גבריאל חיים צבי פייערשטיין הי''ו (ירושלים) - באווארפן.
- חמישי: הגה''צ דומ''ץ דקהילתינו ירושלים שליט''א.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי געמאכט א מי שברך לרגל הולדת הבת אצל.
- ר' יוסף ב''ר אלי' וואלף לעווי הי''ו (בני ברק).
- ר' ישראל מאיר קליין הי''ו (וומסב''ג).
- ר' משה ברא''ש כ''ץ הי''ו (בית שמש).
- ר' ירחמיאל לעבאוויטש הי''ו (מאנסי).

- שביעי: הגה''צ אבד"ק לאנדאן שליט''א.
- הוספה: הרה''ג ר' חיים שלום קליין שליט''א מרבני קהלתינו בני ברק.
- אחרון: הרה''ג ר' שמעי' לעוו שליט''א דומ''ץ וראה''כ לאנדאן.
- מפטיר: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
- הגבה: הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- גלילה: הרה''ג ר' משה ראזענפעלד שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ברך משה וומסב''ג.
- הולכת הספר תורה לארון הקודש: הרה''ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- מוסף: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, די כהנים האבן געדוכנט, פתיחה ביי אנעים זמירות: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 11:40.

ביי קידוש בבית האכסניא זענען געלאדענט געווארן די נדיבים ועסקנים פונעם נייעם בנין ביהמ"ד המפואר שע"י קהלתינו הק' אין בני ברק יע"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' יואל ב''ר שמשון שווארץ הי''ו (וומסב''ג) און הג"ר יואל דאסקאל שליט"א (בני ברק).
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכות הקודש פאר אלע נדבנים און עסקנים און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין בני ברק.

די סעודת שב"ק האט דער רבי געגעסן פריוואט בבית האכסניא מיט געציילטע מקורבים, ברהמ"ז הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק.

ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא.
- בעל תפילה: ר' יונתן גאלד הי''ו (קר''י).
- הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו (וומסב''ג).
- בעל קורא: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט''א מו''ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג.
- לוי: הרב יעקב מנחם בן הר''ר חיים הערש ראטטענבערג הי''ו.
- שלישי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה''ח ר' יודא ווייס הי''ו (קר''י).

רעוא דרעווין

ארום 5:20 איז דער רבי אריינגעקומען בהיכל השולחנות צו של''ס, נאך די פיש האט מען אנגעהויבן ניגוני התעוררות בזמן רעוא דרעווין.
דער רבי האט אנגעהויבן אתקינו סעודתא און געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' און געטייטשט אז אין זוהר הק' איז מבואר אז אין טאג פון שב''ק זענען די חיצונים נישט שולט במילא קען מען יעצט באתרא דמר שבתא דכולי שתא וואס ס'איז דא תרתי לטיבותא מתפלל זיין און די תפילת וועלן נתקבל ווערן אן קיין שטער.

מ'האט געזינגען ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים בהתעוררות רב.
- אודה: הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א - מו''ץ בקהלתינו הק' ב''פ.
- שיר המעלות: הרה''ג ר' הערשל מייזליש שליט''א רב דביהמ''ד בית נחום דוב וומסב''ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחת שאלתי מאת ה' און געטייטשט אז מען איז מתפלל מ'זאל זוכה צו א שטוב א בית כשירה וצניעה וואס זאל האבן השראת השכינה און שטארק מעורר געווען אויפן ענין פון שער באשה ערוה און פארגעלערנט דעם זוהר הק' פרשת נשא פון אינעווייניג איבער דעם חומר הענין, און כאטש ישראל קדושים הם איז דא מיעוט וואס איז נישט נזהר כראוי, יעצט במחיצות רבי שמעון איז מען זיך מקבל צו האבן א ריכטיגע בית ה' כל ימי חיי, און מסיים געווען בברכת קדשו.

- ידיד נפש האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד 18 ב"פ.
- קל מסתתר: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה וומסב''ג.

דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה מען זאגט מוצ''ש אין די זמירות 'יזכר לך אתה אתמול אשר דברת' דאס גייט ארויף אויף ער"ש ווען אידן האבן געזאגט תהילים בהתעוררות רב אויפן ציון הק' פונעם הייליגן תנא מיט הרהורי תשובה וקבלות טובות אויפן עתיד, מען פארט אהיים דארף יעדער געדענקען און מיטנעמען אהיים אלע קבלות טובות און מוציא זיין מכח אל הפועל שבתי בבית ה' זאל האבן א השפעה אויף כל ימי חיי.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און מסיים געווען מיט ניגוני שמחה לכבוד התנא האלוקי און אנא עבדא דקודשא בריך הוא, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט.

דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' אייזיק פריעדמאן שליט''א (בית שמש).
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' אהרן הערש וועבער הי''ו (וומסב''ג).
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לבית האכסניא ווי דער רבי האט געמאכט הבדלה.
און דער רבי האט מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר הלבערשטאם שליט"א אבד"ק קשאנוב וומסב"ג צו מאכן הבדלה אינעם היכל השולחנות פארן גאנצן ציבור.


אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

אומבאשרייבליכע התרגשות של שמחה וקדושה ביי אלופי אלפי אנ''ש וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי', ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש באתרא קדישא מירון סמוך ונראה צו די הייליגע מערה.

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, און מען האט מאריך געווען בניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.

די פרנסי השבת זענען ארויף גערופן געווארן צו נעמען א קריגל שמן פון רבינו שליט"א צו גיסן אויף די מדורה לכבוד התנא האלוקי רשב"י, און דער רבי האט זיי פערזענדליך מאציל געווען מברכת קדשו בזכותו פונעם תנא האלוקי.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי אויפ'ן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' די תנא רבי שמעון בר יוחאי איז בבחינת שבת וואס איז מעלה אלע תפילות פון די גאנצע וואך, ביים תנא אלוקי איז מען מעלה אלע תפילות, אזוי אויך איז עס מעלה די תפילות וואס מ'איז מתפלל ווען מען פארט אוועק און מען איז זוכה לנחלה בלי מצרים, און ווער עס טרעט איבער די שוועל איז עס אים מעלה אז מ'ווערט נשתנה לאיש אחר מיט א העכערקייט און תורה יראת שמים און אהבת השם אןן עס העלפט ביישטיין די נסיונות און דעם דור, און דער הייליגער תנא מיט אליהו הנביא שטייען און בענטשן יעדער וואס קומט אויף זיין ציון מיט ברכת כהנים, וכשם שבא לראות כך בא ליראות די תנא זעהט יעדן צובראכענע הארץ און איז משפיע אויף יעדן שפע קודש בגשמיות וברוחניות לאשר ישנה פה ולאשר אינננו פה, אנא התנא אלוקי מען בעהט דעם תנא זאל נישט מפסיק זיין צו מתפלל זיין פאר אונז, און מען צינדט אן א אור ביים ציון ווייל דא קומט אראפ א אור אין אידישע הייזער בכל הענינים ביז מ'וועט זוכה זיין צום אור חדש על ציון תאיר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב בכל ענינים פארן גאנצן ציבור.


נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעוררות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דאן איז דער רבי ארויף צום פלאטפארמע ביים מקום 'מדורת האש' און אויסגעבראכן און שטורמישע בכיות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעוררות בעת רצון. ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל.

הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו איז נתכבד געווארן דורכן וועד השבת איבערצוגעבן פאר רבינו שליט"א די קריגל אויל, דער רבי האט געגאסן די אויל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה עד שתהא השלהבת עולה מעליה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי בריקודי קודש ואתו עמו כל הקהל הקודש בשמחה שלא כדרך הטבע אין פייערדיגע ריקודים בהתלהבות אש קודש ושמחה עצומה הבוקעת רקיעים.

נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום בימת הכבוד, מען האט געזינגען בר יוחאי און ואמרתם און נאך ניגוני מירון, דערנאך זענען די חאלאקע קינדער אריבער, דער רבי האט געשניטן האר אנגעטוהן קאפל און ציצית און געוואונטשן פאר די קינדער און פאר די עלטערן און זיידעס, מען האט ממשיך געווען די ריקודין דער רבי האט פארלאזט די הדלקה ארום 1:10 אזייגער און אהיים לבית האכסניא.

בבית האכסניא איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' משה בראנסדארפער שליט''א אב"ד היכל הוראה בירושלים, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי בנו למז"ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה דער בעל אכסניא הרה''ג ר' מנחם מענדל פאמעראנץ שליט''א ריש מתיבתא עוז והדר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך שטארק באדאנקט פארן אוועקגעבן די דירה אין מירון מיט אלע הצטרכות און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו"פ די ראשי עסקני חברה הצלה הרה"ח ר' אשר שלאמאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו פון בני ברק אינאיינעם מיט די פילע הצלה וואלונטירן וועלכע זענען געווען אנוועזנד איבער שבת על כל צרה שלא תבוא, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די עסקנים און פאר די פילע וואלונטירן, און דערנאך זענען די וואלונטירן אריבער מקבל זיין ברכת קדשו.

עקסטער האט דער רבי מאציל געווען מברכת קדשו פאר די ראשי העסקנים וועלכע האבן אוועקגעגעבן גאנצעטע טעג און נעכט די לעצטע וואכן צו מסדר זיין די טויזענטער אכסניות באתרא קדישא מירון הרה"ח ר' יואל בר"ב יאקאבאוויטש הי"ו, הרה"ח יואל הכהן פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא האניג הי"ו

אחת שאלתי מאת ה' אונזער בקשה צום אייבערשטען איז אז שבתי בבית ה' אונזערע שעות בבית ה' זאל באגלייטן יעדן אויף כל ימי חיי לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו מאתה ועד עולם.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואךי"ג כסלו תשפ"ו12/3/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

זונטאג ויצא - מירון - אור הגנוז - בני ברק
'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15, בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען בבית האכסניא א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק ווייס הי"ו (בני ברק), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.

ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט בית האכסניא אין מירון, ווי אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט אויסגע'שורה'ט תלמידי מוסד חסד לאברהם סניף מירון וואס שטייט בנשיאות האדמורי''ם מסקולען שליט''א, דער רבי האט ווארעם באגריסט די תלמידים און די תלמידים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און באגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר הגה"צ ר' רפאל אבוחצירא שליט"א נשיא מוסדות מאיר עיני ישראל בבית מדרשו 'מאור אליעזר' אין מירון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער קדושת המקום וקדושת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, ער האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און האט געגעבן פאר רבינו שליט"א די ספרים פון זיין זיידן ז"ל וואס ער האט מו"ל געווען און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בידידות רב.

ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען צום דערנעבנדיגן ישוב אור הגנוז ווי עס איז פארגעקומען דער מעמד הנשגב פון 'הפרשת תרומות ומעשרות' אינאיינעם מיט שרי התורה חברי הביד"צ וחברי ועד הכשרות של העדה החרדית ירושלים עיה''ק, ביי די אייגנטומערשאפט פונעם אור הגנוז וויין פירמע, וועלכע געפונט זיך אונטער די מהודר'דיגע השגחה פונעם ועד הכשרות שע"י העדה החרדית.
דער רבי האט זיך באגריסט מיט די אנוועזנדע רבנים, הגה"צ ר' מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב, און מיט די חברי הבד"ץ העדה החרדית הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון הגדול ר' יודא פישער שליט"א, און די רבני ועד הכשרות הרה"ג ר' חיים יודא כהן שליט"א און הרה"ג ר' גבריאל נויפעלד שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס איבער די פרטים און הלכות פון הפרשות תרומות ומעשרות, און דער רבי האט געמאכט די קנינים זוכה צו זיין אין די שליחות.
דער רבי איז אריין אין א זייטיגער שטיבל און אנגעטוהן א נייעם קאפטן פאר ברכת שהחיינו, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו די פעסער וויין און מפריש געווען מיטן נוסח המקובל א טעפל וויין פאר תרומה, און ברגש קודש געמאכט די ברכה אקב"ו על הפרשת תרומות ומעשרות און געמאכט א שהחיינו בשם ומלכות בקול חנוק מדמעות.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף אויף די בימה און געזאגט די נוסחאות המקובל און דערביי געעפענט דעם קראן ארויסצוגיסן די וויין לאיבוד פאר מעשר ראשון ותרומות מעשר כהלכה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ בדמעות שליש אויפן ניגון 'והריקותי לכם ברכה עד בלי די' א לענגערע צייט.
עס האט אויפגעטרעטן הג"ר יצחק שלמה בלוי שליט"א ספרא דדיינא, און מכבד געווען הגה"צ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א רב הישוב אויפצוטרעטן, דער רב שליט"א האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם גאנצן שטעטל מיט די באזוך פון רבינו שליט"א און די השפעות קדושות וואס די מצוה וועט איבערלאזן פאר אלע איינוואוינער, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר הבדי''צ און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצוה וואס ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע סדרה עשר עשרנו לך און איז משפיע השפעות קדושות און אנגעוואונטשן פאר רבינו שליט"א ברכות לרוב.
דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף די וויין פונעם פאבריק און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די חשיבות פון די מצוה און די זכיה צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הפרשת תרומה צום ערשטן מאל, און געזאגט "עס האט זיך געלוינט די גאנצע שפעזן נאר צו מקיים זיין די איין מצוה!" "איך בין מקנא דעם בעל היקב וועלכע האט די זכיה צו קענען מקיים זיין אזא מצוה, וואס אמאל האט מען געמיינט אז כתיבת ספר תורה איז די טייערסטע מצוה אבער היינט נאכן זען וויפיל וויין מען גיסט אויס זעט מען אז דאס איז סאך טייערער, און דאס איז נישט קיין איינמאליגע זאך נאר דאס איז יעדעס איינציגסטע יאר, טראץ וואס לויט רוב שיטות איז עס בזמן הזה נאר א דרבנן", און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבנים, תושבי העיר און פארן גאנצן ציבור און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע מצות התליות בארץ.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן פאר הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמן שליט"א חבר הביד"צ, א טשעק מיט א ריזן סכום פון א מיליאן דאלאר פאר א חלוקה מיוחדת פון קרן הצלה וואס וועט פארקומען בימי חנוכה הבעל"ט. די פאנטאסטישע נתינה איז געברענגט געווארן לידי רבינו שליט"א דורך הנגידים החשובים מראשי קהלתינו בארה"ב ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו ר' אברהם בראך הי"ו ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו ר' יואל עפשטיין הי"ו ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו און נאך אנדערע, הגאון הגדול רבי אברהם יצחק שליט"א האט זיך באדאנקט איבערראשטערהייט און גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר רבינו שליט"א און פאר די נגידים החשובים. איידער מ'האט געענדיגט דעם מעמד האט הגאון ר' אברהם יצחק שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א אויף זיינע דרייסטע שריט צוריק צושטעלן דעם מעמד החופה ביי שמחות אנ"ש צום אמאליגן פארצייטישן שטייגער און דער רבי האט געזאגט פארן רבין אז דער פראבלעם איז דא לעצטענס אויך אין אר"י און דורכן רבינס שריט וועט די השפעה זיין אין ארה"ק אויך. מען האט געענדיגט ארום 3:00 און דער רבי האט ממשיך געווען דעם וועג קיין בני ברק.

דער רבי איז אנגעקומען קיין בני ברק ארום 5:00 און תיכף צוגעפארן צום בנין המפואר והחדש בית חינוך לבנות - בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק'.
דער רבי איז אריין און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן בנין בית חינןך לבנות מיט קענטיגע התפעלות, און ארויף אויפן צווייטן שטאק ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו (קר"י), און נאך מנחה האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און דערנאך ארומגעגאנגען זיך אומקוקן אויף אלע שטאקן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די נדבני בוני הבנין. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג און הרה"ח ר' ידידי' קלאגסברוין הי"ו לכבודו פון אביו הרה"ח ר' שלמה משה הי"ו נדבן שם הבנין.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק מיט התרגשות איבער די שמחה פון באנייען דעם בנין נאך קרוב צו צוועלעף יאר הארוואניע, און ארומגערעדט איבער די שאיפה פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א צו בויען א בנין פאר די מיידל שולע אין בני ברק, און ווי שטארק רביה"ק זיע''א האט זיך געזארגט פארדעם עד כדי כך אז ערב יום הקדוש האט ער צוזאמגעשטעלט געלט פארדעם, און עס איז זיכער אז רביה"ק זיע''א איז מכיר טובה פאר אלע נדבנים און וועט משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם בכל ענינים.
נאך די דב"ק זענען אלע נדבני ובוני הבנין איינציגווייז אריבער געגאנגען אפנעמען א פערזענליכע ברכת הקודש פון מרן רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:45.

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

ארום 7:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד חנוכת הבית פונעם בנין המפואר והחדש, אינאיינעם מיט'ן סיום כתיבת האותיות, אינעם גיגאנטישן שאטער שע''י בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו.
עס האבן זיך משתתף געווען פילע אדמור"י ורבני העיר בני ברק צווישן אנדערע.
- האדמורי"ם ממאחניווקא בעלזא, דעעש, נאדבורנא, בוהוש, סלאנים, שבט הלוי, חוג חתם סופר, זלאטשוב, זוטשקא, זוטשקא אמסנא, ביטשקוב, ספינקא ב"ב, צאנז זמיגראד, סערעדנא, האסוקוב.
- הגאון רבי חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א גאב"ד בני ברק.
- הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק.
- הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים.
- הגאון רבי יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב.
- הגה"צ רבי מרדכי געלבער שליט"א דומ"ץ מונקאטש, הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט"א.

דער יושב ראש הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו וומסב''ג האט געעפענט דעם מעמד און אויסגערופן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראה"ק בקר"י, וועלכע האט אראפגעלייגט די השתלשלות פון די הקמת ובניית הבנין בית החינוך לבנות "בית פיגא", דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו מנדבני הבנין וואס האט יעצט אויך מנדב געווען דעם מעמד חנוכת הבית לע"נ אביו ז"ל, און האט ארויסגעברענגט זיינע הרגשים בשם די נדבני ובוני הבנין, און דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המאורע.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק וועלכע האט מקבל פנים געווען כ"ק רבינו שליט"א בשם די הלות הקודש אין בני ברק און האט מאריך געווען בשבח קהלתינו הק' אין בני ברק.

דערנאך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ספר תורה פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן דורך חברי קהלתינו הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות התורה א לענגערע צייט, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב"ק און נאך די דברי אגדה ומוסר על פרשת השבוע מעורר געווען בעניני צניעות ביי נשים, און מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' אין בני ברק וועלכע האט זיך פארברייטערט בכמות ובאיכות ובפרט מיטן נייעם בנין פאר חינוך הבנות, און דערמאנט לשבח די חשוב'ע נדבנים ובראשם הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות און אויסגעשריגן די ווייטאג אז יש אומרים אז דא אין בני ברק וועבן זיך פלענער צו מאכן פשרות אין דעם ענין רח"ל, חלילה וחלילה צו מפקיר זיין אידישע נפשות צום מיליטער וואס כל באי' לא ישובין, און גערעדט איבער די קליפות הציונית און מעורר געווען נאר צו רעדן אין די אידישע שפראך.
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמועות טובות וואס מען הערט כסדר פון קהלתינו הק', און מעורר געווען צו זיין מעלין בקודש און מוסיף זיין כוחות און אלע ענינים און ממשיך געווען מיט לענגערע דברי הדרכה, ביים סוף האט דער רבי דערמאנט די חשובע אורחים פון חו"ל וועלכע האבן באזוכט מוסדותינו הק' מען זאל ווייטער שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה צו קענען אויסהאלטן די גרויסע הוצאות און דערמאנט לשבח הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו וועלכע האט גענומען אויף זיך די עול צו אויסצאלן די כלי קודש פאר יו"ט פסח און פאר יו"ט סוכות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו מגדולי נדבני הס"ת, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט.
מען האט געענדיגט ארום 10:30 און דער רבי איז אריין בבית מדרשינו הגדול אין שיכון צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יוסף לייב יאזשעף הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אריין אין א כיתה אינעם בנין התלמוד תורה ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה מיט נגידים לטובת בנין בית מדרשינו הגדול ות''ת אין בני ברק, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר מאיר הירש הי"ו, דער רוח החיים פונעם קרן הבנין הרה"ח ר' יואל ב"ר שמשון שווארטץ הי"ו פון וומסב''ג און הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו חבר וועד קרן הבנין פון בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק איבער די נחיצות פון איבערבויען און פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און געבעטן די חשובע נגידים צו זיכער מאכן אז געלט זאל נישט זיין קיין אפהאלט און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות.

שפעט ביינאכט בבית האכסניא איז דער רבי איבערגעגאנגען די רשימות פון אלע כלי קודש און יושבי אוהל פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים, בני ברק, בית שמש, מלמדים, מנהלים, מגידי שיעור, לערערינס און די הונדערטער אברכי הכולל, און מסדר געווען די צדקות פון עניי ארץ ישראל וואס דער רבי האט מיטגעברענגט וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די שלוחי רבינו תלמידי המתיבתא, וואס איז אויסגעטיילט געווארען אין די פאלגענדע צוויי טעג דינסטאג און מיטוואך וואס איז אהנגעקומען צום ריזן סכום פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלאר.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט פילע אנ''ש.
- בעל תפילה: ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' בני ברק.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.

נאכן דאווענען איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול רבי משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בדברי תורה ובעניני מזוזות, און הגאון רבי משה שאול שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו ויקהל משה און מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין לשכת רבני העיר בני ברק ביי די רבני העיר הגאון ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בעניני כשרות אין די שטאט בני ברק און אלע רבנישע פונקציעס, און איבער די מהודר'דיגע אריזאנע ווייץ וועלכע רבינו שליט"א האט איינגעפירט צו נוצן, און ווי הגאון הרב לאנדא ז"ל איז איין יאר געקומען שניידן אין אמעריקע בטירחא דגופא כדי צו קענען האבן פון די מהודר'דיגע ווייץ וועלכע האבן נישט קיין חששות, און ווי ער האט מקפיד געווען אליינס ארויפצוגיין אויפן קאמביין צום שניט, די רבני העיר האבן מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו, און איינגעלאדנט די רבני העיר צו קומען אויף א באזוך אין קרית יואל זיך אומצוקוקן אויף די הערליכע ריינע אויסגעהאלטענע שטאט, און זיי האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה פאר א נייע ספר תורה וועלכע ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יצחק אייזיק הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער בבית מדרשינו אין זכרון מאיר ווי עס איז פארגעקומען א קבלת פנים דורך כוללינו כולל עצי חיים לכבוד דעם נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: ר' ישראל אלימלך ב"ר שמעון ראטה הי"ו.

נאך מנחה איז פארגעקומען די מסיבת קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר שאול יחזקאל שווארטץ הי"ו וועלכע האט באגריסט הגה"צ נשיא הכולל שליט"א, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א ראש הכולל ודומ"ץ קהלתינו הק' בני ברק, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א מיטו נשיא הכולל שליט"א בשם די לומדי הכולל און ארויסגעברענגט די מעלות פון כולל עצי חיים און זיך שטארק באדאנקט פאר הגה"צ נשיא הכולל שליט"א וועלכע גייט אליינס ארום יעדן טאג נאך געלט פארן כולל, און מאכט זיכער אז די תמיכה קומען אן צייטליך, און פאר די ספעציעלע תמיכה לכבוד יו"ט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, און אנגעהויבן זאגענדיג אז שב"ק ווען רבינו שליט"א האט געזאגט אז מען קען נישט אוועקפארן פון מירון אהן זיך מקבל זיין א קבלה טובה האט ער זיך מקבל געווען צוצולייגן א הוספה צו די תמיכה פאר די לומדי הכולל, און ארומגערעדט איבער די חיבה יתירה פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א צו כולל עצי חיים און זיך באדאנקט פאר די נדבני הכולל פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק במאנסי וועלכע גיבט זיך אוועק בלב ובנפש פארן כולל, און מסיים געווען מיט ווארימע ברכות פאר רבינו שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ שליט"א און פאר די רבני ולומדי הכולל, און משמיע געווען א לענגערע שיעור סוגיא ופלפול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און דערנאך ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די כולל אינגעלייט ובפרט איבער לערנען פארן דאווענען, און ארויסגעברענגט לשבח פון אחיו הגה"צ שליט"א וועלכע נעמט אויף זיך דעם עול און שאפט אליינס די ריזיגע סכומים פארן כולל במסירות נפלאה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:10.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס בדברי הלכה, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילת יעקב בני ברק עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל צום הכנסת ספר תורה, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און זיך עקסטער אפגעשטעלט טאנצן נעבן די קינדער פאר א שטיק צייט, און דערנאך מכבד געווען אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די שמחת הכנס"ת לע"נ רבותינו הק' זיע''א ולרגל שמחת התחלת כתיבת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לכבודו פון רבינו שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני דביקות התורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות, עס האט אויפגעטרעטן הר"ר נחמן ברוך שיף שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די נחיצות פון פארענדיגן בית מדרשינו הגדול און זיך באדאנקט פאר די נגידים און נדבנים פון חוץ לארץ ובפרט הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו פון קר"י חבר וועד קרן הבנין וועלכע ארבעט בלב ובנפש צו שאפן די גרויסע געלטער לפאר ולרומם בית מדרשינו הגדול.

ביים לחיים האט זיך אויך משתתף געווען כ''ק אדמו"ר מטשערנאבל שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ביים סוף ארויסבאגלייט.

דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אינעם ספר תורה, געטרינקן לחיים און משמיע געווען ברכת הקודש און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.

מען האט געענדיגט ארום 9:30 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש ע"ה ווי עס איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי בני ברק ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה לויט א ספעציעלע סדר להפקד בדבר ישועה ורחמים.

צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ עטליכע מזקני הרבנים הגאונים ראשי הכולל פון כולל חלקת יעקב ברייש וועלכע האבן איינגעלאדענט רבינו שליט"א צו קומען אין כולל משמיע זיין א שיעור סוגיא ופלפול און דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקו''פ אחד מאנ"ש וועלכע האט אריינגעברענגט פאר רבינו שליט"א א באטל אויל וועלכע איז טבל און עס מזכה געווען פאר רבינו שליט"א אז דער רבי זאל קענען אפשיידן תרומות ומעשרות פון א אייגענע אייגענטום, דער רבי האט עס קונה געווען כהלכה און דערנאך געמאכט א ברכה בשם ומלכות און אפגעשיידט תרומות ומעשרות כהלכה און זיך שטארק באדאנקט פארן געבן די זכיה און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה עלטערן מאנ"ש וועמענס קינדער זענען אין א סכנה צוליב די ביטערע גזירת הגיוס נאכן באקומען א צו גיוס פון די ציוניסטישע ממשלה, רבינו שליט"א האט משמיע געווען הדרכה און געוואונטשן ברכות קדשו אז מען זאל ניצל ווערן פון די גזירה גרינגערהייט.

 ארום 11:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא, בעל תפילה: הב' ב"ר אנטשיל אילאוויטש הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו ביז ארום 12:30 אזייגער.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג ויצא - בני ברק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר משה אהרן דאסקאל הי"ו (לאנדאן).
בעל תפילה: הב' שמואל דוד ב"ר יודל ענגעל הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אלעזר יונה שטיינמעץ שליט"א וועלכע האט אראפגעלייגט די הכנה דרבה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מלמדים און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע געלט פאר אלע קינדער, מען האט געענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.

ארום 3:00 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מנאדבורנא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי גיסו כ''ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, עס האבן אפגעווארט און מקבל געווען רבינו שליט''א בחורי וויזניץ, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט באטראכטן די בוי ארבעט ביי ביהמ"ד הגדול והמפואר דחסידי וויזניץ אין בני ברק.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק גאב"ד חוג חתם סופר שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם דרך הלימוד פונעם חתם סופר ובניו, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך ארום 4:45 איז דער רבי אריבער בהיכל ישיבה גדולה מהרי"ט אין זכרון מאיר ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. בעל תפילה: הב' יחזקאל בן הרב הגאון ר' מיכל פריעדמאן שליט"א דומ''ץ קהלתינו בני ברק.

נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מזוטשקא שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א. דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 7:30 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ צווישן אנדערע הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר שליט"א בן האדמו"ר מגור שליט"א אינאיינעם מיט הר"ר טובי' פריינד שליט"א מראשי 'מכון פאר מקדושים', עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דערביי האבן זיי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א דעם נייעם איבערגעדרוקטן ספר ישמח ישראל דורך מכון פאר מקדושים און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגאון ר' דוד צבי שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת מנחת יצחק בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה נחשוני שליט"א רב הקהילה החרדית בראשון לציון, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקודש פנימה א משלחת דייני קהילת בעלזא בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15. בעל תפילה: הב' שמעון אלעזר ב"ר דוד יואל קליין הי"ו.

נאך מעריב האט דער רבי ממשיך געווען די זמני כניסה ביז ארום 1:00 אויפדערנאכט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ו12/7/2025

באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון

מיטוואך דאנערשטאג ויצא - בני ברק - מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א


רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה קטנה און ישיבה גדולה מהרי"ט בבית מדרשינו הגדול.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און ארום צווישן די טישן און פארהערט די בחורים מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יצחק יודא שישא הי"ו (בית שמש).
- ב"ר משה דוד טעלער הי"ו (בני ברק)
בעל תפילה: הב' ליפא ב"ר יוסף היילברוין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, ביים לחיים האט זיך משתתף געווען הגאון הגדול ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א אב"ד שבט הלוי בראכפעלד.
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני תורה, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט''א אב"ד ריסקעווע ומרבני קהלתינו הק'.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק צום ערשט איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין מסכת בבא קמא און געבעטן די בחורים זיי זאלן עוסק זיין מיטן טרעפן תירוצים, און דערנאך ממשיך געווען בדברי התחזקות בלימוד התורה, תפילה, מידות טובות, מידת האמת, און ארומגערעדט איבערן גזירות הגיוס, ווי דער רבי האט געזאגט אז מיט די גזירה פארשטייט מען שוין די דאפעלטע לשון וואס מען זאגט מאנטאג און דאנערשטאג נאכן ליינען, אחינו כל בית ישראל הנתונים בצרה ובשביה, בצרה מיינט מען דעם גזירות הגיוס, און בשביה מיינט מען דאס אז די מדינה לאזט נישט ארויספארן די בחורים, וואס ביז היינט האט מען געקענט ארויספארן אבער היינט לאזן זיי נישט, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די תלמידי הישיבה, דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן מיט די קאר ארום דעם גאנצן שיכון ווי עס זענען געווען אויסגע'שורה'ט די הונדערטער תלמידות פון מוסדותינו הק' בנות ארץ ישראל בית פיגא לראות פני הקודש.

בבית האכסניא איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט אנ"ש תושבי ב"ב נדיבי ופטרוני המוסדות וועלכע האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' אין בני ברק, עס האט אויפגעטראטן הרה"ח ר' יואל משה גליק הי"ו און הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט''א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק די חשיבות פון אידן אין בני ברק וועלכע שטרענגן זיך אן יותר מכפי יכלתם לטובת המוסדות דאס איז א שטארקע חיזוק פאר די תומכי המוסדות פון חוץ לארץ און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך זענען די תומכים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

דערנאך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה גדולה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט די סדר אשמורת הבוקר און דער רבי האט פארטיילט ספרו הק' לב אהרן סוגיות הש"ס מסכת ר"ה - סוכה, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה אינגעלייט פון קהילת גור וועלכע האבן זיך געשטעלט אויף א פארהער אויף דריי סדרים אין ש"ס, דער רבי האט שארף פארהערט א לענגערע צייט און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 3:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל ברמ"ב לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

ארום 4:30 איז דער רבי אריבער אין כולל חלקת יעקב - ברייש, ווי דער רבי האט משמיע געווען א לענגערע טיפזיניגע שיעור אין די סוגיא פון מצוה הבא בעבירה פאר די רבני ולומדי הכולל.
דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א ואתו עמו הרה"ג ר' משה ברייש שליט"א, א זוהן פונעם חלקת יעקב, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם כולל וואס איז פקיע שמיה און נודה לרבים אלס א מקום תורה חשוב מאוד ווי עס זיצן אידן תלמידי חכמים מופלגים גדולים בתורה שליט"א, דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ווערטער אין מדרש 'אין כבוד אלא תורה' אז מכבד זיין מיינט בדברי תורה, בעהט מען דעם באשעפער אז יהיו לרצון אמרי פי. דאן האט דער רבי האט אנגעהויבן דעם לענגערע שיעור אויף די משנה אין מסכת סוכה דף כט: לולב הגזול והיבש פסול אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה, און אריין לארכו ולרחבו פון די סוגיא און מצדד געווען אלע שיטות הראשונים, וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים אין א פייער פון שמחת התורה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה א לענגערע צייט, און מסיים געווען בדברי ברכה פאר די ראש הכולל ואתו עמו אלע רבנים און לומדי הכולל און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען לערנען בבריאת השלמות ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך הרחבת הדעת עד זקנה ושיבה, און די רשעים זאלן נישט קענען שטערן אידישע קינדער לומדי תורה און שומרי מצות ה'.

דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די שװערע גזירה וועלכע שוועבט אויף אידישע קינדער אין ארץ ישראל און געזאגט אז אין חוץ לארץ האט מען געוויסט אז עס איז דא א שווערע גזירה, אבער מען האט דא געהערט אידן פארציילן די עגמת נפש פון די בחורים און עלטערן, וואס מען מאכט אלס מיט פון די פחד, אז מען ווייסט נישט מה יולד יום ה"י, און געענדיגט מיט ברכות לרוב אז דער אויבערשטער זאל מפיר זיין עצת רשעים, און מ'זאל קענען לערנען מיט הרחבת הדת, און בזכות לימוד התורה וועט מען זוכה זיין בביאת גוא"צ בב"א.
ביים ענדיגן האט זיך דער רבי מפלפל געווען אין די סוגיא מיט די ראשי ולומדי הכולל בריתחא דאורייתא פאר א לענגערע צייט, דער רבי האט פארלאזט די כולל ארום 5:45.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מדעעש שליט"א בהיכל בית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, ער האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.

דערנאך ארום 7:00 איז דער רבי אריבער אויף א מסיבת לחיים אינעם נייעם לאקאל פון 'אילאוויטש שטריימלעך' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שמואל מאיר אילאוויטש הי"ו מגדולי תומכי המוסדות וועלכע האט דערביי מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בית מדרשינו הגדול אין בני ברק, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די היסטאריע פון שטריימלעך דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

ארום 8:00 האט זיך אנגעהויבן די ווייטערדיגע זמני כניסה פאר אנ"ש תושבי בני ברק.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א ביקור גומלין באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מדעעש שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב בבית האכסניא ארום 11:15, בעל תפילה: הב' שלום ב"ר שלמה פריינד הי"ו. און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה פאר ביז ארום 1:30.

נאך די זמני כניסה איז פארגעקומען א באשיידענע מסיבת לחיים לרגל די שמחה בבית הרה"ח ר' שמעון שישא שליט"א ראש המצילים במרכז עזרה ויעוץ בבית האכסניא, ביים לחיים האט דער רבי ארויסגעברענגט די שוועריגקייט פונעם מצב, ווי ווייט בחורים און עלטערן זענען פארלוירן, און ארום גערעדט איבער די געברויך צו פארברייטערן די אפיסעס און צולייגן ארבייטער צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און העלפן יעדן וואס וויל זיך ראטעווען בפרט אין בני ברק וואס עס איז כמעט נישטא קיין עסקנים, דער רבי האט דערביי אויסגעשמועסט די וואונדער וואס עס איז דא אויף די וואס ווילן ליידער איינגיין אויף א פשרה, זאגנדיג "איך קען זיי נישט פארשטיין!", און דער רבי האט ערווענט אז מען איז אים שוין געקומען מסביר זיין אז ס'איז נישט געפערליך, ס'וועט שלעפן צייט, אבער דער רבי האט געענטפערט אז דער מהלך גייט נישט גוט ארבעטן און עס גייט נאר ערגער מאכן, בפרט מיט מאכן צרות פאר יחידים, און ווער קען מפקיר זיין אזויפיל נפשות מישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן חתן, און ספעציעל פאר'ן מחותן ר' שמעון שליט"א אז די פעולות גדולות זאלן מצליח זיין און ס'זאל אנקומען גרינג, מיט די הילף פון אנ"ש פון איבער די גארער וועלט וועלכע העלפן ארויס מיט די הוצאות לאלפים, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע עסקני המרכז און מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק.
- בעל תפילה: ר' משה ארי' שטרוהל הי"ו.
- כהן: משב"ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.
- לוי: הרה"ג ר' יושע הערש יאזשעף שליט"א, מו"ץ.
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הרה"ח ר' אליעזר פאלאטשעק הי"ו.
- גלילה: ר' שלום אליעזר פוקס הי"ו.

נאך שחרית זענען אריין בקו''פ בבית האכסניא א קבוצה לומדי כוללינו כולל עצי חיים וועלכע האבן מסיים געווען שו"ע יו"ד, דער רבי האט משמיע געווען ברכת הקודש פאר די לומדי הכולל און דערביי ממנה געווען צוויי פרישע מורי צדק אין קהלתינו הק' אין בני ברק, ה"ה הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א און הרה"ג ר' דוד כהן שליט"א, דער רבי האט זיי ווארעם אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם ולהורות דבר ה' זו הלכה און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי משםחת הרה"ח ר' בנציון יאקאבאוויטש ע"ה ממייסדי השיכון קרית יואל ומנהל מוסדותינו הק' רבות בשנים, היושבים ע"פ אמם הישישה ע"ה.

דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן קורצן וועג צום שטאט לוד ווי עס איז פארגעקומען אין די זאלן פון 'שמים פתוחים' דער מעמד נרגש מסיבת פרידה פאר רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן סיום חצי ש''ס דורך חבורות יסודי התורה, פאר אלפי אנ''ש תושבי ארה''ק.
ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען כ''ק אדמורי''ם מיערוסלוב וטעמעשוואר שליט''א.

דער רבי איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 10:45, מען האט געזינגען מערערע ניגונים, אלץ יושב ראש האט געדינט הר"ר משה מנחם הערשקאוויטש שליט"א פון ירושלים און עס האט אויפגעטרעטן מיט רגשי געגועין הרה''ג ר' מרדכי יאזשעף שליט"א מנה"ר ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און משמיע געווען דב''ק בדברי דרוש ואגדה על פרשת השבוע ובמשנתו פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי, און דערנאך ממשיך געווען מיט לענגערע הדרכה אין אלע ענינים, לימוד התורה בקביעות, זיך פירן ווי א חסידישע איד גיין אין מקוה יעדן טאג, דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים בהשקפה אחת מרישא ועד גמירא, מחנך זיין די קינדער לתורה וליראת שמים ומידות טובות, פירן די סעודת שב"ק כראוי מיט זמירות ודברי תורה, אכטונג געבן אויף די צניעות אין שטוב, און שטארק מעורר געווען זיך נישט צו לאזן ווערן נאכגעשלעפט פון די שכינים סיי אין ירושלים און בפרט אין בני ברק סיי בנוגע די הארבע ענין פון ביי-האר און אזוי אויך ביי אלע שייטלען צו גיין נאר בצניעות, רעדן אויף אידיש, נזהר זיין אין נישט ערליכע ליין מאטריאל און אין טעכנאלאגיע און אלע טמא'נע כלים, און שטארק ארומגערעדט איבער די טומאת הציוניות און אלע זייערע נאכשלעפער און פארטייען, און ממשיך געווען בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ארה''ק ירושלים בני ברק און בית שמש און געזאגט אז עס איז געווען אן עונג רוחני זיך צו טרעפן מיט אנ''ש יראים ושלימים, און עס שטייגט בכמות ובאיכות בתורה עבודה וגמילות חסדים וקשה עלי פרידתכם.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ביטערע מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות, מען האט געזען די פראבלעמען און צער פון יעדעם איינעם און מען וויינט מיט און מען פילט מיט מיט יעדעמס ווייטאג, און דערמאנט דעם סיום מסכת קידושין וחצי הש"ס און אויפגעפאדערט יעדעם איינעם זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה מיט מסירות נפש און נאר אזוי וועט מען בייקומען די רשעים און די גזירה פון גיוס בני ישיבות וועט בטל ווערן, און חלילה צו מאכן פשרות און פארהאנדלען אין דעם ענין, און מען דארף זיך האלטן שטארק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט הר"ר דוד ווייסהויז שליט''א פון בית שמש געמאכט דעם סיום אויף מסכת קידושין וחצי הש"ס, און הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו פון וומסב''ג - מגדולי העסקנים וחבר הנהלת החבורה האט געזאגט קדיש.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכען טאנץ פאר א לענגערע צייט.
דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד ארום 12:30 אויפן וועג צום לופטפעלד ווי אנ''ש האבן באגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה נישט זיך קענענדיג געזעגענען פון די הייליגע געהויבענע טעג.
אין לופטפעלד האבן זיך געזעגענט פון רבינו שליט"א ראשי קהלתינו ומוסדותינו הק' פון ארה"ק וועלכע האבן זיך באדאנקט מעומק לבבם בשם כל הקהל הקודש אויף די געהויבענע טעג וואס דער רבי האט געפראוועט בקרב קהלותינו הק' אין ארץ הקודש, און עקסטער אויף די הערליכע תמוכות וואס דער רבי האט געברענגט פון אמעריקא וואס איז פארטיילט געווארן פאר עניי ארץ ישראל, אריינגערעכנט אלע כלי קודש לערערנס און אברכי הכולל און נאך אנדערע, דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן און איבערגעלאזט ברכת קדשו.

ארום 2:00 האט זיך געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין אטענס גריכנלאנד א וועג פון ארום אנדערט-האלבן שעה, און ארום 5:30 האט זיך געהויבן די פליגער פון רבינו שליט"א פון אטענס גריכנלאנד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.
א קורצע צייט נאכן זיך הייבן האט דער רבי געדאווענט מנחה אויפן פליגער, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו

ברוך הבא בשם ה'

ארום 8:50 אויפדערנאכט האט די פליגער פון רבינו שליט"א געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש וועלכע זענען אריבער שלום נעמען אויך האבן אפגעווארט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אין שפיץ פון די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.

דער רבי האט געדאווענט מעריב אינעם לופטפעלד, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל קויפמאן הי"ו. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה אויפן גאס.

דער רבי איז אנגעקומען לביתו נאוה קודש אין קרית יואל ארום 11:00 און איז אפגעווארט געווארן דורך הונדערטער אנ''ש בשירה וזמרה און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א, מו"ץ.
- ב"ר יוסף גאנץ הי"ו.
- ב"ר נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
- ב"ר שלמה דוב לאנדא הי"ו.
- ב"ר יושע מנחם זאב שווארטץ הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 3:30 האט דער רבי אנגעטוהן דאס שטריימל פארן אור אייניקל החתן הרב אלטר יצחק פאנעט שליט"א בן הרה"ג ר' יעקב שלמה שליט"א רב דביהמ"ד שערי תפילה קרית יואל המיול"ח הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.
דער רבי האט אנגעטוהן די שטריימל און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן און מחותנים.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 6:40. און עס איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל תפארת בחורים וומסב''ג, דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל המתיבתא אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל נכד רבינו הב' יחזקאל שרגא ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית אלעזר שליט"א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען.
- כל מקדש הרה"ח ר' בנימין שעכטער הי"ו (חיפה).
- מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יושע שמואל וויינבערגער הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אסף אלקים את חרפתי' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו.

- קה אכסוף: נכד רבינו הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
- ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

דערנאך האט דער ארומגערעדט לענגערע דב''ק איבער די מצוה פון הפרשת תרומות ומעשרות וואס מען האט געהאט די זכיה צו מקיים זיין די וואך אין ארה"ק צום ערשטן מאל, דער רבי האט אויסגעשמועסט און מסביר געווען פאר די בחורים דעם סדר אין אלע הלכות פון די הפרשה בטוב טעם ודעת.

- קה רבון עלם: הרה"ח ר' יצחק יוסף מארק הי"ו (ירושלים).
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות.
- אז ביום השביעי: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

וביום השבת

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20.
- ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו (וומסב''ג).
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.

- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד אהרן לאנדא הי"ו.
- פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו.
עליות.
- כהן: החתן טובי' ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
- לוי: ר' משה אליעזר רובינפעלד הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
- שלישי: החתן יואל משה ב"ר דוד שטוהל הי"ו - באווארפען.
- רביעי: החתן יעקב גדלי' ב"ר יוסף הערש מיללער הי"ו - באווארפען.
- חמישי: החתן יושע ב"ר דוד משה ניישטאדט הי"ו - באווארפען.
- שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון דערהויבענע מסע הקודש אין ארה"ק, דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
- ר' משה יעקב מאסרי הי"ו.
- ר' וואלף בער ליכטענשטיין הי"ו.
- ר' אברהם יצחק גרינפעלד הי"ו.
- ר' יוסף אשר גאטליעב הי"ו.

- שביעי: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
- הוספות: החתן משה יואל ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
- החתן ב"ר יצחק אהרן האלענדער הי"ו.
- אחרון: משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו.
- מפטיר: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
- הגבה: הרה"ח ר' דוד שטוהל הי"ו.
- גלילה: הרה"ח ר' ישעי' ווערצבערגער הי"ו.

- מוסף: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
- פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.

ביים קידוש בביתו נאוה קודש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדי רבינו בת הנולדה אצל הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ארה"ק, און די שמחת הקידושא רבא לבת הנולדה אצל הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וועלכע איז פארגעקומען אין ב"פ.

רעוא דרעווין

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:05.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
- הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו.
- כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א.
- לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג).
- שלישי: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב.
- הגבה: רבינו שליט''א.
- גלילה: הרה"ח ר' יצחק שיפף הי"ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען.
- אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
- שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געזאגט אויפן פסוק 'אכן יש ה' במקום הזה' און געטייטשט אז ווען עס איז דא עובדי ע"ז אין ארץ ישראל ובפרט אויפן מקום המקדש איז דא א רצועה יוצאות מארץ העמים און עס איז נישט דא דארט קיין קדושת ארץ ישראל, און נאר אזוי פארשטייט מען וויאזוי עס קען זיין אזא מקום טומאה אויף אזא מקום קדוש ביים מקום המקדש, און ארומגערעדט בדברי רגש וגעגועין בקול בוכים אז מען פארט קיין ארץ ישראל און מען זעט עס צו מיט די אייגענע אויגן שועלים הלכו בה, אוי לעינים שכך רואות אויפן מקום המקדש שמשם יראה יוצאות לעולם, דארט איז געווען די עקידת יצחק, דארט האבן יצחק און יעקב מתפלל געווען, דארט האט די שכינה גערוט בזמן שביהמ"ק קיים, און ליידער זעט מען אזא מקום טומאה אויפן פלאץ, מען האפט און מען איז מתפלל עס זאל בקרוב זיין ותבנהו מהרה ותגדל כבודו בביאת גואל צדק בב"א.

- ידיד נפש: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו.
- קל מסתתר: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו (וומסב''ג)
דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

- מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 7:25.

ארום 9:30 האט זיך דער רבי אריינגעפארן קיין ב"פ צום דינער השנתי 'אהבה רבה' לטובת מוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען אין די זאל פון עטרת חי'.
ביים אנקומען אין ב"פ האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אנטשיל ב"ר יצחק גאלדבערגער ע"ה.

דער רבי איז אנגעקומען צום דינער ארום 11:00 און זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן, הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, דערנאך האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר פערל הי"ו אויפגערופן דעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו צו משמיע זיין די דבר המוסדות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו' און ארומגערעדט איבער די נסיעה קיין ארה"ק פון ווי מען האט זיך נארוואס צוריקגעקערט, און ארויסגעברענגט די שטארקע קורת רוח פון זיך באגעגענען מיט די חשובע בני עליה ותלמידי חכמים מפורסמים וואס זענען אין די בחינה פון 'עולים', אבער מען האט אויך געזען די 'יורדים' די בחורים פון חוץ לארץ וועלכע לערנען אין ארץ ישראל און דרייען זיך אין די דארטיגע גאסן בייטאג און ביינאכט, מען דרייט זיך אויף הפקר אין אלע פלעצער און אויף אלע שמאלע גאסן אנשים נשים וטף, און דאס דארף יעדער איד וואס שיקט זיינע בחורים לערנען אין ארץ ישראל וויסן די סכנה וואס דאס איז בגשמיות וברוחניות.
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און געזאגט אז אינו דומה שמיעה לריאה, ביז יעצט האט מען געהערט פון די גזירה און יעצט האט מען צוגעזען די פחד אין וואס מען לעבט דארט יעדע בחור און אינגערמאן און אזוי אויך די עלטערן אויף די קינדער מען זאל ח"ו נישט ארעסטירט ווערן רח"ל.
דער רבי האט ממשיך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין ב"פ, די ת"ת די בית רחל די ישיבות קטנות בעיר ובחוץ לעיר און די ישיבה גדולה, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו שטיצן די מוסדות ברוח נדיבה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דינער איז דער רבי אריבער אויף א קביעות מזוזה ומסיבת לחיים אינעם נייעם הערליכן לאקאל פון ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' בראשות הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א, דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א און בנו הרה"ג רב הביהמ"ד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו פארן רב שליט"א און פאר די מתפללי ונדבני הביהמ"ד. מען האט געענדיגט ארום 12:10 און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן פאר די 'תאומים' לבן הנולד אצל ר' יואל האלפערט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים משה לעוו שליט"א.
- ב"ר אברהם מאיר עקשטיין הי"ו.
- ב"ר אלי' שפיטצער הי"ו.
- ב"ר דוד קליין הי"ו.
- ב"ר יחזקאל שרגא הירש הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין די ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 4:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד משה ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברב"מ מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:50 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפאלטישאן שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל נשואי נכדו למז"ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' שמעון שנעבאלג שליט"א רב שכונת הר שמואל בארה"ק בן האדמו"ר מזידיטשוב ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים.
- הר"ר פישל ברי"צ סופר שליט"א און הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א.
- הרה"ח ר' שמואל יעקב שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בריח ביקעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' איתמר טובי' רובינשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
- ב"ר חיים הערש ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים.
- הרה"ח ר' יואל משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' יצחק נפתלי מאנן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' חיים מרדכי פילאפף הי"ו און הרה"ח ר' שאול חיים גאלדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 10:15 איז דער רבי אראפ אין די תנאים זאלן ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר צבי גאלדבערג הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

דאס איז די גאנצע נסיעה.